עדיטאריעל
פֿון װיקיפּעדיע
עדיטאריעל (ענגליש: EDITORIAL) איז ווען די הויפט זעצערס און שרייבערס פון א צייטונג אדער סיי וועלכער נייעס אגענטור, געבט ארויס א מיינונג איבער סיי וועלכער נושא, וואס איז נישט דוקא אנגעבינדן מיט א ספעציפישן שרייבער.
אין אלגעמיין האבן די עדיטאריעלס א שטארקן השפעה אויף די ליינער, איבערהויפט פון פראמינענטע צייטונגען. צום ביישפיל ביי פאליטישע וואל פארמעסטן, טוען געווענליך די צייטונגען אינדארסירן קאנדידאטן אין די עדיטאריעל אפטיילונג, ווי עס קען מעגליך האבן אן השפעה אויף די אויסגאנג פון די וואלן.