אקטאבער 2006 נייעס
פֿון װיקיפּעדיע
מוסטער:Portal:Current events/2006 אָקטאָבער 31 מוסטער:Portal:Current events/2006 אָקטאָבער 30
[בעאַרבעטן] דינסטיק ט' חשוון תשס"ז (אקטאבער 31)
- רייכסטער איד אויף די וועלט; שעלדאן איידלסאהן אין טאלקס אפצוקויפן מעריב טאג-צייטונג. [1]
- דער עי די על פרדאמט יד לאחים פארן פארשפרייטן ראסיסטיש צעטל; נישט צו פארדינגן אידישע הייזער פאר אראבער אין ירושלים. [2]
- אלי וויזעל באשרייבט אין דעטאל די אטראסעטיס פון נארט קאריע און בעט די יו ען זאל איר אפשטעלן. [3]
- באסטאן אידישע קאמיוניטי שיקט צען מיליאן דאלער פאר חיפה צו פארעכטן שאדן פון ארץ ישראל לבנון מלחמה. [4]
- ניו יארק פאליציי דעפארטמענט פארבאט אירע מעמבערס צו האבן אפענע כתובת קעקע - טאטו. [5]
- קרית יואל: רעפובליקאנער קאנגערס-פרוי; סו קעלי אין שווערן פאליטישער קאמפ פאר איר לעבן, ארלעידיגט פאר ארונים אוידיענס מיט מעיאר מייקל בלומבערג איבער אפגעשפארטע חדר. [6]
- חכם עובדיה יוסף פסק פאר זיינע בעלי תשובה משפחות; זייט מוותר אויף מחיצות אויב עס ברענגט צו מחלוקת. [7]
- לעקיוואד ראש ישיבה; ר' מלכיאל קאטלער וועט פארלערנען א שיעור אין ארונים סאטמאר שול. [8]
- קאשוי רב שליט"א באזוכט לעיקוואד. [9]
- לעבעדיגע ווידיא הוק-אפ אויפן אינטערנעט ביים קבר רחל אין ארץ ישראל, צום בעפארגרייטונג צום יארצייט פון רחל אמינו. [10]
- זאל וויקיפעדיע אנהייבן לייגן עדס?; באקענט זיך מיט איין זייט פון די דעבאטע. [11]
- רעפובליקאנער זאגן: מיר זענען פאראויס אין פריע וואלן. [12]
געזונטהייט און סייענס
- א נייער פייגל פלו וויירוס איז אויפגעדעקט געווארן אין א מענטש אין כינע; וואס קען אויסהארגענען די גאנצע וועלט אין איין ריזן מגיפה. [13]
- סייענטיסטן טרעפן אויס נייע קאנטרעסעפטיוו פיל פאר מענער אן קיין סייד אפעקטס. [14]
- סייענטיסטן מאכן וואקסן און באשאפן, ערשטע מאל אין היסטאריע, מענטשליכע לעבער פון סטעם סעלס.
ניו יארק און אומגעגעגט
- נייער סיין אויף רוט 17 זאגט דרייווערס זייער ספיד. [15]
- ניו יארק פאוסט שטייגט איבער דעילי ניוז; ווערט 5'טער גרעסטער צייטונג אין אמעריקע. [16]
- גוגעל פליקט אראפ אלע קאפי רייט ווידאו קליפס פון יו טוב. [17]
- מיי ספעיס וועט ארויסבלאקירן באנוצער וואס וועלן ארויפלייגן קאפי רייט מוזיק. [18]
- יו טוב ווידיאו פון ישראלי וואס כאפט זיך מיט אויף קארן אויף ראלער סקעיטס. [19]
- אמעריקע: זוהן רעיפט אייגן מאמע. [20]
[בעאַרבעטן] זונטאג ז' חשוון תשס"ז (אקטאבער 29)
- וויקיפעדיע סיסטעם דעמאקראטיע ביי די ארבייט: וועטעראן וויקיפעדיע באנוצער; יודל; באקאנט אלס אבישי ווערט אויפגעזאגט פון מנהלות, (וואס ער האט סייוויסיי קיינמאל גענוצט), טראץ זיינע פילע ביישטייערונגען צום אויפלעב פון אידישער וויקיפעדיע, נאך וואלן אים צו פארשפארן; ווייל ער רודף'ט צופיל די קאמיונעטי און פארטרייבט באנוצער פון שרייבן אויפן אידישען וויקיפעדיע. [21]; יודל פארשפרעכט אויפציווייזן זיין ארגומענט פארן סטוארט באנוצער:danny, וואס ער האט אים געמאכט אויס מנהל, אז די וויילערס זיינען אפאר סאקפאפעטס וואס ברעכן וויקיפעדיע:פאליסיס און זיי ווילן פטור ווערן פון איר יודל... [22]
- לעיקוואד: אידן פראטעסטען אין פארענט פון חרדישען מעיאר'ס הויז; ר' מאיר ליכטענשטיין. פאר זיין שטרענג אינפארסירן געזעצן פון הייזער. [23]
- לעיקוואד: קאר שטויסט זיך אן אין הערש ביי עקסידענט פון חרדישן דרייווער. [24]
- ר' אברהם שמואל געשטעטנער געט ארויס סירוב קעגן ר' איצא גליק. [25]
- בארא פארק: א אינג ווייבל נויטיגט זיך אין א ניר נדבה, צו ראטעווען איר לעבן. [26]
- סאטמאר רבי ר' זלמן לייב טייטלבוים שליט"א, באזוכט היינט אין פלעטבוש פאר אווענט לטובת ר' מאיר בעל הנס. [27]
- וואטערבוירי ישיבה ווערט בשולדיגט אין אומ-לעגאל דארמיטארי. [28]
- יד ושם באקומט א נדבה פון 25 מיליאן דאלער פון רייכסטע איד אויף די וועלט; שעלדאן איידלסאהן. [29]
- הרב ר' מנשה פילאפ, תורה קאלומניסט פון נייעס באריכט ווידמעט זיין קאלום די וואך קעגן נייע ספר, וואס שטייט איבער מצוות ישוב הארץ. [30]
- חרדישער פרוי אין בני ברק שטארבט, איבערלאזנדיג א פאמיליע פון 18 יתומים. [31]
- געפענט וועב סייט וואס דינט ווי א דאטע באזע פון טויזענטע שטיקער קונסט און אייגנטום, פאר האלאקאוסט איבערלעבער און זייערע איינקליך צו אידעטיפיצירן זייערע פארמעגן און דאס צוריקבאקומען. [32]
