הושענא רבא
פֿון װיקיפּעדיע
הושענא רבא איז דער לעצטער טאג פון דער יו"ט סוכות, עס מיינט "פילע הושענא'ס" צוליב די פילע געבעטען וואס מען זאגט ביים דאווענען אין דעם דאזיגן טאג, מיט די ווארט "הושענא".
אין צייטן פון בית המקדש האבן כהנים ארום שפאנצירט די מזבח מיט בינטלעך ערבות זינגענדיג געזאנגען.
דער טאג ברענגט מיט זיך א פארכטיגע געמוט אזוי ווי ימים נוראים, עס איז אנגענומען אז דער טאג איז דער גמר דין פון די נייע יאר וואס הייבט זיך אן אום ראש השנה, דעריבער וואונטש מען זיך מיטן וואונטש "א גוט קוויטל" וואס ווייזט אויף די ענדגילטיגן וואונטש צום נייעם יאר.
דאס דאווענען איז אויפן ימים נוראים סטיל, דער בעל תפלה טוט אן א קיטל, די ניסוח איז די זעלבע ווי ימים נוראים, מען זאגט שיר המעלות ממעמקים נאך ישתבח, איידער קריאת התורה זאגט מען די זעלבע יהי רצון ווי די ימים נוראים.
געוויסע חסידישע רבי'ס האלטן עמאציאנאלע רעדעס צו ערוועקן אידן צו תשובה טאן.
אלס א געדענקעניש צום ביהמ"ק שפאנצירט מען ארום די בימה זיבן מאל זאגנדיג א ביזענדערע "הושענא" געבעט יעדעס מאל באזונדער און מען בלאזט שופר צווישן יעדע רינג.
מען נעמט א בינטל מיט 5 ערבות וואס רופט זין "הושענות", אין מ'קלאפט דאס אויף דער ערד.
פון דא נעמט זיך דער שפריכווארט "ווערד ווי אויס געקלאפטע הושענות" צוליב וואס מען ניצט נישט איבער די זעלבע הושענות נאכדעם וואס מ'האט שוין געקלאפט דערמיט.
ייִדישע צײַטן און ימים טובים |
שבת | ראש השנה | צום גדליה | יום כיפור | סוכות | הושענא רבא | שמיני עצרת | חנוכה | עשרה בטבת ט"ו בשבט | תענית אסתר | פורים | פסח | ספירת העומר | ל"ג בעומר |