פריוואטקייט
פֿון װיקיפּעדיע
מיינט איר וויקיפעדיע:פריוואטקייט?
פריוואטקייט איז א מעגליכקייט און א רעכט פון א יעדער מענטש צו האלטן זיין זעלביגקייט, דאס הייסט אינפארמאציע איבער זיין אייגן פערזענליכן לעבן און שאפן אוועק פון פובליק, ארויס פון דאס וויסן פון די איבעריגע מענשטן פון ציוויליזאציע, אדער גרופע צו באשיצען איינע פון אירע מענטשן'ס פריוואטקייט.
כמעט יעדע ציוויליזירטע לאנד אויף די וועלט האט געזעצען צו היטן די פריוואטקייט רעכטן פון אנידיוואדיאלע מענשטן פון אירע ציוויליזאציע'ס, און דאס ווערט אנערקענט אלס א יסודות'דיגער מענטשן רעכט. אויך האט אינטערנעט און סתם געזעלשאפטן ספעציעלע געזעצן צו היטן די פריוואטקייט פון אירע נוצער, קאסטומער און קאנקורענטן.
אינהאַלט |
[בעאַרבעטן] סיבות פארוואס מענטשן האבן פריוואטקייט
- ווייל אזוי דארפן זיי זיך נישט שרעקן פון אנדערע מענטשן וואס ווילן זיי שלעכט טאן.
- ווייל עס איז דא אסאך אינטאלעקטואלע זאךן וואס געהערן צו איינעם, און עס איז גניבה אויב אן אנדער דערוויסט זיך דערפון.
[בעאַרבעטן] אידישקייט
אין אידישקייט איז דא א פאנדעמאטאלער פליכט פון צניעות וואס אין באגריף ענדעלט דאס אסאך צו פריוואטקייט.
לגבי אלס רעכט איז דאס אבער נישט אזוי גרינג צו ערייכען, ווייל חז"ל באשטעטיגען אז כל ישראל ערבים זה לזה, און כאטשיג בית דין קען נישט גארנישט טאן אן עדות, איז אבער דא אן ענין פון קנאין פוגעין בו, אז אויב מען זעהט ביי איינעם אן עוולה מוז מען אים אויפמערקזאם מאכן, און ער קען נישט ענטפערן אז מיינד יאר אוין ביזנעס און מען מעג אים ארויסגעבן זיין פריוואטקייט צו פארשעמען ברבים לויט וויאזוי דער קנאי פארשטייט אז עס איז פאסיג צו טאן.
היינט צוטאגס ביי חרדים איז דא אזא מנהג און באגריף פון פאשקעווילען וואס מען באשמיצט איינעם, ביי ליטווישע איז דאס ווייניגער שכיח צוליב די חפץ חיים וואס האט זיך אפגעגעבן מיט לשון הרע אבער ביי קנאים און חסידים איז דאס א נארמאלער ערשיינונג אז מען זאל איינעם א פריוואטער מענטש באוואשען אין פובליק אויב עס איז נוגע דעם רבים אין די אויגן פון די קנאים.
[בעאַרבעטן] השגת גבול
דאס איז אן הלכה נישט צו קאפירן כדי צו מאכן געלט פון יענעם'ס ביזנעס איינפאל אדער פלאג.