- וויליאמסבורג: גוי ווערט בארויבט, צוברעכט די האנט פון רויבער, רויבער אנטלויפט, פאליציי כאפט אים אין וואדהאל האספיטאל. [33]
ארץ ישראל און מיטעל מזרח
- חברון קרית ארבע, איד ווערט דערשאסן און פארוואונדעט, פון אראבער וואס איז פארשטעלט ווי פאסטעך פון סטאדע שאף. [34]
מוסטער:Portal:Current events/2006 אָקטאָבער 28
[בעאַרבעטן] פרייטאג ה' חשוון תשס"ז (אקטאבער 27)
- דער אידישיסט שלום בערגער שרייבט א באריכט איבערן אידישען וויקיפעדיע פארן פארווערטס. רעדט זיך אפ אז דאס איז א חרדי-פעדיע ווי די גאנצע אידישע שפראך וואס בלויז חרדים רעדן, און אז מיר האבן בלויז דא נישט מער ווי הונדערט באזוכער איבערן משך פון א חודש. [35]
- אלגעמיינער זשורנאל וועבזייטל געשלאסן, ווארשיינליך בלויז אויף דערווייל און צוליב טעכנישע סיבות.[36]
- פארווערטס האט איבערגעמאכט זייער יידישן וועבזייטל, זיי לייגן שוין ארויף די גאנצע טעקסט פון זייער צייטונג -נישט ווי ביז יעצט וואס די טעקסט איז נישט געווען אריינגעטייפט נאר אויף א בילד פארמאט, זיי האָבן גרויסע פּלענער אַרויסצוגיין אויף די עלעקטראָנישע רחבֿותן פֿון דער וווּנדערלעכער אינטערנעץ. [37]
- גרויסארטיקער שבע ברכות אין וויליאמסבורג סאטמאר - ארונים קהילה. - בילדער. [38]
- חכם עובדיה יוסף שליט"א שטעלט זיך ארויס קעגן פרומע איד זאלן דינען נשיא פון מדינת ישראל. [39]
- ערשטע באנד פונעם בוך ומשה הי' רועה, ארויסגעקומען. באשרייבט אין אידישע שפראך דאס לעבנשאפן פון לעצטן סאטמאר רבי ר' משה טייטלבוים ז"ל.[40]
ארץ ישראל און מיטעל מזרח
- העכסט אינטערסאנטע הומאריסטישע אנאליז אויף הייד פארק שטייטע וועבזייטל, ערשיינט אין היימישע קרעטשמע [42]
- שטערקסטע אנקעטע וואס איז נאר וואס אמאל ערשינען איבער מוסעלמענישע באפלעקערונג אין לאנדאן צייגט אז 8.5 פראצענט פון די לאנדאנע באפעלקערונג זענען מוסעלמענער, פונדעסטוועגן איז זייער איינפלוס אויף די רעגירונג זייער שוואך. [43]
[בעאַרבעטן] דאנערשטאג ד' חשוון תשס"ז (אקטאבער 26)
- ארץ ישראל: קאמף קעגן אומ-צניעותדיגע קליידער פארשארפט; מער און מער געשעפטן ווער פארברענט, און מער און מער פרויען ווערן באגאסן מיט בליטש. דורך קנאים. [44]
- ספרדישער רב הראשי ר' שלמה עמאר ווארענט: תועבה מארטש גרעסערע סכנה און חרבן, ווי דער חורבן בית המקדש. [45]
- ווידאו פון ריזן עולם באטייליגונג ביי נעילת החג טיש אין ארונים סאטמאר נס שול וואס איז געבויט געווארן אין 2 וואכן ברענגט מסירות אז אינסטאנצן זאלן אויספארשן צו זיי לייגן נישט אריין דארטן מער ווי די ערלויבטע צאל מענטשן. [46]
- מאנטריאל: רעגירונג קאמיטעט וועט פארשן חסידישע מוסדות החינוך צו זיי לערנען די פארלאנגטע לימודי חול. [47]
- אוסטראליע: דראמא מיט אינג קינד בר מצוה בחור'ל וואס וויל זיך מגייר זיין, ווען ביי די טבילה באמערקן די רבנים אז ער איז נישט געמאלעט געהעריג על פי הלכה, בר מצוה איז געווארן אפגעשטעלט. [48]
- דעמאקראטן שלאגן אפ אנטי-איזראעל בוך פון זייער געוועזענער פרעזידענט זשימי קארטער. [49]
- רעפובליקאנער סענאטור פון פענסלוועניע וואס האלט ביים פארלירן זיין זיץ; אפעלירט צו אידן, זיין איינציגסטע לעצטער האפענונג, אים צו ראטעווען. [50]
ניו יארק און אומגעגעגט
- גאזאלין אין ניו זשערסי האלט שוין אונטער 2 דאלער. [51]
[בעאַרבעטן] מיטוואך ג' חשוון תשס"ז (אקטאבער 25)
- פלעטבוש: א נייער מנהג אין מילוואקי שול פון ר' מאטל טווערסקי על דרך ר' שלמה קאריבלאך דעם פארגאנגענעם שמחת תורה. מען טוט אויספארקויפן די ערשטע ארום נעם פון יאר פאר ווער עס צאלט די מערסטע סומע. [52]
- בני ברק: רבנים שטעלן משגיח זאל היטן אויף אראבישע ארבייטער פון די שטחים; אבער נישט צוליב טעראר געפארען. נאר צוליב ליבע אפערע'ס וואס זיי פירן מיט די ארטיגע אידישע מיידלעך. [53]
- פראנקרייך: געריכט טרעפט שולדיג, האסליכע בריוו שרייבער, וואס וויל פארגאזן אידן מיט זיקעלאון B. [54]
- פאסט מארקע (סטעמפ) אין ארץ ישראל ברויך גניזה צוליב נאמען פון גאט אויפגעשריבן אויף איר. [55]
- בארא פארק: דראמא אין ריזיגען פעט מארק ווען מאן מיט ביקס הייזשעקט געשעפט. [56]
- לאס אנזשעלעס: עירוב שטויסט זיך אן אין קענערשאפט פון ענווייערמענטאליסטן, וואס טענה'ן אז די פויגל וועלן דערהארגעט ווערן אריינפליענדיג אין שטריק, און פון ביטש שווימער וואס טענהען אז די שטריק וועט פארמיאוס דעם ים פאנאראמע. [57]
