נח
פֿון װיקיפּעדיע
נח איז געווען למך'ס זון. ער איז געבוירן געווארן ווען זיין טאטע איז געווען 182 יאר אלט. ויחי למך שתים ושמנים שנה ומאת שנה ויולד בן בראשית (פרק ה') נח האט געלעבט 950 יאר וַיִּהְיוּ, כָּל-יְמֵי-נֹחַ, תְּשַׁע מֵאוֹת שָׁנָה, וַחֲמִשִּׁים שָׁנָה; וַיָּמֹת. בראשית ט'
נח איז געווען א צדיק נח, איש צדיק, תמים היה, בדורותיו בראשית ו . אזעלכע זאגן אז נאר לגבי זיין שלעכטע דור איז ער געווען א צדיק אבער איז אן אנדער דור וואלט ער נישט געווען א צדיק, און אזעלכע זאגן אז אפילו אין זיין שלעכטע דור איז ער געווען א צדיק און זיך נישט נאכגעשלעפט נאך די שלעכט, און ווען ער וואלט געווען אין אן אנדער דור וואלט ער לא כל שכן געווען א צדיק.
נח איז באצוווּנגען געווארן דורך גאט צו בויען אַ קאַסטן אויף צו היטן אים מיט זיין פאַמיליע און אַלע חיות פון א גרויסער מבול וואסער וואס וועט איבערשווימען די גאנצע וועלט. ווען נח איז געווען 600 יאר האלט האט אנגעהויבן פליסן די מבול אויף דער ערד.
זיין פאמיליע:
- עלטערן: למך בן מתושלח
- קינדער: שם, חם, יפת.