ישראל לבנון קריזיס
פֿון װיקיפּעדיע
ישראל לבנון קריזיס | |||||||||||||||||||||||||||||
טאנקען שיסן |
|||||||||||||||||||||||||||||
|
ישראל לבנון קריזיס אדער ווי עס הייסט אין ישראל דער צווייטער קריג אין לבנון איז דער נאמען פון צה"ל'ס אקט קעגן די חיזבאלא אין דרום זייט פון לעבענאן. די אקט האט זיך אנגעהויבן י"ז תמוז ה'תשס"ו אין פארלויף פון 34 טעג ביז כ' אב. צוליב דעם וואס די חיזבאלא האבן פארכאפט צוויי ישראלישע סאלדאטן, און צודערצו האבן זיי ארויס געשאסן 3,900 ראקעטן אויף צפון זייט פון ישראל, 12,000 בלאקן געשעדטיק. א צינד שטייט די צאל פון די טויטע ביי 156 ישראליען (פון זיי 115 סאָלדאַטן און 41 בירגער) און ארום 1,002 ליבאנאנער ווען 470 פון זיי זיינען כיזבאללא קעמפערס.
די פארכאפונג איז געקומען באלד נאך וואס די כאמאס האבן אויך פארכאפט א סאלדאט מיט א פאר טעג צוריק מיטן ציל זאל מדינת ישראל באפרייען געפאנגענע טעראריסטן, אין דעם שווונק האבן די חיזבאלא אויך דאס געטון מיטן זעלבן ציל צו באפרייען זייערע מענטשן פון די ישראלישע תפיסה.
די צה"ל זיינען ארויס מיט געווער קעגן די חיזבאלא און האבן דערווייל צושאסן הונדערטער צילן ריכטונגען אין ליבאנאן און אין איר הויפט שטאט ביירות כדי צו אומבריינגען די חיזבאלא פון גרעניץ און זאלן נישט קענען אין דער צוקונפט שיסן מער ראקעטן אדער פאנגען ישראליער.
פון וועגן די ראקעטן וואס האבן געפאלן אויף צפון זייט ישראל, האבן טויזנטער מענטשן אראפגענידערט צו דרום זייט ישראל בשעת די מלחמה.
די שעצונג פון שאדן פאר מדינת ישראל שטייט ביי 9 מיליארד שקל.
די מלחמה האט זיך געצויגן 34 טעג. כ' אב איז אפגעקומען א פייער שטילשטאנד צווישן ביידע זייטן נאך וואס דער יו-ען האט אפגעמאכט אז א פרעמדע מיליטער וועט זיך פארזוימען ביים גרעניץ פון לבנון און אפהיטן די כיזבאלער פון טעראר אטאקעס אויף ישראל. אויך זאלן די כיזבאלער זיך איינבייגן און לאזן די לבנונער מיליטער הערשן אויף דרום זייט פון לבנון.
מיטל מזרח קאנפליקט |
---|
מאורעות תר"פ · תרפ"א ראיאטן · תרפ"ט ראיאטן · מאורעות תרצ"ו - תרצ"ט · מלחמת השחרור · מבצע קדש · זעקס טאג קריג War · מלחמת ההתשה · יום כיפור קריג · מבצע ליטני · ערשטער לבנון קריג · 1982-2000 South Lebanon conflict · ערשטע אינטיפאדע · Gulf War · אל אקטסא אינטיפאדע · ישראל לבנון קריזיס |