- פלעטבוש: שיכור כאפט אוועק איד'ס סעלפאון, און דערנאך געוואלט קאר-זשעקן. [58]
- חברון רב פסק: רעפארמער ערגער ווי מוסולמענער. [59]
- בענסנהוירסט: סאניטאציע ארבייטער אראפגעכאפט לייוו אויף ווידיאו ווי ער מאכט מיסט און דערנאך שרייבט ער טיקעט פארן בעל הבית פון געשעפט. [62]
- נייע וועבזייט: קיינציקלאפעדיע אויף יידיש! [63]
מוסטער:Portal:Current events/2006 אָקטאָבער 25
[בעאַרבעטן] דינסטאג ב' חשוון תשס"ז (אקטאבער 24)
- שרעקליכע ביזנעס אנזעץ אין בעלזא, פון בארא פארק חסיד, בעל הבית פון פאפא - צעלים מצה בעקעריי, וואס אפגעווישט און שאדן געמאכט איבער הונדערט מיליאן דאלער פון הונדערטע אידישע אניוועסטירער. [64]
- חתונה אין מאנרוי פון אינגסטע קינד פון ר' אהרן טייטלבוים שליט"א, ריזן ציבור טיט זיך אן שטריימלעך, החזן חיים העללער זינגט ביי חופה; טראגעדיע צושטערט שמחה, ר' שמואל בנימין קרויס פון לונדון כאפט סטראוק אינמיטן חתונה. - בילדער, ווידיאו, אנאליזן, און לייוו באריכטן. [65]
- גורע רבי וויל צאמשטעלן א קרן פון הונדערע מיליאנען דאלער צו שטיצן ווי מער קינדער געבורט ביי חרדים. [66]
- פשרה: ספרדישער רב הראשי רב עמאר וויל מתיר זיין גוים חתונה צווישן זיך אין ארץ ישראל כדי צו נישט לאזן רוסישער ח"כ אביגדור ליבערמאן אויספירן זיין פלאן, צו לאזן אידן חתונה האבן מיט גוים אין ארץ ישראל. [67]
- אוסטראליע; מעלבערן; פוטבאל שפילער זענען מודה אין אטאקע אויף חרדי. - בילד. [68]
- קרוין הייטס: לעצטער גוישער הויז אויף דעם בלאק פון 770 צו פארקויפן. [69]
- פרומער אידישער הצלה מעמבער אויפן ערשטן הצלה קאל אין זיין לעבן שטארבט אין עקסידענט. [70]
- איראן: קליין קינד געכאפט שאפליפטינג; שטראף: איבערפארן די האנט. [71]
- עזה: עי.פי. פאטאגראפירער געקידנעפט. [72]
- פראנצויזישער מיליאנער קומט צופליען מיט זיין פריוואט זשעט צו דינען אין צהל ריזערעוו. [73]
- ליאבארעלן מאכן ספעקטאקל אינמיטן זשאו ליבערמאן'ס ווערטער אין דעבאטע, רעפובליקאנער קאנדידאט מאכט זיי שטיל. - לייוו ווידיאו קליפ. [74]
[בעאַרבעטן] מאנטאג ב' ראש חודש חשוון - א' חשוון תשס"ז (אקטאבער 23)
- סאטמאר - זאלוינים, ריזן ציבור טוט זיך אן שטריימליך צו חתונה פון ר' זלמן לייב טייטלבוים שליט"א. החזן יענקל אונגער זינגט ביי חופה. . - ווידיאו אנאליזן לייוו באריכט און בילדער. [78]
- סטיווען ספילבערג ביי חב"ד קירוב אויפטריט אין אוקריינא, רופט ארטיגע אידן זיך צוריקצוקערן צו די ווארצלן פון אידישקייט כדי צו פערזערווירן די עתיד און פארזעצונג פון אונזער פאלק און ראסע. [79]
- געריכט אנקלאגע קעגן רב און חבד שליח, וואס פלינדערט אויס געלט, וואס אלמנה האט מנדב געווען פאר נייע ארון קודש, צו פארן אויף וואקאציע. [80]
- צוויי דריטלעך פון העיט קרייםס אין אמעריקע זענען קעגן אידן. נישט קעגן שווארצע אדער אראבער אדער אלע אנדערע מינדעהייט גרופעס. [81]
- קרוין הייטס: פאר-פאלק ארפאגעקלאפט פון לויפנדן קאר אויף איסטערן פארקוועי. - בילדער. [82]
- קנאים אין ירושלים - בית שמש פראטעסטירן קעגן צניעות מהדרין באס ליניע. - צוליב ווייל אירע בעלי בתים זענען ציונים. [83]
- דאס לעבן פון די חרדישע ביליאנערן איז רעלאטיוו שטיל און זיי פרעגן זייערע רבנים ביי יעדע ביזנעס דעסיזשאן. [84]
- פאניק: 4 טויט פון פלו וואקסין. [85]
- רעפובליקענס בעטן קאנגרעס צו ארויסווארפן סי ען ען רעפארטערס פון די [[ארמיי] אין איראק צוליב קאלעבראציע מיטן פיינט. [86]
- די ערשטע מצוה אין די תורה איז דער יסוד; דאטע באווייזט אז גרויסע געבענטשטע משפחות זענען מער רעליגיעיז. [87]
- א 76 יאר אלטיגע רב וואס האט באקומען סמיכה פון ר' משה פיינשטיין, וועט לויפן אין די קומענדיגע מאראטאן גאלאפ. [88]
- גוגל ציעט די מערסטע אנקלאגעס, ווייל זיי זענען היינט די אינטערנעט. [89]
- ליבאראלע בלאגערס און נעטרוטס גרייטן צו מעכטיגער גוגעלבאמבע אטאקע קעגן רעפובליקאנער קאנדידאטן ממש פאר די וואלן. [90]
[בעאַרבעטן] זונטאג א' ראש חודש חשוון - ל' תשרי תשס"ז (אקטאבער 22)
- טראגעידע אין מאנסי: חשובע פרוי, א מאמע און מנהלת אין סקול מיטן נאמען שבח אומגעקומען אין קאר עקסידענט. [91]
- כעס אין ירושלים: האמאסעקסואלען פלאנען זייער תועבה מארטש אין קריסטעל נאכט. [92]
- סאטמאר-אהרונים: דער רבי בעט זיינע חסידים נישט מאכן קיין בילדער ביי די חתונה. [93]
