באַניצער רעדן:ריכטיג
פֿון װיקיפּעדיע
טייערער הויעך געשעצטער פריינט, ברוך בואיך צום וויקיפּעדיע! די ענציקלאָפּעדיע וואס יעדער איינער קען באַאַרבעטן.
אויך דו ביסט געלאַדנט איר איינצונעמען און איר געבן פון דיין טאלאנט. זעה דעם הילף בלאַט, און פאנג שוין אן צו פארבעסערן, ענדערן, שרייבן, און רעדאגירן.
געדענק! ס'איז נישטא קיין שום זאך וואס דו האלטסט עס איז נישט ריכטיג, און דו זאלסט איר נישט קענען פארעכטן, סיי די אינהאלט, סיי די אויסשטעל, און אזוי ווייטער; דעריבער ווי איידער זיך פילן פארפרעמדט פון נישט גוט געשריבענע ווערטער אדער דעזיין, טוט דאס ענדערן אנשטאט קריטיקירען אדער אבי מעקן. (געדענקט: עס איז אלץ וויכטיג דורכצורעדן אויפ'ן רעדן בלאט איידער איר מעקט אויס יענעם'ס שווערע ארבעט.)
וויקיפעדיע מיינט, אז יעדער איז גלייך באגלייבט און באאויפטראגט צו פארשענערן און פארגרעסערן די אינפארמאציע. (איבער יעדע זאך וואס איז פארהאן א חילוקי דעות פירט מען דורך דעמאקראטישע וואלן)
מיר קוקען ארויס אויף אייערע טיילונגען, און וואונטשען אייך הצלחה, מיט פיל דאנק פארן זיך אנשליסן אין אונזער בשותפות'דיגער פראיעקט.
פון אלע וויקיפעדיע באנוצער, ליינער, און שרייבער.
[בעאַרבעטן] וואס דארף דאס צוזיין?
דו האסט דא געטוישט, וואס פרובירסטו צו טאן?--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 22:35, 10 סעפטעמבער 2006 (UTC)
איך פראביר ארויפצולאדין א בילדריכטיג 22:48, 10 סעפטעמבער 2006 (UTC)
- זייער א שיינע ארבייט פאר די ערשטע מאל, ביטע זיך אונטערשרייבן ווען שרייבן אין רעדן בלאט דורך לייגן פיר סימבאלס ווי דאס ~~~~. א דאנק. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 22:44, 10 סעפטעמבער 2006 (UTC)
נישט קיין פראבלעם , פאר קומענדיגע מאלריכטיג 22:48, 10 סעפטעמבער 2006 (UTC)
[בעאַרבעטן] האסט פארגעסן שרייבן דער מקור פון דאס בילד?
איך רעדן וועגן די בילד. נעקסטע מאל געדענק צו שרייבן דער מקור ביים ארויפלאדירן די בילד. אנדערש איז דאס נישט ערלויבט צו זיין פון וועגן נישט צוברעכן יענעמס רעכטונגען. א דאנק דיר. ►רוני◄ 04:56, 20 סעפטעמבער 2006 (UTC)
[בעאַרבעטן] די רעכטן פון התאחדות לאגא
ווער האט דיר געגעבן רשות צו פאבליצירן זייערס א בילד?--אלזוז 22:58, 6 נאוועמבער 2006 (UTC)
וואס זענען די אומרעכטן צו פאבליצירן א לאגא פון א קאמפעני לדעתי איז נישט דא קיין שום צוריק האלט ווען עס קומט צו א באשרייבונג עס איז פונקט ווי די זאלסט זאגן מען טאר דערפון נישט רעדן, ולפנים משורת הדין וועל איך דאס אראפ נעמען ריכטיג
