Web - Amazon

We provide Linux to the World


We support WINRAR [What is this] - [Download .exe file(s) for Windows]

CLASSICISTRANIERI HOME PAGE - YOUTUBE CHANNEL
SITEMAP
Audiobooks by Valerio Di Stefano: Single Download - Complete Download [TAR] [WIM] [ZIP] [RAR] - Alphabetical Download  [TAR] [WIM] [ZIP] [RAR] - Download Instructions

Make a donation: IBAN: IT36M0708677020000000008016 - BIC/SWIFT:  ICRAITRRU60 - VALERIO DI STEFANO or
Privacy Policy Cookie Policy Terms and Conditions
באַניצער:יודל – װיקיפּעדיע

באַניצער:יודל

פֿון װיקיפּעדיע


באנוצער קעסטלעך
yi ‫דער באַנוצער רעדט ייִדיש אַלס מוטער־שפּראַך.
he-1 ‫משתמש זה מסוגל לתרום ברמה בסיסית של; עברית
en-3 ‪This user is able to contribute with an advanced level of English.‬
de-1 ‪Dieser Benutzer hat grundlegende Deutschkenntnisse.‬
דער באנוצער שטרעבט צו האלטן וויקיפעדיע נייטראל.
דער באנוצער העלפט אויס גערן נייע באנוצער.
דער באנוצער פארפליכטעט זיך, דא צו שרייבן נאר מיט איין באנוצער נאמען.
דער באנוצער האלט איין א שטרענגע פאליסי אנטקעגן פערזענליכע אטאקעס.

אינהאַלט

[בעאַרבעטן] אריינפיר

שלום עליכם טיַיערע פריַינד!

איך בין מיטגליד אין דער אידישער וויקיפעדיע זינט דעצעמבער 7 2005 - ו' כסליו תשס"ו.

איך הייס יודל, איך בין א איד, רעדט אידיש, שרייב אידיש, און וואוין אין וויליאמסבורג, ברוקלין, ניו יארק, אמעריקע.

איך האב מיר געמאכט א ציל ארויפארבייטען דעם אידישען וויקיפעדיע איר וועט באלד זעהן פארוואס

איך בין גרייט דא צו העלפן אויף אלעם און אויף אלעס.

אויב דו ווילסט עפעס הילף און דו שעמסט דיך צו פרעגן ברבים, בין איך גערן גרייט דיר צו ענטפערן אין אי-מעיל, און אונזער שמועס וועט פארבלייבן א געהיימעניס שיק מיר א אימייל


[בעאַרבעטן] מיין ארבייט פארן וויקיפעדיע פראיעקט

[בעאַרבעטן] מיין אידישע וויקיפעדיע רבי און טאטע ז"ל

גאנגלערי (ער איז שוין מער ניטש טעטיג אין קיין שום וויקיפעדיע. יהא זכרו ברוך!: - ער האט מיך מחזק געווען און געבעטן דא צו שרייבן, ווען איך האב בטעות עפעס דא געשריבן. זינט דעמאלטס איז דא מיין הויז, פאמיליע און לעבן. אויף אים קען מען ריכטיג זאגן דעם פסוק: שפתותיו דובבות בקבר, אז ער איז שוין נישטא זעצן זיינע קינדער פאר זיין דרך אין עבודת ה'. ער האט מיך דערהויבן דא צו סיסאפ ווען קיינער האט נישט קער גענומען פון דעם אידישער וויקיפעדיע.)


[בעאַרבעטן] וואס אנדערע אידישע וויקיפעדיע באנוצער זאגן וועגן מיר

באנוצער:רוני [4] [5]:

חחחחח זיי זיך נישט מייאש! פארגעס נישט אז ווען דו ביסט אהין געקומען איז דער וויקי געוועזן לער פוסט און פאסט. ►רוני◄

א גרויסן שכויח אויפן הארציגן ווונטש, אבער פארגעס נישט אז ווען נישט דיר מיט דיין מוותר זיין אויף די שטריינגע ייווא כללים, און זיך צולאזן מיט האקן רידיירעקטן פון אלע זייטן, און דיינע הערליכע נייעס וואס לייגסט ארויף יעדן טאג, וואלט דא זיכער געווען יעצט פוסט און פאסט. א דאנק דיך און א פרייליכן פורים ;►רוני◄ 12:48, 15 מאַרץ 2006 (UTC)

זיכער איז דיין הסברה ווערט, (אין די הילף בלעטער) ס'איז ממש א מחיה מתוק מדבש. ►רוני◄ 14:00, 24 פֿעברואַר 2006 (UTC)

ביסט גערעכט אז יודל ..... ניצט ער אויס זיין גוטע ענגליש און זיין איבערנאטורליכע מוט צו געווינען.

