יואל טייטלבוים
פֿון װיקיפּעדיע
רבי יואל טייטלבוים זצ"ל (1888 - 1979 נפטר כ"ו אב תשל"ט)
זיינע חסידים רופן אים מיט א הייליגן פארכט הרהקוהט רבינו זיעועי"א, איז געבוירן געווארן אין חודש טבת ה'תרמ"ז צו זיין טאטע דער רבי חנניה יום טוב ליפא טייטלבוים זצ"ל בעל קדושת יום טוב.
- ער איז היינט צו טאגס באוואוסט אלס פון די מערסטע באוויסטע אונגארישע רביס. מיט זיין שטייפע שטעלונג צו אלע נייע און/אדער מאדערנע זאכן.
- ער איז געראטעוועט געווארן פון די שואה צוליב אן אפמאך וואס רודאלף קאסטנער מיט אדאלף אייכמאן האבן געהאט. כאטש ער (קאסטנער) האט נאר געוואלט ראטעווען אונגארישע ציונים מיט דעם באן וואס איז געפארן אויף די שווייץ, דאך האט ער מיט געלאזט אפאר רעליגיעזע יידן און צווישען זיי די סאטמאר רבי רבי יואל. אויפן וועג איז די באן פארדרייט געווארן דורך די דייטשן צו בערגען בעלזען ווי עס איז געווען פאר פיר מאנאטן און ערשט דערנאך אפגעפארן קיין שווייץ.
- ער האט געוואוינט פאר א שטיק צייט נאך די מלחמה אין ירושלים ווי ער איז געקרוינט געווארן אלס גאב"ד עיה"ק ת"ו, אבער נאכדעם וואס ער איז געקומען אויף א באזוך קיין אמעריקע ניו יארק, (ווי טייל זאגן איז ער געקומען צוזאמשטעלן געלט פאר די מוסדות אין ארה"ק), האט ער זיך דארט באזעצט אין איז געבליבן וואוינען דארט קודם אין די איסט סייד געגנט און דערנאך אין וויליאמסבורג, ווי ער האט געגרינדערט די ברייט פארצווייגטע תורה אימפעריע וואס רופט זיך אונטערן נאמען "סאטמאר", אריינגערעכענט: די קהלה קהל יטב לב (בתי מדרשים, מקוואות, בתי הוראה, בית השחיטה, מצה בעקעריי, און נאך) און די מוסדות וואס ווערט גערופן ישיבה תורה ויראה ובית רחל (תלמוד תורה פאר אינגלעך, ישיבות פאר אינגערע און עלטערע בחורים, בית חינוך לבנות זומער קעמפ'ס).
- ביי די ענדע פון זיין לעבן האט ער אויפגעבויעט די שטעטל קרית יואל אין מאנרא, ניו יארק. ווי ער איז געווען די ערשטער באגראבען צו ווערן.
- ביי זיין לויה האבן זיך באטייליגט איבער 100,000 באגלייטער, זיינע חסידים און נאנטע זענען געווען אזוי צעבראכן און פארלוירן אז זיי האבען אים בטעות אריינגעלייגט פארקערט מיט די קאףּ צו די שטאט און נישט מיט די פיס צו די שטאט ווי מען האט געוואלט/געדארפט טאן.
[בעאַרבעטן] מלחמה מיט ציונות
זיין הויפט לעבן איז געווען געווידמעט, און וועט געדענקט ווערן, זיין פייערדיגע קאמף קעגן ציונים, און איז מיט דעם שטארק באוואוסט, צווישען זיינע ספרים זענען ויואל משה, על הגאולה ועל התמורה און נאך. אבער די אויסגערעכנטע זענען די איינציגסטע וואס ער אליין האט געשריבן.
די געוועזן: -- |
אדמורי סאטמאר | די קומענדיק: הרב משה טייטלבוים זצ"ל ברך משה |
קאַטעגאָריעס: רבנים | אדמורי"ם | סאטמאר