ראש השנה
פֿון װיקיפּעדיע
ראש־השנה איז א יום טוב אין דער ערשטער טאָג פון יאָר אויף תשרי לױטן ייִדישן קאַלענדאַר (און די זיבעטע חודש לויט די קאלענדאר אין די תורה וואס פאנגט אָן ציילן פון חודש ניסן) וואס פאלט אויס אין סעפטעמבער אדער אָקטאָבער (לויטן קריסטלעכע צייט-רעכנונג).
אין דער טאג פייערט דער אנפאנג פון יאר, און מען איז ממליך דער גאט פון די וועלט. אויך ווערט גערעכנט דער טאג אלס א יום הדין אזוי ווי עס שטייט אין חז"ל: בראש השנה כל באי העולם עוברים לפניו כבני מרון, שנאמר:'היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם' מסכת ראש השנה א'
דער יום טוב איז צוויי טעג אין גולה, אונד אויך אין ארץ ישראל, אנדערש פון אנדערע ימים טובים (זעט ראש חודש).
ראש השנה איז דער אנפאנג פון די צען טעג עשרת ימי תשובה, וואס מיט דעם פאסט-טאג יום כיפור טוהען זיי זיך ענדן.
אויך ווערט די צייט גערופן ימים נוראים.
[בעאַרבעטן] שטאמונג
דער מקור פון דער יום טוב איז אין די תורה: וּבַחֹדֶשׁ הַשְּׁבִיעִי בְּאֶחָד לַחֹדֶשׁ מִקְרָא קֹדֶשׁ יִהְיֶה לָכֶם כָּל מְלֶאכֶת עֲבֹדָה לֹא תַעֲשׂוּ יוֹם תְּרוּעָה יִהְיֶה לָכֶם במדבר כ"ט, א' בַּחֹדֶשׁ הַשְּׁבִיעִי בְּאֶחָד לַחֹדֶשׁ, יִהְיֶה לָכֶם שַׁבָּתוֹן זִכְרוֹן תְּרוּעָה מִקְרָא-קֹדֶשׁ כָּל-מְלֶאכֶת עֲבֹדָה לֹא תַעֲשׂוּ ויקרא כג, כג
[בעאַרבעטן] מנהגי החג
- התרת נדרים
- תקיעת שופר
- תשליך
- סימנים פון ראש השנה
ייִדישע צײַטן און ימים טובים |
שבת | ראש השנה | צום גדליה | יום כיפור | סוכות | הושענא רבא | שמיני עצרת | חנוכה | עשרה בטבת ט"ו בשבט | תענית אסתר | פורים | פסח | ספירת העומר | ל"ג בעומר |