באנוצער:אלזוז [6]

עס ווייזט אז מיט דיין ניק יודל האסטו א ווילן אויפצובויען וויקעפעדיע, ברענג נאך נייעס, צו אלעמענס הנאה.--אלזוז 14:54, 13 סעפטעמבער 2006 (UTC)

יעצט אז דו ביסט דא אליינס אין א שטילע פלאץ שרעק זיך נישט פון קיינעם אויף די וועלט! שרייב ארויס אלעס וואס דו האסט צו זאגן! מיר וועלן זיך באלעקן יעדן איינציגן טאג די פינגער מיט דיינע באשרייבונגען. געדענק נוץ אויס די געלעגנהייט! דו ביסט דער שליח פון כלל ישראל!--◘אלזוז◘ 19:10, 5 דיסעמבער 2006 (UTC)

[בעאַרבעטן] מיין ציל: פארוואס שרייב איך דא?

ניין איך בין נישט קיין שרייבער און נישט קיין קינד פון קיין שרייבער.

איך וואלט באגרעניצט מיין טרייב קראפט און אגענדע דא, איינפאך מיט איין ווארט: נייגער: איך האב ליעב צו גיין נייע פלעצער, איך וויל הערן נייע חידושים, פארשטיין מיסטעריעס און קענען אנדערשטקייטן. וואס איך מיין אז דאס איז נישט מער ווי נאטורליך.

רוב פון מיינע געשרייבאכצער דא, איז נישט פון ידע, איך האב נישט קיין געדולד צו ליינען ווער רעדט נאך פון לערנען אבער איך בין א נייגעריגער מענטש פונקט ווי אלע באשאפענישען, און דעריבער האלט איך פאר וויכטיג צו אראפשרייבן וואס מיר אינטעריסרט אפשר וועט איינער מכיר טוב זיין און פארציילן וואס ער ווייסט. איך בין שוין געווען פערזענליך אויף אסאך אינטערסאנטע פלעצער אויף גאטס וועלט, ווי אייך אלע, איך האב מיך געטראפן מיט פיל אינטערסאנטע זאכן און מענטשן פונקט ווי אייך אלע, נו איך וועל דא באשרייבן וואס איך ווייס, לאמיר אביסל הערן פון אייך. פאלגענד איז א טיילווייזער רשימה פון זאכען; מענטשן באגריפען וואס איך האב שוין געשריבן און איך פלאן נאך צו שרייבן וועגן זיי און איבער דאס אלעס:

[בעאַרבעטן] מיין וועלט אויסקוק לעבן און שאפן

איך בין אין מיינע אויגן אן ערליכער איד, א ניין טו פייוו ארבייטארער פאר פרנסה, איך בין א גרויסער בעל חוב צום אייבערשטען און צו מענטשן. איך פרוביר דאווענען דריי מאל א טאג און גיי אנגעטאן מיט מיין חסידישען כניאקישער קליידונג, און שיק מיינע קינדער אין היימישער פרומע מוסודת החינוך ווייל איך שטרעב צו לעבן מיטן מיין פאטערס און מוטערס מסירת נפש אידיאל און די אלע אויבן דערמאנטע זאכן און פירונגען דערמאנט מיך מיין ציל אין לעבן; און איך האלט אז יעדער איינער מוז האבן א ציל אין לעבן און איינמאל מען האט דאס פאר א ציל נעמען אלע אנדערע אגענדעס און האביס פליכטן און אויפגאבעס א צווייט ארט צו דעם הויפט ציל אין לעבן. אוי מיין ציל איז זיך מדבק זיין אין הקב"ה!

