מאנאט
פֿון װיקיפּעדיע
מאנאט איז א צייט ווען עס איז אדורך דאס וואס די לבנה איז געווארן פון גארנישט צו גאר גרויס און דערנאך צוריק צי גארנישט.
- עס קומט פון די ווארט MOON וואס מיינט לבנה.
[בעאַרבעטן] די צייט
לויט אידישע הלכה נעמט עס 29 טעג, מיט 12 שטונדע, מיט 793 טיילן צו א שטונדע אויב/ווען מען ציטיילט א שטונדע אין 1080 טיילן. אין אונזער זייגער קומט דאס אויס 29 טעג, מיט 12 שטונדע, מיט 44 מינוט, מיט איין טייל (וואס איז 3 מיט א דריטעל 1/3 סקונדע).
[בעאַרבעטן] די לבנה מיט זון
- די לבנה איז דאס וואס מאכט עפעס וואס אונז קענען זעהן אנדערשט מיט דער צייט אז מען רופט צוליב דעם א שטיקל צייט א מאנאט.
- די זון איז דאס וואס מאכט די וועטערס און מאכט אז יעדע יאר איז דא די זעלבע סעזאן/צייט אין די יאר.
דערפאר האט א יאר נאר צו טאן מיט די זון, און א מאנאט נאר מיט די לבנה.
[בעאַרבעטן] די קאלענדערס
לויט אידישע הלכה רעכנט מען צייט לויט די לבנה, וויבאלד אבער עס איז דא אזא זאך ווי א יאר, האט די תורה באפוילן אז מען ציילן יארן אויך, אזוי אז די ימים טובים קומען אלעמאל אויס אין די זעלבע סעזאן/צייט פון די יאר. דערפאר ציילט מען לויט ביידע סיי די זון און סיי די לבנה, די יארן לויט די זון, און די מאנאטן לויט די לבנה.
לויט די אלגעמיינע באפעלקערונג ציילט מען לויט די זון, וויבאלד די זון ענדערט זיך נישט יעדע מאנאט, אבער עס איז פראקטיש צו האבן מאנאטן, האט מען צעטיילט די יאר אין צוועלף טיילן, וויבאלד בערך 12 מאנאטן פון די לבנה גייען אריין אין א יאר. וויבאלד עס איז אבער נישט פונקטליך איז דא מאנאטן וואס זענען 30, 31, 28, אדער 29 טעג.