קרית יואל
פֿון װיקיפּעדיע
קרית יואל איז א שטאט געגרינדעט דורך די חסידים פון סאטמאר רבין ר' יואל טייטלבוים אין מאָנרוי אָפּסטעיט ניו יאָרק
עס וואונען דארטן היינט צוטאגס נאענט צו דריי (3) טויזענט פאמיליעס - מיט די קינדער נאנט צו פיפצען (15) טויזענט נפשות.
דער שטאטס רב איז דער סאטמארע רבי ר' אהרן טייטלבוים, וועלכער איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס פאמפ און פאראד אין 1985. טראץ וואס א חלק פון שטאט האט אים נישט ליעב און קערן זיך אן צו זיין ברודער ר' זלמן לייב טייטלבוים אדער זענען זיי פון בני יואל האט ער אבער א שמאלע מאיאריטעט, און זיינע קאנידאטן האבן נאך קיינמאל נישט פארלוירן די וואלן אדאנק די ישיבה בחורים וואס זענען זיינע זיכערע שטימען, די לעצטע וואלען האט אברהם ווידער דער אהרונישער מעיאר געהאט עפעס מער פון 2700 שטימען און יעקב יואל באנדא וואס איז געלאפן קעגן אים האט געהאט עפעס מער פון 2200 שטימען.
עס געפינען זיך היינט אין קרית יואל 53 בתי מדרשים ס'רוב האלט זיך פאר סאטמאר, עס איז אבער אויך דא דערצווישן שוהל'ן פון אנדערע חסידות'ער, ווי למשל טאהש ספינקא תולדות אהרן ברסלב.
דער חינוך סיסטעם ליגט רוב אונטער די הערשאפט פון ר' אהרן טייטלבוים אבער עס איז אויך דא מוסדות אונטער בני יואל און מוסדות אונטער ר' זלמן לייב טייטלבוים אלעס האלט זיך פאר סאטמאר
עס ווערט געשאצט, לויט די רעזולטאטן פון די לעצטיגע פאליטישע וואלן, אז בערך 60% פון די איינוואוינער קערן זיך אן פארן שטאטס רב, ר' אהרן, זיי ווערן אנגערופן אין די וועלט אהרונים, בערך 20% קערן זיך אן צו ר' זלמן לייב טייטלבוים, אויך איינע פון די סאטמארע רבי'ס און א קאנקורענץ פאר ר' אהרן, זיי ווערן אנגערופן זאליס, בערך 15% זענען בני יואל, די זענען די וואס ווילן נישט קיין שום רבי, די איבעריגע זענען די שאר ירקות, צום ביישפיל, טאהש, ברסלוו, תולדות אהרן וכדומה. לויט טייל אנאליסטן איז דאס דער מוסטער פון די שטיצער פון ר' זלמן לייב און ר' אהרן, פון סאטמארע חסידים אין די גאנצע וועלט, דאס מיינט, 60% אהרונים, 40% א געמישאכט פון בעיקר אנטי ר' אהרן און א ביסל חסידים פון ר' זלמן לייב פערזענליך.
די שטאט האט א זעלבסטעשטענדיגע לעגאלער שטאטראט, עס רופט זיך THE VILLAGE OF KIRYAS JOEL, עס איז געגרינדעט געווארן אין יאר 1977, די פאליטישע פיגורן באשטייען פון א מעיאר און 4 ווילעדש טראסטיס, זיי ווערן אריינגעוועלט פאר 4 יאריגע טערמינען, דער יעצטיגער ערוועלטער מעיאר הייסט, אברהם ווידער, די 4 טראסטיס זענען, מיטעלמאן, פריינד, מארקאוויטש און לאנדא, אלע זענען שטיצערס פונעם רב פון שטעטל, ר' אהרן טייטלבוים.
[בעאַרבעטן] דערויסענדע לינקס
- ל"ג בעומר הדלקה ציעט טויזענטע יערליך. ווידיאו קליפ
- ווידיאו קליפ פון א ניחום אבלים באזוך פון גאווערנער פאטאקי און אלע פאלטישע פירער ביים סאטמאר רבין זיצענדיג שבעה נאך זיין פאטער דער בעל ברך משה. [1]
אלע פרומע אידישע געגענטער ווי עס זענען צושפרייט די היינטיגע אידישע באפעלקערונג איבער דער גארער וועלט. (ביטע אויסשטעלן לויטן גרויסקייט)
וויליאמסבורג • פלעטבוש • ירושלים • פייוו טאונס • בני ברק • בארא פארק • מעלבוירן • פוירט • קרית יואל • מאנסי • ניי סקווירא • מוסקעווע • ביתר • קווינס • בית שמש • קרוין הייטס • יהאנוסבורג • מילאן • רוים • סטעמפערד היל • גאלדערס גרין • עדזשווער •קליוולאנד • סידני • לאוער איסט סייד • לעיקוואד • דיעל • טינעק • ריווערדעיל • פאר ראקעוועי • בעיסוואטער • פארעסט הילס • זיטומער • סידעהוירסט • וואדמיר • מאדריד • פאריז • מארסעלס • סארסעל • פראג • בודאפעסט • ווארשע • סיאטעל • וואדמיר • מאדריד • שטראסבורג • פאריז • מארסעלס • סארסעל • אפער וועסט סייד • טינעק • באסטאן • לאס אנזשעלעס • קיעוו • דיטרויט • באלטימאר • אנטווערפן • וויען • סי געיט