- אהרונים חתונה, רבי וועט עסן צוזאמן מיטן עולם חסידים. [94]
- נייער בוך: ארכיאלאגען ווענדן אפ תנ"ך געשיכטעס, איבער די קעיניגרייך פון דוד המלך און שלמה. [95]
- רוסלאנד: פרעמיער וולאדימור פוטין טרייבט ליצנות וויאזוי איזראעלי פרעזידענט האט געקענט באווייזן צו רעיפן 10 פרויען. [96]
- נטורי קרתא רב פון וויען; ר' משה אריה פרידמאן, איז עובר אויף התגרות באומות קעגן דייטשלאנד פאר זייער שטיצע צו די ציונים. [97]
- טיים מאגאזין: עף בי איי פארשט אויס אידישע לאביאונג גרופע עיפאק פארן זיך מישן אין אמעריקע פאליטיק. [100]
- זשאו ליבערמאן באקומט גרויס געלט פון בוש רעפובליקענס. [101]
- חרדישער ארונישער ליבעראלער זשורנאליסט, ר' שמעון ראלינצקי, שרייבט פאליטישע אנאליז צו טרייבן שפאס פון זיינע חרדישע קאנסערוועטיוו געשטימטע ליינער, ער פארקויפט זיי אז טראץ אלע אנקעטעס זענען די רעפובליקאנער יא באמת פאראויס פון די דעמאקראטען. [102]
- זשאו ליבערמאן קאמפיין ציעט זיך אריבער קיין ניו זשערסי, ווען דעמאקראטישער סענאט קאנדידאט זאגט ליגענט אין שול אויפטריט און לייקענט זיין אינדארסירונג פאר ליבערמאן'ס קעגענער. [103]
- מאנהעטען: 6 יאר נאך סעפטעמבער 11 חורבן, קרוב צו הונדערט שטיקער ביינער און אנדערע קערפער טיילן, אנדעקט אין קאן עדיסאן מענהאולס אין און ארום די ווארלס טרעיד סענטער לאך. [104]
- מיידל אונטער ארעסט פארן קארזשעקינג פון מעיאר בלומבערג. [105]
- אנקלאגע קעגן גוגעל פארן נישט טאן גענוג אפצושטעלן פראבלעם פון קליק פראוד, ווי קאמפאניס צאלן געלט פאר מענשטען צו קליקן א גאנצער טאג אויף עדס כדי צו אינפלאטירן די פרייז וואס די עדס צאלן פאר גוגל. אנאליטיקער שאצן אז די פאלטשע ביזנעס איז איבער א ביליאן דאלער עקענאמיע. [106]
- חרדישער אינטערנעט הייד פארק פארום'ס לייגט צו נייע פיטשער וואס מען קען זעהן צו באנוצער געפינט זיך איצט אנליין. [107]
- סטודענט מאכט ווידיאו קליפ רעזומע און דאס ווערט פארשפרייט איבער די גאנצע וועלט. [108]
מוסטער:Portal:Current events/2006 אָקטאָבער 21
[בעאַרבעטן] פרייטאג כ"ח תשרי תשס"ז (אקטאבער 20)
- לעיקוואד: אינגערמאן, טאטע פון 5 קינדער שלאפט איין אינמיטן דרייווען פילער קאר, פארט אריין אין לעיק, הערויאישער שווארצער פאליצאנטקע ראטעוועט די גאנצע משפחה מיטן לעבן. - ווידיאו. [109]
- לאוער איסט סייד: נאך א קרבן צום ריעל עסטעיט בום; אור אלטער אידישער גארטעלס בעקעריי ציעט זיך אוועק פון געגענט; קאנדימיניוםס געפלאנט. [110]
- סטיווען ספילבערג פראדוצירט א פילם איבער באבי יאר. [111]
- פלעטבוש: סקול באס פון חיים בערלין חדר לאזט קליין קינד שלאפן אויפן באס נאכדעם וואס ער פארקד, דורכגייער רופט פאליציי, קינד נישט געשעדיגט. [112]
- ניו זערסי קאנסערוועטיוו ראביי, וואס האט געהארגעט זיין אייגן ווייב, א באליבטער רעביצען פון די קאמיוניטי, וויל 3'טער משפט, ווייל מערדער וואס ער האט געדונגען, האט נאך מערדערייען וואס מען האט נישט פארציילט פאר די זשורי. [113]
- בארא פארק: קאונסילמאן ר' שמחה פעלדער איז קעגן נייע שטרענגע רעגולאציעס צו פארמיידן ציגארעטל רייכערען פון בחורים. [114]
- איז דא א גאט? 2 נייע ביכער, פון 2 גרעסטע עוועלאשען ביאליגסטען און די וועלטס גרעסטע סייענטיסטען, קומען צו 2 פארקערטע מסקנות. - ריטשארד דוואקינס: די גאט דילוזיע. און פרענסיס קאלינס, א געוועזענער אטיאיסט וואס זיין ארבייט אין די די ען עי האט אים גאמאכט רעליגיעז: די שפראך פון גאט: א סייענטיסט לייגט אראפ די עדות פאר אמונה. [115]
- צענדליגע טויזענטע אראבער באלאגערן דעם הר הבית לכבוד ראמאדאן. [116]
- מערדער פון יצחק ראבין, יגאל אמיר ערלויבט צו באקומען אינטימע באזוכען פון זיין ווייב אין טורמע צו אויפשטעלן דורות פון אים. [117]
- אנקטעט: זשאו ליבערמאן עפענט א 17 פראצענט פאראויסדיגע שטארקייט קעגן זיין דעמאקראטישער פארטיי קעגנער. [119]
- קאנגרעסמאן וואס האט סעקסואל באלעסטיגט אינגע געהילפן, און דערמיט פארשאפט פאליטישער שאדן פאר רעפובליקאנער פארטיי אין די קומענדיגע וואלן, זאגט אז ער איז אליינס געווארן סעקסואל באלעסטיגט אלס קינד פון גלח; אלטער גלח איז מודה במקצת. [120]
[בעאַרבעטן] דאנערשטאג כ"ז תשרי תשס"ז (אקטאבער 19)
- מאנסי: עלטערע בחור פון 21 יאר אלט אונטער ארעסט נאכן ווערן געפאקט ביי פאליציי האבענדיג געשלעכט מיט אינגערע בחורים פון 14 יאר, וואס מאכט אים לעגאל א פעדעפייל. [122]