[בעאַרבעטן] מיינע אויפטוען פארן אידישן וויקיפעדיע וואס איך האב געהאט פיל התנגדות און אלעס בייגעקומען נאך שווערע ענדלאזע קאמפן טראץ די רדיפות און שטרויכעלונגען וואס איך בין אויסגעשטאנען, בלויז מיטן אייבערשטעןס הילף ב"ה

גילו דעת: אלע די פאלגענדע זאכן זענען פשוטע שכלדיגע ענינים, אבער וויבאלד מיר האבן דא צוטאן מיט אזוינע וואס זייער גאנצער ציל איז צו אונטערברענגן וויקיפעדיע, האבן זיי מיר בשעת מעשה אויסגעטיילט צרות יגון ואנחה און גלייגט פיסלעך פון אלע זייטן. געדענקט! רוב מאל האבן זיי אביוזד זייער סיסאפ טולס מיך צו רודףן, דורך צוריקדרייען מיינע עדיטס (סיסאפ דרייט צוריק מיט איין קוועטש, א נארמאלער באנוצער מיט 3 קוועשטן, ממילא איז דאס אביוז); ארויסבלאקירן; פארשפארן ארטיקלן. א.א.וו. אבער מיין עקשנות דא אויפבויען די אידישע וויקיפעדיע איז מיר געשטאנען פאר אלעם. און איך האב זיי באקעמפט עד הסוף.

