ברוך דיין האמת: ספינקא רעביצען (פרוי פון ר' בעריש ספינקער) געשטארבן, נאכן ווערן אראפגעקלאפט פון קאר אין וואודריזש נעבן ספינקא קעמפ צוזאמן מיט ספינקא רבי ר' בעריש הורוויץ - וואס איז קריטיש. [1]
לייוו ווידאו קליפ פון חיפה לויפענדיג אין שעלטער אונטער טויב-מאכענדע קולות פון די סירינעס וואס ווארענען פון די פליענדע ראקעטען אויף זייערע קעפ. (יו.טוב.)
עקספערטן ווארענען: תל אביב איז נעקסט אויף די מאפע צו ווערן באשאסן מיט ראקעטען. (נ.י. פאוסט)
פראפעסאר דוד בערגער באשרייבט אין יתד נאמן אז אפילו די אנטי-משיחסטען אין חבד גלייבן אז דער רבי איז משיח און ער וועט אויפשטיין תחיית המתים אונז אויסצולייזן פון גלות. די חילוקי דעות איז נאר צו ער איז צייטווייליג געשטארבען צו נישט. (יתד נאמן)
מחלוקת פאנאוויטש: געריכט פסקענט לטובת ר' אליעזר כהאנעמאן קעגן זיין שוואגער ר' שמואל מארקאוויטש. (בחדרי חרדים)
זאלונים האלטן אפ היסטארישען זיג, פארבלייבן ביי די מאכט אין סאטמארוויליאמסבורג, ארונים פארלירן אויך זייער טייל פון בית החיים אין קרית יואל. אפעלאט ריכטער באשטעטיגן פסק פון ריכטער באראש אז דאס סעקולערע געריכט קען זיך נישט אריינמישן אין די אינערליכע קריג פון קהל יטב לב בעלות, ווייל עס רורט אטאמאטיק אן דעם רעליגיעזע פאנדעמענטאלע פראגע, וויפל דער רבי האט א כוח אפצוזאגן מעמבערס פון א חסידישע קהילה ווי סאטמאר. (ניו יארק טיימס)
משפט וואלעס אפדעיט: חרדישעטאטע וואס האט זיך לויט די פאליציי מלכתחילה האבן מודה געווען אין מארד פון קינד, ווערט שוין נאר באשולדיגט אין שאקעלן דאס קינד. (וויינעט)
רמלה: פאליסטינע טעראריסטן וואס האבן פארכאפט מתנחל פאריגע וואך אונטער ארעסט פון צהל. (וויינעט)
ווי פארזיכערט איז אייער קינד אין די זומער קעמפס? ליינט א באריכט פון אלע זיכערהייט און געזונטהייט פארלעצונגן דורכאויס די לעצטע יארן. (רעקארד)
א מגיד שיעור אונטער ארעסט פון א ירושליםישיבה קטנה נאך דעם וואס 1 תלמיד זאגט אז ער האט אים סעקסואלבאלעסטיגט. פאליציי פארשט נאך תלמידים נאכדעם וואס ער איז מודה אין פארברעך. (וויינעט)
מלחמה אין עזה פארשטערקערט אולמערט ווארענט מיטן ערגסטן ביז מען גיבט נישט צוריק פארלוירענעם סאלדאט, צה"ל ברעכט זיך איין אין אפיס פון די טעראריסטישע כאמאס.(פאקס)
11 יאריג מיידל וויזיט מאנסי פון ריווערדעיל אויף שבת, אומגעקומען אין עקסידענט פון שיכור'ן דרייווער אויף 306 אין פארענט פון בית רחל מיידל שולע. (זשורנאל ניוז)
אהרונים ענטפערן אפ זאלי אדוואקאט בריוו מיט קאנטער בריוו פון זעלבע באשולדיגונג אז די זאליס האבן 7 לויערס אויך פאר איין איינעם ציל צו באיינפליסן געריכט, און אז די קארופציע רומאר'ס אויף ריכטער באראש איז אמת געווען ממילא איז דאס נישט קיין טענה וואס די ארונים זענען שולדיג, און אז די הודעה פון הייד פארק איז א ביליגע אויסגערעכנטע קאנספיראסי פון די זאליס, געשריבן דורך אן אינטערגעשטעלטע זאלי וואס פארשטעלט זיך ווי אן ארוני צו פארדרייען די קעיס פון די ריכטיגע רעלסן. (כל העולם כולו)
סאטמאר מחלוקת: אין די טעג וואס מען ערווארט א פסק פון די ניו יארקע אפעלאט געריכט, טוט זאליאדוואקאט אפשיקן א לאנגן בריוו צום געריכט קלערק מיט באשולדיגונג אז די אהרונים האבן 11 לויערס פאר איין איינעם ציל צו באיינפליסן די געריכט אומיושרדיג, אלס באווייז געבט ער א קאפי פון דעם העברעאישן שמועס גרופע הייד פארק סייט וואס פארציילט אומלעגאלע געהיימע אינפארמאציע אין באציאונגען מיט די ריכטער און זייער שטאב. (כל העולם כולו)
אפדעיט פון וואלעס משפט: פאליצייפרוי אויספארשער האט אומאיידל אנגערירט ר' ישראל וואלעס אנקעגן די הלכה, און געזאגט ליגענט פאר די פרעסע אים צו באשולידגען אויף מארד פון בעיבי. (ערוץ 7)
צהל כוחות אינוואדירן עזה פאס, צו באפרייען 2 פארכאפטע איזרעאליס. בריקן מיט עלעקטעריציטעט אויסגעהאקט. (וויינעט)