קיווי
פֿון װיקיפּעדיע
דער קיװי איז אַ פֿױגל װאָס קאָן נישט פֿליגן. ער לעבט אין נײַ זײלאַנד און איז גרױס װי אַ האָן, מיט אַ לאַנגן שנאָבל מיט פֿעדערן װי האָר. דאָס איז אַ הילפֿלאָזער פֿױגל. בײַ נאַכט באַהאַלט ער זיך צװישן די װעלדלעך און גראָבט מיט אַן שנאָבל אין דער ערד, זוכנדיק װערעם און אינסעקטן.