  1. אראפאגענומען די מאסקע פון סאקפאפעטס וואס האבן געבעטן מיט פאלשטע וואלן ארויסבלאקירן אידישע וויקיפעדיע פלייסיגסטער באנוצער. [7]
  2. געוואור געווארן די אידישע וויקיפעדיע סטאטיסטיקס [8] [9]
  3. אז מען זאל נישט צולאזן דא טראלס שרייבן אומאניטערסאנטע ארטיקלן איבער קליינע וועב סייטס וואס קיינער באנוצט זיך נישט און קיינעם אינטערסירט איר נישט. און איר גאנצער ציל איז געווען צו פארשמוצען וויקיפעדיע מיט אומאינטערסאנטע נארישע ארטיקלן. (רעדן:ככר העיר)
  4. ריכטיגע נעים ספעיסס פאר הילף קעגן אנווייזונגען ארטיקלן. זעהט: (הילף רעדן:נעימספעיס)
  5. אויפהערן שרייבן קעפליך פון ארטיקלן לויט ייוו"א כללים כדי רוב אידיש רעדער זאלן קענען פארשטיין דא. [10] [11]
  6. זיך געשלאגן אזש ביזן סטוארט אז קיינער זאל נישט קענען אויסמעקן קאנטראווערסיאלע ארטיקלן. [12]
  7. געבעטן צו דערהויבן יעדן איינעם פאר סיסאפ און ביראקראט, - אריינגערעכנט; באנוצער:בן עמי; באנוצער:אלזוז [13]; באנוצער:עם סגולה123; באנוצער:שמאלץ [14] און באנוצער:רוני, כאטשיג זיי האבן נישט עפעס געשריבן ווי פרעפעשאנעל שרייבער אבער די וויינציג וואס זיי האבן געשריבן איז גענוג געווען פאר מיר צו מאכן וויקיפעדיע ווי מער סיסאפן כדי זאל דא קיינמאל נישט שלאפן, און וואנדאלן זאלן ווערן באהיטן צו יעדע צייט. אויסער אויב מען איז אויסגעשפראכן אין אפען מיטן ציל צו איינפירן צענזור און דיקטאטורשאפט האב איך מיך קעגן געשטעלט אפילו זיי זענען למעשה געועון פראפעיאנאלע שרייבער, ברוך ה' זיי האבן שוין אפגעשריבן זייערס און מען הערט נישט פון זיי מער.
  8. געבעטן שיין און אויך, (ווען יענע האבן זיך צוריקגעקריגט מיט פאלטשע טענות קעגן מיין באשרייבן דעם בית ישראל) מוחה געווען אויף חילול שבת ארטיקלן אין אידישען וויקיפעדיע (איך האב זיך ערשט נאך דעם געכאפט אז יענער איז נישט מחלל שבת חלילה נאר מען מיינט אזוי צוליב דעם וואס דער נאמען ווערט גענוצט סיי אין די אמעריקאנע שעות און סיי אין איזראלי שעות. און פון דא איז א גוטער מוסר השכל אייביג צו דן זיין לכף זכות.
  9. מאכן רידיירעקטס. [15]
  10. שרייבן איבער פובליק חסידים פונקט ווי פובליק גוים איבער זייערע עוולות אפילו עס שמעקט נישט פאר זייערע פארטייאישע שרייבער. [16] [17]
  11. געמאכט די טעגליכע הויפט נייעס זייער אינטערסאנט און אקטועל פאר חסידים כדי צוציען די יידיש רעדענדער עולם נאכאנאנד אהער. [18] [19]
  12. געמאכט די נייעס פארטאל.
  13. געלייגט די נייעס אין הויפט מעניו ווי אין ענגלישן. [20]
  14. געשריבן אן ארטיקל איבער די באגריף פון ספישיס. [21]
  15. געשריבן דאס רוב פון די פאליסיס און הילף, כאטשיג וואס מען ברעכט דאס דערווייל, איז דאס נישט קיין פראבלעם ווייל מיר זענען נאך צו א קליינער וויקיעפדיע צו אינפארסירן געהעריג. אבער דאס איז פאר די עתיד. [22]
  16. צוגעלייגט א פארבינדט זיך צו וויקיפעדיע אויפן הויפט מעניו אין הויפט בלאט פאר נייע און באקריוועטע באנוצער זיך צו קענען אפרעדן ביז די העכסטע פענסטער כדי צו האלטן וויקיפעדיע מיט יושר, העפליכקייט און אפענקייט. [23]
  17. געווארענט כסדר וואנדאלן ביז איך האב איינגעזעהן אז דאס איז א שפיל פון די אנדערע סיסאפן וואס זענען דירעקט שטיל און ווילן איך זאל באגיין שטרענג, זיי האבן טאקע געהאט אסאך טענות צו מיר אז איך בין זייער ווילד קריגעריש און צופיל ביזי מיט אינפארסירן די פאליסיס.
  18. מען זאל רופן ארטיקלן לויט די ארגינעלע נאמען נישט וויאזוי עס איז אויסגעטיישט אין אידיש וואס קיינער רופט דאס נישט אזוי.
  19. אז מען זאל נישט דערלאזן טראלס אויסמעקן קליינע ארטיקלן דערמיט אויפירן זייער ציל אויסראטן אונזער ארימער וויקיעפדיע מיטן פאלטשן אויסרייד אז עס איז צו קליין.
  20. ווען מען פארשפארט א בלאט צוליב וואנדאליזם מוז מען איבערלאזן א מוסטער וואס מעלדט איין פאר אנדערע באנוצער אז דאס איז פארשפארט אין זיי קענען דאס בארבייטן אויפן רעדן בלאט. [24]
  21. נישט דערלאזן א סיסאפ ארויסבלאקירן אפילו א וואנדאל אין זיינע אויגן בשעת ווען דער זעלביגער סיסאפ איז פשוט מיט אים אין א געפעכט. ווייל ער איז נישט נאמן צו זאגן אז יענער איז א וואנדאל צוליב נגיעות. [25]
  22. נישט דערלאזן פארשפארן ארטיקלן בשעת דער אפשפארער האט א מיינונגס פארשידעהיינט מיט איינעם איבער דעם ארטיקל. ווייל דער אפשפארער איז א טייל פון די עדיט מלחמה אביוזד ער זיין טעכנישע כוח צו געווינען א מיינונגס פארשידעהיינט וואס אלע באנוצער האבן די זעלבע רעכטן ווי דער סיסאפ.
  23. געפועלט אז מען זאל ארויפלייגן די פאנדריעזינג ביטע פון די וויקימעדיע פאונדאוציע צו בעטן הילף מכוח הכרת הטוב פון די אידישע וויקיפעדיע ליינער און באנוצער. [26]

[בעאַרבעטן] באנוצער וואס סטראשען אז זייער נישט שרייבן אין אידישן וויקיפעדיע איז וועגן מיר.

גילו דעת צו זיי: עס וועט אייך גארנישט העלפן מיט דעם וואס איר אנטלויפט ווייל ווילאנג איר שרייבט דא געהעריג בין איך שטיל. איך רוף מיך נאר אן אויף אייער אומרעכט אין מיינע אויגן. סא בארעכענט אייך און קומט צוריק שרייבן דא געהעריג. און איך וועל איינרוען און נישט קוקען אויף אייער זייט.

