Web - Amazon

We provide Linux to the World


We support WINRAR [What is this] - [Download .exe file(s) for Windows]

CLASSICISTRANIERI HOME PAGE - YOUTUBE CHANNEL
SITEMAP
Audiobooks by Valerio Di Stefano: Single Download - Complete Download [TAR] [WIM] [ZIP] [RAR] - Alphabetical Download  [TAR] [WIM] [ZIP] [RAR] - Download Instructions

Make a donation: IBAN: IT36M0708677020000000008016 - BIC/SWIFT:  ICRAITRRU60 - VALERIO DI STEFANO or
Privacy Policy Cookie Policy Terms and Conditions
קאלענדאר – װיקיפּעדיע

קאלענדאר

פֿון װיקיפּעדיע

קאַלענדאַר איז א סיסטעם צו ארגינירן טעג געווענליך אין א פארם פון מאנאטן און יארן.

  • די ווארט וועט אויך געניצט פאר א סיסטעם פון פלאנירטע צייטן ווי די קאלענדאר פון א געריכט (Court Calendar).
  • א קאלענדאר איז געווענליך ארגאניזירט קעגן אן אסטראנאמישע סיסטעם.
  • א קאלענדאר איז אויך א זאך וואס האט אויף זיך פארשריבן די טעג, די זענען געווענליך פארבינדן איינס יאר אין א באנד.

אינהאַלט

[בעאַרבעטן] קאלענדאר סיסטעם

א קאלענדער איז געווענליך באזירט אויף א דרויסענדיגער מחזור, ווי למשל די זון. עס איז זייער אפט וואס א קאלענדער איז געבויט אויף צוויי סיסטעםס, ווי למשל די היינטיגע אלגעמיינע קאלענדאר איז געבויעט אויף סיי די זון און די זיבען טעג פון די וואך.

פאלגענד איז א ליסטע פון די קאלענדאר סיסטעםס:

  • א לבנה קאלענדאר, דאס איז א קאלענדאר וואס איז קעגן די לבנה. די יידישע לוח איז אזא קאלענדאר.
  • א זון קאלענדאר, דאס איז א קאלענדאר וואס איז קעגן די פיר צייטן פון די יאר און איז דערפאר קעגן די וועג פון די זון, די אלגעמיינע לוח איז אזא קאלענדאר.
  • א צופעליגער קאלענדאר, א וואך איז א צופעליגער לוח ווייל עס האט נישט קיין דרויסענדיגער סבה.
  • עס איז אויך דא א קאלענדאר וואס חזרט זיך נישט איבער, נאר איז איין גלייכע צייט פון טעג, ווי די יוליען טאג וואס ציילט וויפול טאג עס איז אדורך פון א געוויסע צייט.

[בעאַרבעטן] לבנה קאלענדאר

א לבנה קאלענדאר איז א קאלענדאר וואס איז באזירט אויף די מחזור פון א לבנה ווי אפט עס באנייעט זיך. פאר יעדע מאל וואס עס באנייעט זיך מאכט מען א נייע מאנאט. דאס האט א פראבלעם אז נאך עטליכע יאר פארוקט זיך דאס פון די צייטן פון די וועטערס, דערפאר זענען דא קאלענדארס וואס לייגען צו א מאנאט יעדע פאר יאר אז ס'זאל זיך נישט פאררוקען. א לבנה קאלענדאר איז אבער יא גוט פאר אויסרעכענען די צייט פון די הויכע וואלען יעדע טאג (טיידס). דער אידישער לוח איז ארגיניזירט לויט די לבנה. און לייגט צו א מאנאט אז די וועטער זאל זיך נישט פאררוקען קעגן די מאנאטן.

[בעאַרבעטן] זון קאלענדאר

א זון קאלענדאר איז געבויעט אויף די פיר סעזאנען פון די יאר, וואס דאס גיבט איינדרוק אז עס גייט קעגן די זון, דערפאר רופט מען דאס א זון קאלענדאר. דער גריגאריאן קאלענדאר וואס איז היינט באניצט אלס דער אלגעמיינער קאלענדאר איז ארגיניזירט לויט די זון.

[בעאַרבעטן] קאלענדאר צוטיילונגען

א קאלענדאר איז אלעמאל צוטיילט אין קלענערע טיילן און האט געווענליך אין זיך:

  1. טעג
  2. וואכן
  3. מאנאטן
  4. יארן

צוליב די פאקט אז קאלענדערס זענען אפעהענגיק אין אנדערע זאכן (ווי די זון) דארף מען אסאך יארן צולייגן א טאג צו א מאנאט.

[בעאַרבעטן] אנדערע סארטן קאלענדארס

עס זענען דא קאלענדארס וואס ווערן אנגערופען אומגעפארטיגטע קאלענדערס, ווי די אלטע קאלענדארס וואס האבן נישט געהאט קיין וועג פון אנרופען די טעג פון די 3 מאנאטן פון ווינטער, נאר פלעגן דאס רופען ווינטער. די אידישער לוח איז א געפארטיגטע קאלענדאר וויבאלד עס האט א נאמען פאר יעדע טאג פון די יאר, ווי ג' אייר.