- ירושלים: קנאים פארברענען נייע קליידער געשעפט אינמיטן די נאכט. - בילדער. [123]
- אוקריינא: אלע רבנים שליחי חבד טרעפן זיך מיטן פרעמיער מיניסטער אויף אן אוידיענס. - בילדער. [124]
- ירושלים: טויזענטע חרדים; ספרדים; און מתנחלים זענען פאראייניגט קעגן געי שטאלץ פאראדע; ר' משה שטערנבוך ערקלערט: ארץ ישראל פארלוירן אין קריג מיט לבנון צוליב דעם טעמע. - ווידיאו פון ככר השבת פראטעסט. [125]
- קרוין הייטס: שומרים לייגט ארויס איר ערשטער פול-טיים פאטראל קאר, צו באשיצן אידישע קאמיונעטי, פון די לעצטענס פארשטארקערטע אטאקעס מצד די שווארצע שכנים. - בילדער. [126]
- בראזיל: קאטאליקען אין די עמעזאן זשאנגל זענען פארגלייבט און פאר געטערן נאכן זעהן אפענע נסים ביי קבר פון ספרדישן צדיק. [127]
- ירושלים: היינט נאכט ווערט געפייערט יארצייט פון שמעון הצדיק מיט טויזענטע ערווארטעט צו באזוכן זיןקבר מיט פאליצייאישע שוץ אין אראבישע גאס אונטער אידישער שמואל הנביא גאס. [128]
- כל העולם כולו פשוטו כמשמעו: חרדישער בילדער מאגאזין ארויס מיט פארברייטערעטער ביילאגע פון יום טוב סוכות בילדער ביי די רבנים; ראשי ישיבות; חכמים; ספרדים; און חסידישע הויפן. [129]
- סאטמאר אין טרויער: איבער 8 ניחום אבלים'ס אין איין וואך; האלב פון די נפטרים זענען אונטער די 50 יאר פון זייער לעבן. רח"ל. [130]
- א חידוש: איזראעלי דיאמאנט מארקעט וואקסט אין נישט קיין אנדער פלאץ ווי אן אראבישע ראיאן: דוביי, אינידיע. [131]
- צה"ל אנטדעקט 5 טונעלן פאר וואפן שמוגל פון עזה. [132]
- אראבער באקומען בריוון פון צה"ל צו דינען אין אידישען מיליטער. [133]
- איד לייכט פארוואונדעט פון טעראר שיסעריי אויף זיין קאר אין מערב ברעג. [134]
- דאקטוירים אין עגיפיטען באקומען טרענירונג פון ארץ ישראל וויאזוי צו באקעמפן עידס אין זייער לאנד. [135]
- מעטס צווינגן א געים 7; געוואלדיגע פיטשינג פון זשאן מעין. [136]
[בעאַרבעטן] מיטוואך כ"ו תשרי תשס"ז (אקטאבער 18)
- היינט נאכט קומט פאר ריזן פראטעסט פון חרדים אין כיכר השבת קעגן האמאסעקסואל שטאלץ פאראדע אין ירושלים. [137]
- דירה צו פארקויפן הארט קעגן איבער די כותל המערבי. [138]
- מחלוקת סאטמאר: 2 חתונות 2 נגינה טעיפס. [139]
- ספר תורה ארויסגעפאלן פון די הענט פון ר' מאטעלע וויזניצער פון מאנסי, אויף דער ערד. [140]
- וואשינגטאן פאוסט לויפט א בילדער איבערבליק אויף אלע 770 חב"ד הויז מאדאלן געביידעס פון ארום די וועלט; ניו זערסי; ארגענטינא; סאן פאולא; לאס אנזעלעס; חיפה; ירושלים; רמת שלמה; מעלבערן; מילאן; און קרוין הייטס. [141]
- אידישער ביליאנער, ניו יארק סיטי מעיאר, מייקל בלומבערג האט געגעבן דעם יאר * צדקה 144 מיליאן דאלער. [142]
- רייכע ארטאדאקסישע קהילה אין מאנהעטן, אונטער פירערשאפט פון ראביי מארק שניאור, קויפט נייע געביידע פאר שול פאר 24 מיליאן דולער. [143]
- ניקלשבורגע רבי שליט"א אויף א באזוך אין דעטרויט מישיגען. [144]
- וויליאמסבורג: פייער פארברענט גענצליך ריזן גראסערי פון מענצער. [145]
- נייער מופטי אין ירושלים שטיצט זעלבסט מערדער טעראריסטן. [146]
- דאקטוירים באמערקן מער און מער קליינע קינדער באקומען פובערטי האר אין די גאר אינגע יארן, באטראכטן מעגליכער סייד אפעקט פון טעסטאסטעראון און הארמאון קאלעסטעראל דראגס, אדער ענווייערמענט. [147]
- דעמאקראטן זענען אזוי זיכער מיטן געווינען די סענאט אז זיי נעמען ארויס מולטי- מיליאן דאלער הלוואה פאר קאמפיין. [148]
- מעטס ביים טיר; פארלירן געים 5. [149]
[בעאַרבעטן] דינסטאג כ"ה תשרי תשס"ז (אקטאבער 17)
- דער יידיש שרייבער און בלאגער ר' נועם סטאריק, פראוועט חסידישער פארברענגן לכבוד זיין געבורט-טאג. [150]
- טאהש, לאווען עפענט אויף נייע תלמוד תורה קעגן ר' מיילך האלב שטעטל לייגט אהין אריין די קינדער. [151]
- סאטמאר אין בילדער - ביי ביידע ברודער, ר' אהרן טייטלבוים און ר' זלמן לייב טייטלבוים, טישן און עבודה פון פארגאנגענעם יום טוב. [152]
- ראיאטן אין ירושלים, עזרת תורה געגענט, קנאים צושטערן אויספלאסטערונג פון הייוועי. [153]
- בילד - ג'י שוטענשטיין, דער פילאנטראפ וואס אויף זיין נאמען איז געדרוקט די ארט סקראל ש"ס, שטאט אפ באזוך ביי הרב אלישב שליט"א. [154]
- הערליכע חנוכת הבית פאר נייעם בית המדרש פון הרב אפרתי אין הר נוף. - בילדער. [155]