[בעאַרבעטן] מיינע אקטיוויטעטען אויפן אינטערנעט פארן וויקיפעדיע עפאכע

איך האב אנגעהאלטן א אידישער נייעס בלאג פאר יארן, אין איין צוה, טעגליך אפדעיטעט: אונטער פארשידענע נעמען. איינמאל אידישער פארברענג און ווען ר' גרשון יעקאבסאהן איז אוועק האב איך דאס געטוישט אויף אלגעמיינער זשורנאל לשמו ולזכרו, ביז זיינע קינדער האבן געפענט א אייגן וועב סייט בין איך צוריק צום ארגינעלען נאמען. אידישער פארברענג.

מיין אינטערנעט שרייבן האט זיך אנגעהויבן דורך די עירוב פרשה אין וויליאמסבורג ווען די עירוב מתנגדים טעראריסטען האט מיך ארויסגענומען פון גלייכגעוויכט מיט זייער קאמף, און געזען האב איך אז אויב איך וועל שווייגן וועט יעדער שווייגן, בבחינת במקום שאין איש השתדל ליהות איש, דאן איז געווען א הייד פארק פארום אונטערן אנפירערשאפט פון איינער מיטן ניק-נאמען שפיגל עס האט געהייסן חדשות ניו יארק און איך האב דארטן אנגעהויבן אויסצוגעבן מיינע מיינונגען און געפילן מוחה זיין קעגן זייערע וואנדאליזם.

ביז דאס איז געווארן אן עדיקשאן און איך האב אנגעהויבן שרייבן הונדערטע אינטערסאנטע הודעות אין די אלע יידיש הייד פארק גרופעס: חדשות אנש א.א.וו. און דערנאך ווען די חברה האבן מיך אויפגעדעקט מיין אידענטיטעט ווייל איך בין נישט געגאנגען אין שפאן מיט זייער ארונישער טעראר האב איך מיך געמאכט שבת פאר מיך און געפענט א נייעם פארום וואס הייסט היינט וויקי נייעס. זעהנדיג אז קיינער העלפט מיר נישט בין איך געווארן הייזעריג און מיעד און אויספראבירט דעם וויקיפעדיע מאדעל וואס איז מעודד און ציעט פרעמדע צו שרייבן אפילו זיי ווילן דאס נישט בויען אבער בלית ברירה מוזן זיי זיך פארענטפערן זייער פארטיי, אזוי האלטן מיר דא ווען איך בין ארום גענומען מיט צענדליגע באנוצער נעמען אלעס פון איין נאמען וואס ווילן מיך דא דיריגירן אבער בלית ברירה שרייבן זיי און העלפן בעל כרחם ארויפארבייטן און בארייכערן דעם פרייען אויסטויש און בילדונג פון אינפארמאציע פאר אידן און אידישן שפראך.

זעהט דא די טענות פון הייד פארק באנוצער קעגן מיר אויף וויקיעפדיעס שפראך. דאס הייסט די זעלבע טענות נאר אראטפגעלייגט אין וויקיפעדיע טערמינען: באנוצער:אלזוז

Our "Network":

Project Gutenberg
https://gutenberg.classicistranieri.com

Encyclopaedia Britannica 1911
https://encyclopaediabritannica.classicistranieri.com

Librivox Audiobooks
https://librivox.classicistranieri.com

Linux Distributions
https://old.classicistranieri.com

Magnatune (MP3 Music)
https://magnatune.classicistranieri.com

Static Wikipedia (June 2008)
https://wikipedia.classicistranieri.com

Static Wikipedia (March 2008)
https://wikipedia2007.classicistranieri.com/mar2008/

Static Wikipedia (2007)
https://wikipedia2007.classicistranieri.com

Static Wikipedia (2006)
https://wikipedia2006.classicistranieri.com

Liber Liber
https://liberliber.classicistranieri.com

ZIM Files for Kiwix
https://zim.classicistranieri.com


Other Websites:

Bach - Goldberg Variations
https://www.goldbergvariations.org

Lazarillo de Tormes
https://www.lazarillodetormes.org

Madame Bovary
https://www.madamebovary.org

Il Fu Mattia Pascal
https://www.mattiapascal.it

The Voice in the Desert
https://www.thevoiceinthedesert.org

Confessione d'un amore fascista
https://www.amorefascista.it

Malinverno
https://www.malinverno.org

Debito formativo
https://www.debitoformativo.it

Adina Spire
https://www.adinaspire.com