חול המועד
פֿון װיקיפּעדיע
די וואכן-טעג אינעם יום טוב (חולו של מועד).
אינהאַלט |
[בעאַרבעטן] ווען איז חול המועד
די ימים טובים פסח און סוכות זענען צעטיילט פון די ערשטע טעג יום טוב און די לעצטע טעג יום טוב.
די 4 אדער 5 טעג צווישן די ערשטע טעג און די לעצטע טעג יום טוב, איז חול המועד, וואס אין די טעג איז פארבאטן צו טאן פארשידענע מלאכות אלס קדושת חול המועד, אבער עס האט נישט דעם דין פון יום טוב.
[בעאַרבעטן] וויפיל טעג איז חול המועד
אין ארץ ישראל, ווי עס איז נאר דא איין טאג יום טוב, זענען פאראן 5 טעג חול המועד. אין חוץ לארץ, ווי מ'האלט 2 טעג יום טוב, איז נאר דא 4 טעג חול המועד.
[בעאַרבעטן] וואס איז מותר און אסור אום חול המועד
- מ'טאר נישט ארבעטן. אבער זאכן וואס גייען אריין אין די קאטעגאריע פון א דבר האבד האט מען מתיר געווען.
- מ'טאר נישט שרייבן (נאר מיט א שינוי).
- מ'טאר נישט שערן.
- מ'טאר נישט וואשן וועש
[בעאַרבעטן] וואס טוט מען חול המועד
חול המועד איז א זמן פון משתה ושמחה און פארברענגען. אמאליגע צייטן פלעגט מען פארן באזוכן די עלטערן און קרובים. היינט איז קיין חול המועד אן קיין כאלעמויעד האלטן. מ'פארט ארום וואו אימער ס'איז פאראן פארוויילונגס ערטער. יעדע טיער-גארטן, מוזעאום, אטראקציע ערטער, ווערט באזוכט פון אחינו בני ישראל אין די חול המועד טעג, און מ'גיט פאר די קינדער א גוד טיים.