- פייער אין מאנסי מאכט הייםלאז משפחה. [156]
- פייוו טואנס פרייע איינוואונער טענהנען אז די פובליק טראנספארטאציע סקול באסס שטעלן זיך נאר אפ ביי די פרומע הייזער אראפצולייגן די קינדער אין פארענט פון די הויז פון די פריוואטע מוסדות און נישט פון פובליק סקולס קינדער וואס מוזן גיין צופיסענס אהיים. [157]
- פראג: שאפינג מאל וואס איז געפלאנט אויף אור אלטער אידישע בית החיים ווערט פינאנצירט דורך פרומע איד מוטי זיסער וואס האט אפגעשטעלט די ארבייט אנצופרעגן רבנים די הלכה וואס צו טאן איצט נאכן אויפדעקונג. [158]
- קאסאם ראקעטס מיט היברו אויפשריפט געלאנדעט אין שדרות. [159]
- חיזבאלא עפענט היברו שפראך וועב סייט צו סערווירן לינקע אידישע סימפאטיקער. [160]
- סופרים קארט דרייט צוריק נידעריגער געריכט'ס פסק אז העלט אינשורענס מוז באצאלן זנות פאר אינוואליד. [161]
- ברוקלין: טראפיק כאאס פאר קאר וואס פארן פון און קיין מאנהעטן, א טייל פון מאנהעטן בריזש פארשפארט זיך פאר קומענדיגע 2 יאר צוליב איבערבוי. [162]
- טעראר לויערקע וואס האט געהאלפן הויפט טעראריסט אריבערפירן מעסעזשעס צו זיינע אנהענגער, באקומט לייכטע שטראף. [163]
- אידישער ליבעראלער ביליאנער דזשארדזש סאראס האט פינאנצירט טעראר לויערס פארדיטיגונג. [166]
- רעפובליקען אידישע קאעליציע וועט פארברייטערן עדווערטייזמענט קאמפיין צו אידישע וויילער זיי זאלן אנערקענען די פאקט אז רעפובליקעןס זענען פיל מער פרא-איזראעל געשטימט ווי דעמאקראטען. [167]
- וואשינגטאן פאוסט: פאליסטינער זשורנאליסט מיינונג: דעמאקראטן בעסער ווי רעפובליקאנער פאר אראבער צוליב איין סיבה: גוישע ציונים (רעפובליקענס) זענען פיל ערגער ווי אידישע ציונים (דעמאקראטען). [168]
- פאליטישע סעטייער: ליבעראלע פרייע יידיש אנימאציע ווידיאו יידיש מיט זשארדזש און לאורע בוש. [169]
- אמעריקאנער באפעלקערונג דערגרייכט 300,000,000 [170]
[בעאַרבעטן] מאנטאג כ"ד תשרי תשס"ז (אקטאבער 16)
- משה פינקל מאכיל נבילות וטריפות שרייבט בריוו ווי ער טוט תשובה [171]
- וויליאמסבורג: אינגערמאן, 23 יאר אלט, איידעם ביי אנפירער פון סאטמאר בוטשער, שטארבט פלוצלינג אוועק אויפן גאס נאך די שמחת תורה הקפות. [172]
- קרית יואל: באקאנטער מגיד שיעור און רעדנער שטארבט פון קענסער לאזט איבער 13 יתומים. [173]
- ארץ ישראל: נייער פילם חופשת קיץ, וואס ווייזט וויאזוי חרדישע טאטע נעמט אויף טראגעדיע פון אייגן קינדס טויט פראדעצורט דורך אן אפגעפארן חרדישע בחור, פאנאוויטש תלמוד געווינט אנערקענונג מעדאל. [174]
- טייערסטע גט אין היסטאריע: רוסישער אידישער ביליאנער רומן אבראמאוויטש ווערט געפאדערט 10 ביליאן דאלער פון זיין ווייב פאר א גט. האלב פון זיין פארמעגן. [175]
- בני ברק: ערשטע באנק מיט אפגעטיילטע טעלער'ס פאר עקסטער מענער און פרויען. [176]
- מעלבערן אויסטראליע אנטיסעמיטישער אנפאל אויף איד שמחת תורה. [177]
- קאנאדע: ליבעראלן שטעלן זיך ארויס קעגן ארץ ישראל פאליסיס. [180]
- דעמאקראטן ווילן אויספארשן דעם רעפובליקאנער רב ר' דניאל לאפין פאר נוצן זיין טעקס עקזעמפט סטאטוס אלס רעליגיעזע קהילה צו מאכן געלט פאר זשעק אבראמאף קליענט. [181]
- לינקע ליבעראלע ראדיאו, עיר אמעריקע ראדיואו פיילט טשעפטער 11 און גייט באנקראט פון איבער 40 מיליאן דאלער שאדן זינט איר גרינדונג, פאר 2 יאר צוריק. [182]
- רעפובליקאנע געבן אויף אויף סענאט זיץ אין אויהייאו. [183]
- ווירזשיניע: רעפובליקאנער שטארקער באזע, איז א טויט אייניגער רעיס, אנקעטעס ווייזן אז דעמאקראט איז אייניג מיט רעפובליקאנער סאנאטור. [184]
מוסטער:Portal:Current events/2006 אָקטאָבער 15 מוסטער:Portal:Current events/2006 אָקטאָבער 14
[בעאַרבעטן] פרייטאג כ"א תשרי תשס"ז (אקטאבער 13)
- עי בי סי טעלעוויזשען ווייזט פאר די וועלט א לענגערן איבערבליק איבער די פעדעפיליע פראבלעם ביי חרדישע מחנכים אויף אומבאהאלפענע אידישע קינדער וואס די קאמיוניטי וויל נישט זיך וויסענדיג מאכן פון זיי. [185]
- ווידיאו קליפ געשלעגן אין וויזניץ צווישען ר' מענדעלע'ס חסידים מיט ר' ישראלטשע'ס חסידים. [186]
- גולן: גנב ווערט פרומע בעל תשובה קערט צוריק גניבה נאך 7 יאר. [187]
- מישיגען: שניי אין סוכות. – בילד. [188]
- קרוין הייטס מחלוקת צעפלאקערט: ר' משה רובאשקין שפארט אויס הרב אהרן יעקב שוויי פון בית דין. שפערלין מיט נאש עפענען פאר אים צווייטער בית דין שטיבל. [189]
