עלות השחר
פֿון װיקיפּעדיע
עלות השחר איז טייטש די אויפקום פון די מארגן שטערן.
דורך אויס יעדען טאג איז איינגעטיילט די טאג אין געוויסע צייטען פאר די אלע מצוות וואס א רעליגיעזע ייד טוט דורכן טאג, וואס נישט אלעס קען געטאן ווערן צו א יעדע צייט פון די טאג.
עלות השחר איז די צייט ווען די נאכט ענדיגט זיך און דער טאג פאנגט זיך אהן.
לויט די אנגענומענע שיטת רבינו תם איז דאס 72 מינוט פאר די זון אויפגאנג.
דאס איז די לעצטע צייט וואס מען קען דאווענען מעריב.
לויט די אנגענומענע שיטה פון מגן אברהם איז דאס די אנפאנג טאג פאר רעכענען שעות זמניות.
אויך איז דאס געווען די לעצטע צייט וואס מען האט אין בית המקדש געקענט צו ענדיגען די קרבנות פון די פריערדיגע טאג.
די יידישע טעגליכע זמנים |
עלות השחר | משיכיר | נץ החמה | סוף זמן קריאת שמע של שחרית | סוף זמן תפילה | חצות היום והלילה | מנחה גדולה | מנחה קטנה | פלג המנחה | שקיעת החמה | ג' כוכבים קטנים | צאת הכוכבים | שעות שוות | שעות זמניות |