גוי
פֿון װיקיפּעדיע
אַ גוי איז איינער וואָס איז נישט אַ ייד. געוויינטלעך נוצט מען דער וואָרט גוי כדי צו אָפשיידן די ווערטע פונעם גוי לעומת דער איד.
אינהאַלט |
[בעאַרבעטן] דער איד כלפי דעם גוי
אידן בענטשן יעדן טאג די ברכה שלא עשני גוי צו געבן א לויב אז זיי זענען מחויב אין מצוות.
די טערמינען גוי אדער גוים ווערן אויך באנוצט אלץ שם הכולל אויף די שונאי ישראל און עובדי עבודה זרה, ווי צ.ב.ש. פסח ביי נאכט זאגט מען שפוך חמתך על הגוים.
היסטאריש, צוליב די פילע גלות יארן, האבן אידן זיך אנגעליטן פיל צרות פון די נישט-אידישע באפעלקערונג צווישן וועלכע זיי האבן געוואוינט. דאס האט צוגעפירט אז דער אידישן פסיכיק האט אפטמאל נישט געהאט פיל צוטרוי צו א גוי, און אפילו טיילמאל געברענגט העסליכע געפילן פון אידן אויף גוים צוריק.
[בעאַרבעטן] חסידי אומות העולם
לויט די תורה קען א גוי אויך פארדינען זיין חלק אין עולם הבא דורך איינהאלטן די זיבן מצוות פון די בני נח. די זיבן מצוות זענען:
- נישט דינען עבודה זרה
- נישט שעלטן ג-ט, אדער נעמען ג-ט'ס נאמען אויף א פאלשע שבועה
- נישט עובר זיין אויף עריות
- נישט גנב'נען
- נישט הרג'ענען
- נישט עסן קיין אבר מן החי
- שטעלן געריכטן אויף צו איינפירן צדק און משפט צווישן דאס מענטשהייט
עס ווערט אנגענומען אז היינט זענען די גוים מערסטנס אפגעהיטן אין די זיבן מצוות און אין אלגעמיין פירן זיי זיך מאראליש.
[בעאַרבעטן] געהאלפן אין דעם שואה
אין די יארן פון די צווייטע וועלט קריג זענען געווען טויזנטער גוים וואס האבן באהאלטן אידן און זיי געראטעוועט פון טויט איינשטעלנדיג דערביי זייער אייגן לעבן. דער ישראל'ישער ארגאניזציע "יד ושם" האט אן עקסטערן אפטיילונג פאר די "חסידי אומות העולם" צו געבן אן אפדענק און אנערקענונג פאר די מענטשן.