- ריכטער באפעלט ר' מרדכי טענדלער אויסצוצאלן די לויער קאסטן פון די בלאגערס וואס ער האט געקלאגט אויף לשון הרע פארלוימדונג. [190]
- סעינט לואיס, מיזורי: אידישע פאמיליע שווער פארוואונדעט אין קאר עקסידענט. – תפילה לרפואה. [191]
- חבר הכנסת אביגדור ליבערמאן וויל טוישן פאליטישער סיסטעם אין ארץ ישראל אזוי ווי אין אמעריקע, נישט ווי אין אייראפע ווי ביז איצט. [192]]
- אויל קוואל אנטדעקט נעבן ים המלח איז האפענונג אבער ווייט פון א נאטורליכע שפע ווי די ערד פון אראבישע שכינותדיגע לענדער. [193]
- רעכטער חבר הכנסת רעדט פון בויען שול אויפן הר הבית. [194]
- ניו זערסי סענאט רעיס: רעפובליקאנער מיט דעמאקראט אייניג אין אנקעטע. [195]
[בעאַרבעטן] דאנערשטאג כ' תשרי תשס"ז (אקטאבער 12)
- לכבוד הושענא רבא: התעוררות שמחה הושענא רבא תפלות מיט רבי שלמה קארליבאך זצ"ל. - ווידיאו [196]
- טויזענטע ביי אושפיזא דמשה טיש אין סאטמאר דורך ר' זלמן לייב טייטלבוים שליט"א. – בילדער. [197]
- חולון: וואנדאלן פארברענען א רייע סוכות. [198]
- אושפיזא דיוסף: גרופע אידן זענען מתפלל ביי קבר יוסף אין שכם, אונטער מיליטערישע שוץ. [199]
- נייער מנהג א דאנק בעלי תשובות: פרויען טאנצן אויך שמחת בית השואבה. [200]
- גרויסארטיגע רבנים קאנפארענץ וועט פארקומען אין נאוועמבער דן צו זיין איבער דעם עגונות פראבלעם. [201]
- פילעדעלפיע: בוכארישער איד באזוכענדיג פון קווינס, אומגעקומען אין היט ענד ראן קאר עקסידענט קומענדיג פון שול נאך מנחה. [202]
- אידישער האטעל און קאסינא פילאנטראפ טויט ווען זיין הליקאפטער קראכט אינמיטן באקוקענדיג באדן אין סאנטא דאמינגא. [203]
- קהילה אין ניו העיוואן קאנטיקעט שיקט בולעט פראוו וועסטס צו צה"ל זעלנער. [204]
- צה"ל דערשיסט אויף טויט, זעלבסט מערדער מיט באמבע אויפרייס פאסיק, אינמיטן זיך דורכשווערצען פון צפון עזה זייט גרעניץ קיין ארץ ישראל. [205]
- מיטל מזרח קאנפליקט: מדינת ישראל לאזט נאך שטרענגע אנייצוימונגען אויף פאליסטינער אבער שטעלן אויף מער טשעקפוינטס, - וואס דאס פארשווערט די לעבן פון די פאליסטינער. [206]
- יורד קומט צוריק פון אמעריקע ווערט ארעסטירט אין עירפארט צוליב זיך ארויסדרייען פון דינען אין מיליטער. [207]
- תל אביב: קבלה צענטער סוכה צאמגעווארפן דורך שטאטראט. [208]
- אינגאנצן 5 יאר נאך סעפטעמבער 11 עפ בי איי האט נאכאלטס נישט קיין אראביש רעדענדע אגענטען. בלויז 33 אראביש רעדנדע אנגענומען צוליב שטרענג זיכערהייט רעגולאציעס. [209]
- יענקיס פיטשער טויט נאכדעם וואס זיין פריוואטע פליגער פליט אריין אין הויכן אפער איסט סייד געביידע. [210]
- כינע נעמט אראפ צענזור פון וויקיפעדיע. [213]
[בעאַרבעטן] מיטוואך י"ט תשרי תשס"ז (אקטאבער 11)
- בילדער פון ריזן שמחת בית השואבה טיש פון ר' אהרן טייטלבוים אין וויליאמסבורג. [214]
- מאנסי פלייש סקאנדאל: גרויסע כשרות אסיפה אפגעהאלטן נעכטן אין וויליאמסבורג אין גרויסע סאטמאר-אהרונים ביהמ"ד, גרינדן נייע גלאבאלע כשרות ארגענעזאציע, "וועד הכשרות ד'סאטמאר".[215]
- בילדער פון שמחת בית השואבה צוזאמפאר אין חברון. [216]
- מאה שערים: גאסן זענען אפגעטיילט מענער פון פרויען איצט אין די רוישענדע נעכט [217]
- אידיש טינעיזשער פארלוירן אין אפער וועסט סייד. [218]
- אידיש טינעיזשער טויט אין קאר עקסידענט אין אפסטעיט ניו יארק. [219]
- וויען: גאס געגעבן נייעם נאמען נאך שמעון וויזענטאל. [220]
- מעל גיבסאן: נישט איך בין אן אנטיסעמיט, נאר די אלקעהאלישע געטראנקען האבן ערקלערט די אנטיסעמיטישע סטעיטמענטס קעגן אידן. [221]
[בעאַרבעטן] דינסטאג י"ח תשרי תשס"ז (אקטאבער 10)
- שפיטאל אין ארץ ישראל בויעט ספעציעלע מוטער אפטיילונג פאר חרדישע יידען, מיט איינזייטיג גלאז אז נאר די מאמע קען זעהן די טאטע, צו פארגרינגערן די חבלי לידה בשעתן געבוירן בעיבי, אבער נישט פארקערט מחמת הלכות טהרה. [222]
- גוגל קויפט אפ יו טוב פאר איבער א ביליאן דאלער. [223]
- בארברא סטרייסאנד פליקט אריין פערזענליך פרעזידענ בוש אנימיטן קאנצערט. [224]
- שטודיע טוט פעסטשטעלן האלאקויסט קרבנות געמאכט פאר זייף דורך די נאציס. [225]
- ר' מוטקה בלוי פון וועד משמרת הקודש והחינוך מאכט גרויס פארשריט ווען ריזן קאמפאניס צאלן אים אויס משגיח צו באקומען השגחה אויף קאנצערטן איצט אין שמחת בית השואבה נעכט. דער זינגער יעקב שוועקי באקומט נישט השגחה צוליב נישט אינטערשרייבן אויף גדרי הצניעות [226]