- שלום עליכם האב איך דיר נאכנישט געגעבן, דאס איז די אמת. קודם שלום עליכם, און מאך זיך היימיש, שרייב און פאררעכט, מעק און דריי צוריק, אלעס וויאזוי דו זעסט איין אז עס דארף צו זיין. יעצט סיי עפ"י תורה און סיי עפ"י דינא דמלכותא, מעג יעדע מענטש רעדן פון וואס מען וויל. אנדערש איז אבער צו פאבליצירן יענעמס ווערק, וואס יענער האט זיך געפלאגט דערויף, עס מוז האבן יענעמס הסכמה. דעריבער טאר מען נישט פאבליצירן אן ארטיקל וואס אן אנדערער האט זיך געפלאגט, אדער א בילד וואס איינער האט געכאפט. בלויז מיט זיין רשות. די וויקעפעדיע בילדער האבן די פאטאגראפירערס אליינס געכאפט (עכ"פ אזוי פארקויפן זיי). יעצט התאחדות האט זיך געפלאגט אויף די בילד, און זיי ווארענען אן אז מען טאר זיך בשו"א נישט באנוצען דערמיט בלויז ווען זיי געבן עס. דעריבער איז עס א עוולה צו פאבליצירן זייערס א לאגא אן זייער רשות--אלזוז 23:10, 6 נאוועמבער 2006 (UTC)
- אגב, צוויי זאכן וואס איך זעה אז דו קענסט זיך נאכנישט אויס. איינס אז זיך אונטערצושרייבן נאך א הערה, דרוק פשוט די 10טע קנעפל פון די רעכטע זייט אויב, (בעת דיין טעקסט צייכענער איז צום סוף פון די תגובה) צווייטנס, ווען דו שרייבסט צו אין א רעדן בלאט איז אייביג גוט אריינצוגיין צו רעכטס מער ווי די פריערדיגע הערה, דאס טוט מען דורך אפאר מאל צולייגן ::: --אלזוז 23:13, 6 נאוועמבער 2006 (UTC)
- איך בין נישט זיכער, אבער איך מיין אז אלזוז איז גערעכט. טאקע נארמאל איז נישטא קיין איסור צו מפרסם זיין יענעמס לאגא, ווייל ווארשיינליך וויל יעדע געשעפט מפורסם ווערן. אבער וויבאלד דא ווילן נישט די שאפערס מען זאל מפרסם זיין זייער לאגא, האט דאס א דין ווי יעדע אנדערע בילד וואס דער שאפער וויל האבן אייניקייט דערצו. און מיטן זעלבן אטעם וויל אויך אויפמערקן וועגן דיינע אלע אנדערע בילדער וואס דו האסט דא ארויפלאדירט (און ווי איך האב דיר שוין אמאל אויפגעמערקט וועגן דעם) האסטו נישט געשריבן זייער מקור. נארמאל גיט מען דא א וואך זאלסט קענען שרייבן זייער מקור, גלייך נאך דעם וועלן מיר מיט צער רב וביגון רבא דאס דארפן מעקן. און איך האב פארגעסן צו דיר דאנקען אויף דיין מיטטיילונג אין וויקיפעדיע, מיר וועלן זיך פרייען דיר זעהן דא האפט שרייבן ארטיקלען. מיט פארגעניגן. ►רוני◄ 02:48, 7 נאוועמבער 2006 (UTC)
- אגב, צוויי זאכן וואס איך זעה אז דו קענסט זיך נאכנישט אויס. איינס אז זיך אונטערצושרייבן נאך א הערה, דרוק פשוט די 10טע קנעפל פון די רעכטע זייט אויב, (בעת דיין טעקסט צייכענער איז צום סוף פון די תגובה) צווייטנס, ווען דו שרייבסט צו אין א רעדן בלאט איז אייביג גוט אריינצוגיין צו רעכטס מער ווי די פריערדיגע הערה, דאס טוט מען דורך אפאר מאל צולייגן ::: --אלזוז 23:13, 6 נאוועמבער 2006 (UTC)
-
-
-
- די סימבאל איז ציוויסן וועלכער איז זייער השגחה פונקט ווי ביי די עדה החרדית דאס איז נישט שייך רעכטן און מען דארף נישט אנצייכענען פון ווי דאס קומט.--71.247.129.106 02:58, 7 נאוועמבער 2006 (UTC)
- אויב אזוי ביסטו גערעכט, איך האב געמיינט אז דאס איז א אזוי ווי חתימה. און וואס לגבי די אנדערע בילדער? ווי למשל פון באבובער? ►רוני◄ 03:07, 7 נאוועמבער 2006 (UTC)
- די סימבאל איז ציוויסן וועלכער איז זייער השגחה פונקט ווי ביי די עדה החרדית דאס איז נישט שייך רעכטן און מען דארף נישט אנצייכענען פון ווי דאס קומט.--71.247.129.106 02:58, 7 נאוועמבער 2006 (UTC)
-
-