ירמיהו
פֿון װיקיפּעדיע
ירמיהו בן חלקיהו איז געוועזן א כהן און א נביא פון מלכות יהודה און א ביסל פון מלכות ישראל אין פארלויף פון 40 יאר פון יאר ג'קל"ג (די 13סטע יאר פון קעניג יאשיהו) ביז ג'קע"ד ווען מען האט געהרגעט גדליהו נאך'ן פארטרייבן די יידן צו בבל. ירמיהו איז געווען נביא אין א צייט פון 5 מלכי יהודה: יאשיהו, יהואחז, יהויקים, יהויכין און צדקיהו.
ירמיהו איז געבוירן אין ענתות נעבן צפון ירושלים.
ער האט קיינמאל נישט חתונה געהאט.
ביים פפערטן יאר פון דער קעניג יהויקים, איז ברוך בן נריה געווארן זיין שריפטשטעלער.
ווען די בבלים האבן באלאגערט ירושלים איז ירמיהו געווען אין תפיסה פון בבל, און ווען די יידן פון מלכות יהודה האבן גולה געווען קיין בבל, איז ירמיהו געבליבן מיט גדליהו אין ירושלים, נאכער, נאך וואס ישמעאל האט געמארדעט גדליהו האט ער אראפגענידערט מיט די איבעריגע פארבליבענע אידן קיין מצרים.
אינהאַלט |
[בעאַרבעטן] זכרתי לך אהבת כלולותיך
ווען ירמיהו האט מוכיח געווען דאס יידישע פאלק האט ער גענוצט די ווערטער: כֹּה אָמַר יְהוָה, זָכַרְתִּי לָךְ חֶסֶד נְעוּרַיִךְ, אַהֲבַת כְּלוּלֹתָיִךְ--לֶכְתֵּךְ אַחֲרַי בַּמִּדְבָּר, בְּאֶרֶץ לֹא זְרוּעָה ספר ירמיהו ב'. ירמיהו צייגט די בונד צווישן גאט מיט די יידן אזוי ווי א מאן וואס ליבט זיין ווייב, וועגן דעם ווערט דער פסוק ביז היינט איבערגעחזערט און געזונגען כדי צו דערמאנען גאטס ליבשאפט צו די יידן כדי ער זאל זיי גערן אויסלייזן פון גלות.
[בעאַרבעטן] קול ברמה נשמע
ירמיהו האט געזאגט אין נאמען פון גאט אז עס הערט זיך א קול פון רחל ווי זי וויינט אויף אירע קינדער די עשרת השבטים וואס האבן גולה געוועזן קיין אשור, און ווי גאט טרייסט איר און זאגט צו אז אין דער צוקונפט וועלן זיך אלע אומקערן צוריק קיין ארץ ישראל: כֹּה אָמַר יְהוָה, קוֹל בְּרָמָה נִשְׁמָע נְהִי בְּכִי תַמְרוּרִים--רָחֵל, מְבַכָּה עַל-בָּנֶיהָ; מֵאֲנָה לְהִנָּחֵם עַל-בָּנֶיהָ, כִּי אֵינֶנּוּ. כֹּה אָמַר יְהוָה, מִנְעִי קוֹלֵךְ מִבֶּכִי, וְעֵינַיִךְ, מִדִּמְעָה: כִּי יֵשׁ שָׂכָר לִפְעֻלָּתֵךְ נְאֻם-יְהוָה, וְשָׁבוּ מֵאֶרֶץ אוֹיֵב. וְיֵשׁ-תִּקְוָה לְאַחֲרִיתֵךְ, נְאֻם-יְהוָה; וְשָׁבוּ בָנִים, לִגְבוּלָם. הֲבֵן יַקִּיר לִי אֶפְרַיִם, אִם יֶלֶד שַׁעֲשֻׁעִים-- כִּי-מִדֵּי דַבְּרִי בּוֹ, זָכֹר אֶזְכְּרֶנּוּ עוֹד; עַל-כֵּן, הָמוּ מֵעַי לוֹ-- רַחֵם אֲרַחֲמֶנּוּ, נְאֻם-יְהוָה. ספר ירמיהו ל"א. די פסוקים ווערט איבערגעחזערט און געזונגען ביז היינט כדי צו דערמאנען די נבואה אז כלל ישראל וועט זיך אומקערן פון גלות.
[בעאַרבעטן] השיבני ואשובה
ירמיהו האט געזאגט אין נאמען פון גאט אז ער הערט ווי אפריים (די עשרת השבטים) טועהן תשובה אויף זייערע זינד, און בעטן פון גאט "הֲשִׁבֵנִי וְאָשׁוּבָה" - קער אונז צוריק צו דיר אונטער און דאן וועלן מיר זיך אומקערן צו דיר. די פסוק ווערט איבערגעחזערט ביים דאווענען אין א סך ערטער, כלל ישראל בעט פון גאט זאל ער זיך צו אונז אומקערן און נישט ווארטן זאלן מיר זיך פריער צו אים אומקערן, אנדערש ווי עס שטייט אין אנדערע פלעצער אין תנ"ך: שׁוּבוּ אֵלַי וְאָשׁוּבָה אֲלֵיכֶם ספר מלאכי ג', און ספר זכריה א'.