- אידישע פרוי וואס האט געוואלט מאכן א פילם אין מאה שערים שילדערט די פייער האס מצד קנאים וויאזוי מען איר פארטריבן פון דארטן מיטן לעבן. [227]
- היסטארישער גרויסער באטיילוגונג ביי מאסן ברכת כהנים ביים כותל. [228]
- פופציג טויזענט אידן זענען עולה רגל און פרייען זיך מיט שמחת בית השואבה טענץ ביי די אבות ואמהות אין מערת המכפלה אין חברון. [229]
- פרעמיער מיניסטער אהוד אולמרט פארכאפט און מאכט קאמף צווישן די 2 רוסישע ביליאנערן; ארקאידי גאידמאק און לוי לביוב. [230]
- פענסלוועניע: פאליציי זוכט שרייבער פון האסליכן בריוו קעגן פיטסבורג שולן. [231]
- ארץ ישראל: סייענטיסטן אנערקענט פאר אויסטרעפן אפהאלט פון שליקעצען. [232]
- סאטמאר אידן קענען שוין גיין צום כותל מיט קוויטל דורך נייער קאמפאני מיני זשערוסאלעם. [233]
[בעאַרבעטן] מאנטיג י"ז תשרי תשס"ז (אקטאבער 9)
- איראן: אייטולה וואס האט גערופן אפציטיילן רעגירונג פון רעליגיע ארעסטירט. [234]
- פינאנציאלער צייטונג אין ארץ ישראל די מארקער פארציילט וויאזוי שרייבער מאכט אויף זיך ארטיקל אין אלע וויקיפעדיע'ס ווערט אויסגעמעקט אחוץ אין יידישער וויקיפעדיע וואס עס בלייבט שטיין. איתמר הענדעלמאן בן כנען. [235]
- ערשטע מהדרין שפיטאל אין האלאנד אפגעטיילט מענער פון פרויען ווערט דעבאטירט. [236]
- סאלדאטן וואס האבן זיך אויפגעהאלט ביים ישראל לבנון קריזיס אין ישיבת מגדל העמק געבן אריין ספר תורה ביי ר' יצחק דוד גראסמאן'ס מוסדות אלס דאנק און לויב פאר הקב"ה אז אלע זענען צוריק געקומען גאנץ פון שלאכט. [237]
- צפת גאנצע משפחה אפגעווישט אויף איינמאל: טאטע זון מאמע שטארבן אין עקסידענט. [238]
- בילד: גרעסטע טלית אין די וועלט פארבריצירט פארן גורע קהילה אין בארא פארק פאר כל הנערים אין שמחת תורה. [239]
- בילבארד'ס אין איטאליע צו עדווערטייזן דענטיסט קליניקס, אראפגענומען נאכדעם וואס זיי ווייזן היטלער איז ממליץ זייער סערוויס אז א שמייכל קען טוישן די וועלט. [240]
- אנקעטע: רוב אזראעליס גלייבן אין גאט. [241]
- דער אידישער קאפ: היברו אוניווערסעטי ערצייגט מער פאטענטן ווי יעיל און אקספארד. [242]
- מצוה גדולה ליהות בשמחה: א רייד מיט די ברסלב משמרת השמחה. די נ נא נח נחמן'ס. [243]
יום טוב אדער שבת יום טוב אדער שבת
[בעאַרבעטן] פרייטאג י"ד תשרי תשס"ז (אקטאבער 6)
- אהרוינים בויען איבערנאכט ריזן סוכה אין וויליאמסבורג. בילדער. [244].
- וויליאמסוברג: פאליציי פארשט פארדעכטיגטען אין דעם סעקסאל אטאקע אויף קליין מיידל. [245]
- קליוולאנד: וואלן פלאץ אווענגענומען פון קירכע נאך אידישע פראטעסטן. [246]
- פייוו טאונס: פלייש געשעפט טוישט לעיבעל'ס רבנים פירן איין צו פארקויפן אן פעקל. [247]
- ארץ ישראל: עולה דערביטערט רופט אידן צו בלייבן אין אמעריקע. [248]
- אורי דן: ציווילער קריג אין פאליסטיניע, צווישן חאמאס און פאטאך. [249]
- ניו סקווירא: וואלן קארופציע אויסגעפארשט. [250]
- ריווערדעיל: פרוי שלאגט אפ רעיפיסט, אין אידישן געגענט. [251]
- ביבי נתניהו ערקלערט ביי נחל חרדי דינער: נישטא קיין האפענונג פאר אמעריקאנע אידישקייט. [252]
מוסטער:Portal:Current events/2006 אָקטאָבער 5 מוסטער:Portal:Current events/2006 אָקטאָבער 4
[בעאַרבעטן] דינסטאג י"א תשרי ה'תשס"ז (אקטאבער 3)
- הייד פארק איזראעלי שמועס גרופע מעקט אויס לאנגן אשכול וואס באהאנדעלט חסידות גור, נאך דרוק פון גור פירער. אויך איז איין ניק אויף גרויסע צרות זיך צו פארדייטיקן אין געריכט אז מען זאל אים נישט מאכן קיין גילו אויף זיין אמתער אידענטיטעט פארן עבירה פון לשון הרע אונטער אנאנימיטעט. [253]
- מאנסי: 2 איגענטליכע אנגעקלאגט פארן גנבענען בייק'ס. [254]
- קווינס: איד ארפאגעקלאפט פון שול אויף קווינס בולעווארד. [255]
- יד לאחים העראואישער חרדישער קאמאנדא אקציע ארויסצוראטעווען אידיש מיידל פון איר אראבישען פאטער אינמיטן א סכנהדיגער חאמאס געגענט. [256]
- קרוין הייטס: שווארצע אטאקירן בחור. [257]
- ארץ ישראל: מער און מער פרייע קיבוצים האבן זיך צוריקגעקערט צו אידישקייט דעם פארגאנגענעם יום כיפור. [258]
- טרויעריג און פיל מיט געפיל: זעהט דאס בילד פונעם לעצטן ניגון פון דעם נפטר און אומאן. [259]
מוסטער:Portal:Current events/2006 אָקטאָבער 2 מוסטער:Portal:Current events/2006 אָקטאָבער 1