ברוך דיין האמת
פֿון װיקיפּעדיע
ברוך דיין האמת איז דער אידישער אויסדרוק נאכ'ן הערן א שלעכטע בשורה
ביי אידן מאכט מען אויף יעדע זאך א ברכה, וואס באדייט צו דאנקען און לויבן גאט.
און וויבאלד חז"ל זאגן "חייב אדם לברך על הרעה כשם שמברך על הטובה", מען דארף בענטשן גאט אויף שלעכטס פונקט ווי מען בענטשט אים אויף גוטס, דעריבער איז דער ספאנטאנער ענטפער ביים הערן פון עמיצן אז עס האט פאסירט א שלעכטע נייעס: ברוך דיין האמת!