הילף:לינק
פֿון װיקיפּעדיע
וויקפידיע איז א וועלט פון אסאך קליינטשיגע פיצקעלע שטיינער אינפארמאציע, וואס אויב מען באהעפט דאס נישט צוזאמן אין א ריזיגן בנין איז דאס פארלוירן און גארנישט ווערט, דעריבער ווען איר שרייבט אן עפעס אן ארטיקל געדענקט למען השם צו לונקן ווי מער ווערטער אין דעם ארטיקל אז עס זאל דאס פארצווייגן און צאם קניפן צו אנדער ע אינפארמאציע.
אינהאַלט |
[בעאַרבעטן] וויקילינק: אינעווייניגסטער לינק
א לינק צו אן אנדער ארטיקל פון יידישן וויקיפעדיע, ווערט ווען מען נעמט ארום דאס ווארט מיט צוויי אזעלכע סימבאלן פון ביידע זייטן פון ווארט. [[לינק]]
יעדע ווארט אין די ארטיקל וואס האט פאר זיך אליין אן ארטיקל, אדער ווען דער ווארט פאסט זאל זיין פאר איר אליין אן ארטיקל, זאל מען דאס ארומלרינגלען מיט די לינק-סימבאלן. אויב עס איז שוין דא אן ארטיקל איבער דאס ווארט, וועט דאס ווארט ווערן א לינק צו די ארטיקל פון דאס ווארט, און אויב דערווייל איז נאך נישטא אן ארטיקל איבער דאס ווארט, וועט דאס ווארט ווערן א לינק צו א באארבעטונג-בלאט וועלכע וועט באארבעטן דירעקט די ארטיקל פון דאס ווארט.
למשל, אויב איר ווילט מאכן א לינק פון דאס ווארט "יידן", שרייבט דאס אויף אזא אויפן [[ייד|יידן]]. ווייל אויב איר וועט ארומרינגלען דאס ווארט "יידן" בלשון רבים, וועט דער פארבינדונג נישט צו פירן צו די ארטיקל איבער "יידן", וויבאלד די קעפלאך פון די ארטיקלען זיינען געשריבן בלשון יחיד.
נאך וואס איר האט ארומגערינגלט א געוויסע ווארט, דארפט איר נישט ווידער ארומרינגלען די זעלבע ווארט אין די זעלבע פאראגראף, וויבאלד אויב דער באנוצער וויל ליינען איבער די ארטיקל, קען ער זיך דאך באנוצן מיט דער פריעריגער לינק וואס פירט אהין, אבער אויב דער ווארט חזרט איבער אין די זעלבע ארטיקל אין אן אנדער פאראגראף, קען מען יא ווידער לייגן א לינק צו דאס ווארט, ווייל עס קען דאך זיין אז דער באנוצער האט אנגעהויבן ליינען נאר דער פאראגראף, און נישט פון אנהייב ארטיקל.
ווען מען שאפט א נייער ארטיקל איז כדאי צו אויפזוכן אין אנדערע ארטיקלען אין דער וויקיפעדיע דער נאמען וואס איר האט נאר יעצט געשאפט, און זיי אנלינקען צו די נייע ארטיקל. ווי צ.ב.ש. אויב איר האט געשאפט אן ארטיקל מיט'ן נאמען "הלל הזקן", זוכט אויף דער ווארט "הלל הזקן" אין אנדערע ארטיקלען (טייפט אריין אין דער זוכן קעסטל דער ווארט "הלל הזקן" און דרוקט אויף "זוכן" נישט אויף "גיין", נאכער גייט אריין אין אלע ארטיקלען וואס האבן דער ווארט "הלל הזקן", און רינגלט זיי ארום מיט די לינק סימבאלן [[הלל הזקן]]) אזוי וועט מען קענען צוקומען צו אייער ארטיקל פון מער פלעצער.
- קאטעגאריעס ווערן דורך דעם אויך א צוזאמקלויבונג פון לינקס.
[בעאַרבעטן] דערויסענדער לינק
צו עני אנדער וועבזייטל אינדערויסן פון וויקיפעדיע'ס און וויקי'ס, נעמט מען נאר ארום מיט איין פון ביידע זייטן [לינק]
[בעאַרבעטן] לינק צו אפטיילונג פון זעלבן ארטיקל
אויב איר ווילט שטעלן א לינק צו א קעפל אין דעם זעלבן ארטיקל שרייבט אזוי: [[#קעפל]] (ווען "קעפל" איז דער נאמען פון דער אינווייניגע אונטער קעפל).
- אויב עס איז פון דעם זעלבן ארטיקל מאכט אזוי [[# אין דעם קעפל פונעם אפטיילונג]]
- אויב עס איז פון אן אנדער ארטיקל דארפט איר קודם שרייבן דעם קעפל פון ארטקיל און נאך דעם # און דעם קעפל פון אפטיילונג
[בעאַרבעטן] אינטערוויקי
לינקן זעלבע ארטיקלן פון אנדערע וויקי פראיעקטן אדער שפראכן. אדער פון צוויי וויקיפעדיע ארטיקלן אין אנדערע שפראכן אדער אין זעלבן שפראך, נאר אנדערע וויקי'ס, ווי למשל פון וויקיפעדיע צו וויקינייס.
[בעאַרבעטן] אינטערשפראך לינק
עס איז גאר וויכטיג צו לינקן א בלאט פונעם זעלבן אישו פון איין שפראך צום אנדערן. כדי א ליינער וועט עפעס איינפאלן צו מוסיף זיין זאל ער גאר גרינג קענען בליקן אין אנדערע שפראכן וויאזוי זיי האבן דאס מסביר געווען, ווי גרינגער דאס וועט זיין אלס מער חברה וועלן זיך באטייליגן צו בארייכערן דעם וויקיפעדיע.
געווענליך מאכט מען אזוי צו ענגליש: [[en:link]] אדער פאר העברעיש: he:לינק
[בעאַרבעטן] טעכנישע באמערקונג
- עס איז נישט שיין צו מאכן א לינק אין א קעפל.
- וויבאלד דער לינק אנטהאלט 2 מינע פאנטס ענגליש צו יידיש טוישט זיך דאס רעכטס אויף לינקס. ווי די העברעישע לינק. און אנדערע שפראכן.למעשה האב איך אויסגעפיגערט אז טאמער מאך איך דאס פון רעכטס צו לינקס כאפט דאס יא.