סטיוון זשעי גאולד
פֿון װיקיפּעדיע
סטיוון זשעי גאולד (סעפטעמבער 10 1941 - מאי 20 2002) א אמעריקאנער פרייער איד, איז געווען דער באקאנטסטער און מערסעט פאפולערער שרייבער מיט איבער צעהן ביכער צו פארדייטיקן עוואלאציע. ער איז געווען א פראפעסאר אין הארווארד אוניווערסעטי און געארבייט אין דעם אמעריקאנם מוזעאום פון נאטור היסטאריע.
זיין פאפולעריטעט שטייט אין דעם אז אנדערשט ווי אלע סייענטיסטס וואס שרייבן אין זייער הויכע שפראך וואס נאר זייערע קאלעגעס קענען געהעריג פארשטיין האט ער אפגעשריבן אלע זיינע אויסטרעפן און שטודיעס מיט א פאלקישער שפראך אז יעדער זאל פארשטיין, און אויך האט ער דאס צולייגט און אויסגעמישט מיט קונסט, היסטאריע און אלע אנדערע ליטעראטור און ועל כולם פערזענליכע ווארעמע געפיל, ווייט אוועק פון סייענס אז יעדער זאל דאס הנאה האבן צו ליינען.
זיינע ווערק איז בעיקר געווען געצילט אויפציווייזן וויאזוי עוועלאציע ארבייט. כאטשיג דאס איז אין סתירה צו די תורה'ס מעשה פון די וועלט באשאפונג פלעגט ער אייביג זיכן צו פארענטפערן אז רעליגיע איז נישט קיין סתירה צו עוועלאציע און מען קען אויסטייטשען די תורה לויט העכערע אדער נישט פשוט פשט טייטשן.
ער איז געשטארבן פון קענסער.
[בעאַרבעטן] זיינע טעאריעס און אויסטרעפן
- אז אנדערשט ווי דארווין האט אויפגעטאן אז עוועלאשען איז א שטייט פראצעס, איז דאס אבער איבערגעהאקט, פון צייט צו צייט, מיט גאר שנעלע אנטוויקולינגען וואס קען ווען נעמען מילינע יארן און געשענט גאר קורץ.
- די וועב סייט פון אלע זיינע ווערק. [1]