[בעאַרבעטן] געשעהעניש, טעאראטישער, און געמישטע קאלענדארס

עס זענען דא אזעלכע קאלענדארס וואס זענען געבויט אויף זאכן וואס געשעהן און ווען דאס פארסירט, ווי למשל די אלטע אידישער לוח ווען עס איז גאגענגען דורך די סנהדרין אין ירושלים איז געווען געבויעט אויף די נייע לבנה ווען מען האט דאס געזען. די מעלה פון אזא קאלענדאר איז אז עס איז זייער פינקטלעך, אבער פון די אנדערע זייט איז דאס אויך זייער שווער צו וויסען ווען א גוויסע טאג וועט אויסקומען.

א טעאראטישע קאלענדאר איז א קאלענדאר וואס איז געבויט אויף רעכענונגען וואס איז באוואוסט. ווי די היינטיגע אידישער לוח וואס איז געבויעט אויף די רעכענונג פון די זון און לבנה, די מעלה פון אזא קאלענדאר איז אז מען וויסט פון פאראויס ווען א געוויסע טאג גייט זיין, די חסרון איז אז אויב א מהלך אויף וואס די קאלענדאר איז געבויט טוישט זיך, דאן ווערט די קאלענדער אויס פינקטלעך.

א געמישטע קאלענדאר ניצט ביידע, סיי די געשעניש, און סיי די טעאריע רעכענונג אויף וואס די קאלענדאר איז באזירט, די גריגאריאן קאלענדאר איז אזא קאלענדאר ווייל מען האט דאס געטוישט פון די יוליען קאלענדאר צו די גריגאריאן קאלענדאר ווען מען האט באמערקט אז די וועג פון די זון איז אנדערש.

[בעאַרבעטן] באניץ

דער עיקר באניץ פון א קאלענדאר איז צו האבן טעג באשריבן אין א וועג וואס עס מאכט דאס גרינג צו ניצן אויף צו פלאנירן פון פאראויס. און צו פארשרייבן זאכן וואס געשעהן. אויך איז א קאלענדאר זייער וויכטיג אין סאציאלע זאכן, צו וויסען ווער עס איז עלטער, רעליגיעזע זאכן צו וויסען ווען א יום טוב איז, און פאר ביזנעס, צו וויסען צו איבער א געוויסע צייט מאכט מען געלט, און ווען צו צאלן שטייערן.

[בעאַרבעטן] היינטיגע באניצטע קאלענדעארס

  • די אידישער לוח איז היינט באניצט בעיקר פאר רעליגעזע צוועקן.
  • די גריגאריאן קאלענדאר איז היינט די מערסטע בניצטע קאלענדאר פאר אלע צוועקן, וויבאלד עס איז געבויעט אויף די געבורט פון יוזל טוישט מען אסאך די צייכענונג AD צו CE וואס מיינט Common Era. און BC מיט BCE.
  • די פרסישע קאלענדאר איז באניצט אין איראן און אפגאניסטאן.
  • די איסלאמישע קאלענדאר איז באניצט דרוך אראבער איבער דער וועלט.
  • די כינעזע קאלענדאר איז באניצט דורך כינעזער, בעיקר פאר סאציאלע און רעליגיעזע צוועקן.
  • די הינדו קאלענדאר איז באניצט דורך הינדוס בעיקר פאר סאציאלע און רעליגיעזע צוועקן.
  • די יוליען קאלענדאר איז באניצט דורך אסאך קריסטען בעיקר פאר סאציאלע און רעליגיעזע צוועקן.

אויך אין ערטער ווי עס איז דא א געווענליך באניצטע קאלענדאר קען זיין אז עס זאל זיין נאך א קאלענדאר ווי למשל פאר ביזנעס איז דא א פיסקאל קאלענדאר.

[בעאַרבעטן] דערויסענדע לינקן

די יידישע מאנאטן

תשרי | חשוון | כסליו | טבת | שבט | אדר (אדר א' | אדר ב') | ניסן | אייר | סיון | תמוז | אב | אלול

  1. הפניה מוסטער:גויאישע מאנאטן
Our "Network":

Project Gutenberg
https://gutenberg.classicistranieri.com

Encyclopaedia Britannica 1911
https://encyclopaediabritannica.classicistranieri.com

Librivox Audiobooks
https://librivox.classicistranieri.com

Linux Distributions
https://old.classicistranieri.com

Magnatune (MP3 Music)
https://magnatune.classicistranieri.com

Static Wikipedia (June 2008)
https://wikipedia.classicistranieri.com

Static Wikipedia (March 2008)
https://wikipedia2007.classicistranieri.com/mar2008/

Static Wikipedia (2007)
https://wikipedia2007.classicistranieri.com

Static Wikipedia (2006)
https://wikipedia2006.classicistranieri.com

Liber Liber
https://liberliber.classicistranieri.com

ZIM Files for Kiwix
https://zim.classicistranieri.com


Other Websites:

Bach - Goldberg Variations
https://www.goldbergvariations.org

Lazarillo de Tormes
https://www.lazarillodetormes.org

Madame Bovary
https://www.madamebovary.org

Il Fu Mattia Pascal
https://www.mattiapascal.it

The Voice in the Desert
https://www.thevoiceinthedesert.org

Confessione d'un amore fascista
https://www.amorefascista.it

Malinverno
https://www.malinverno.org

Debito formativo
https://www.debitoformativo.it

Adina Spire
https://www.adinaspire.com