װיקיפּעדיע:קאטעגאריע
פֿון װיקיפּעדיע
קאטעגאריע איז דער צעמענט צו די ציגל פון דעם בנין וואס הייסט וויקיפעדיע.
ווען מען שרייבט אדער לייענט אן ארטיקל, איז קריטיש וויכטיג אים צו קאטעגאריזירן אין קאטעגאריעס, ווייל אן דעם איז דאס ווי א נאדל אין א ריזיגן, ענדלאזן ים-סוף, קיינער וועט קיינמאל נישט דאס אפיר טרעפן. כדי צו טרעפן אלע ארטיקלען אן קאטעגאריעס קוועטשט אהער.
עס איז נישט פארהאן אזא זאך וואס מען קען נישט קאטעגאזירן, איז דעריבער א עוון גדול אויב מהאט נישט קיין אחריות און קיין שכל בשעתן שרייבן צו אוועקלייגן א קאטעגאריע, כדי מען זאל דאס דערנאך גרינג קענען טרעפן.
מאכט דאס קאטעגאריע:קליידונג, פאר קליידער, אדער קאטעגאריע:מצוות און מנהגים, פאר עפעס אן ארטיקל איבער אידישקייט. און נעמט דאס ארום מיט צוויי אזאלעכע סימבאלן. [[ ]] סעיווט דאס ווען עס איז שוין אזוי [[קאטעגאריע:מצוות און מנהגים]] אדער [[קאטעגאריע:קליידונג]]
ווען מען וויל לייגן א לינק צו א קאטעגאריע בלאט, און נישט צורעכענען דעם בלאט צום ספעציפישן קאטעגאריע, דארף מען צולייגן א דאפלטע נקודה פאר'ן ווארט, אזוי: [[:קאטעגאריע:קליידונג]].
אין יעדע באזונדערע קאטעגאריע זאל מען זעהן צו שרייבן אין איר אנדערע געראטענע קאטעגאריעס, ווצ"ב אין "קאטעגאריע רבנים" זאל מען לייגן "קאטעגאריע אדמו"רים", אזוי וועט א יעדער קענען האבן צוטרעט צו אנדערע געראטענע קאטעגאריען, אויך וועט דאס באגרעניצן די צאל פון קאטעגאריעס אין איין איינציגע ארטיקל, ווצ"ב אנשטאט צו שרייבן 10 קאטעגאריעס אין דער ארטיקל "רבי" (רבנים, אדמורים, צדיקים, תורה, יידישקייט, פרומקייט, חסידות, ראשי ישיבות אא"וו) קען מען שרייבן נאר איין גאר פאסיגע קאטעגאריע, ווייל אין דער קאטעגאריע איז דאך דא לינקן צו אנדערע געראטענע קאטעגאריעס.
[בעאַרבעטן] ווען מאכן א קאטעגאריע?
כדי צו מאכן א קאטעגאריע מוז קענען זיין צום ווינציגסטן 5 ארטיקלען וואס שיקן צו די קאטעגאריע.
אויב דערווייל איז נאך נישטא 5 ארטיקלען צום ספעציפישן קאטעגאריע, זאל מען שרייבן ביי די קאטעגאריע אליינס עטליכע ווערטן וואס קען זיין אין צוקונפט ביי די זעלבע קאטעגאריע.
[בעאַרבעטן] שרייבן געפעלטע קעפלאך אין א קאטעגאריע
ס'איז רעקאמענדירט צו שרייבן אלע געפעלטע קעפלאך פון א געוויסע קאטעגאריע אונטער די פאסיגע קאטעגאריע. ווי צ.ב.ש. אויב מען האט נאך נישט געשריבן אן ארטיקל איבער "מזבח", זאל מען צולייגן די קעפל "מזבח" אונטער קאטעגאריע "בית המקדש" אלץ א געפעלטע קעפל, כדי זאלן אנדערע קענען לייכטער שרייבן אן ארטיקל איבער די טעמע. זעט צ.ב.ש. קאטעגאריע:בית המקדש.
[בעאַרבעטן] ווי אזוי אנרופן די קאטעגאריע?
גייט פריער אריין דא: קאַטעגאָריע:קאטעגאריעס צו זען אויב ס'איז שוין באשטימט א פאסיגע קאטעגאריע צו די נייע ארטיקל.