דוד בן גוריון
פֿון װיקיפּעדיע
געדינט | |
---|---|
1948 – 1953 1955 – 1963 |
|
פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל | |
פארפאלגער | קיינער משה שרת |
נאכפאלגער | משה שרת לוי אשכול |
געבוירן | אוקטובר 16, 1886 פלאנסק, פוילן |
געשטארבן | דעצעמבער 1, 1973 מדינת ישראל |
פאליטישע פארטיי | מפאי |
מאן/ווייב | פאולא (מונווייס) בן גוריון |
אידיאלאגיע | ציוניזם סאציאליזם |
דוד בן גוריון איז געווען דער ערשטער פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל.
אינהאַלט |
[בעאַרבעטן] יונגע יארן
בן גוריון איז געבוירן אין 1886 אלץ דוד גרין אין פלאנסק, פוילן, דאן א חלק פון צאריסט רוסלאנד, צו זיינע עלטערן אביגדור און שיינדל גרין. זיין מוטער איז געשטארבן ווען ער איז אלט געווען צען יאר. זיין פאטער איז געווען א לויער, און אן ענטוזיאסטישער מיטטיילער אין דער חובבי ציון ארגאניזאציע.
אין זיין יוגנד איז בן גוריון שוין געווארן א שטארקער ציוניסט, און אין 1906 האט ער זיך געצויגן קיין פאלעסטינע. צוערשט האט ער געארבעט אין אגריקולטור אין די מאראנצן פעלדער און שפעטער איז ער געווארן א זשורנאליסט. אין דער תקופה האט ער אנגעהויבן זיינע פאליטישע אקטיוויטעטן, און האט אנגענומען דעם נאמען בן גוריון.
אין 1915 האבן אים די טערקן פארטריבן פון פאלעסטינע וועגן זיינע פאליטישע ווערק, און ער האט זיך געצויגן קיין ניו יארק. אין ניו יארק האט ער זיך אנגעטראפן מיט פאולא מונווייס מיט וועמען ער האט דערנאך חתונה געהאט און געהאט מיט איר דריי קינדער.
אין 1918 האט ער זיך אנגעשלאסן אין דעם 28'סטער באטאליאן פון דער אידישער לעגיאן פון דער בריטישער ארמיי. ער האט זיך צוריקגעקערט קיין פאלעסטינע נאך דער ערשטער וועלט קריג ווען דאס לאנד איז שוין געווען איינגענומען דורך די בריטישע.
[בעאַרבעטן] אין דער ציוניסטישער פירערשאפט
בן גוריון האט זיך טיף אריינגעטון אין פאליטישע אקטיוויטעטן און איז געווארן אן אנגעזעהענער פירער פון ארבייטער ציוניזם, וועלכער איז שפעטער געווארן דער דאמינאנטער פאקציע אין ציוניזם. ער איז געווען שטארק אנטקעגן די אקטיוויטעטן פון די עקסטרעמע גרופעס אצ"ל (באקאנט אלץ דער אירגון) און לחי, וועמען ער האט גערופן טעראריסטישע גרופעס פאר זייער דורכפירן געוואלדטעטיגקייטן קעגן די ענגלישע וואס האט אויך געברענגט פיל ציווילע קרבנות.
אין 1948, כאטש עס איז געווען שטארקע געגנערשאפט אפילו פון זיין אייגענעם פארטיי, האט ער דורכגעפירט דער רעזאלוציע צו גרונדן מדינת ישראל מיט שטימען פון זעקס קעגן פיר לויט דעם צוטיילונגס פלאן פון דער יונייטעד נעישענס.
מיט'ן אויפקום פון דער מדינה האט ער געהייסן גרונדן דעם ישראל'ישן ארמיי, דער צבא הגנה לישראל (צה"ל), און פארבאטן דאס עקזיסטענץ פון אנדערע באוואפנטע גרופעס. דאס האט געפירט צו אנגעצויגענע באציאונגען מיט מנחם בעגין דער פירער פון דעם אירגון. ווען בעגין האט געברענגט א שיף פול מיט וואפן, דער אלטאלינא, האט בעגין באפוילן דאס איבערגעבן פאר'ן ניי געבוירענעם צה"ל. בעגין, וועלכער איז געווען אויפ'ן שיף, האט נישט מסכים געווען, און בן גוריון האט באפוילן באמבאדירן דעם שיף. צענדליגער אידישע מיטטיילער פון דעם אירגון זענען אומגעקומען. בעגין אליין איז נישט געשעדיגט געווארן, אבער ער האט דערנאך נאכגעגעבן און אנגעשלאסן זיינע קאמפערס מיט'ן צה"ל.
[בעאַרבעטן] אלץ פרעמיער מיניסטער
בן גוריון האט געפירט מדינת ישראל אין די קריטישע תקופה פון דעם זעלבסטשטענדיגקייט קריג, וועלכער האט זיך געצויגן פון נובעמבער 1947 ביז מרצ 1949. נאכ'ן קריג איז ער געווארן אויפגענומען אלץ פרעמיער מיניסטער און געפירט דער מדינה אין אירע יונגע יארן.
אין 1953 האט ער דערקלערט אז ער ציט זיך ארויס פון דער פרעמיערשאפט זיך צו באזעצן אין קיבוץ שדי בוקר אין דער נגב. אין 1955 איז ער אבער צוריקגעקומען צום פרעמיערשאפט און געדינט ביז 1963. ער איז ווייטער פארבליבן פארמישט אין פאליטישע ענינים ביז ער האט זיך אנטזאגט פון דעם אין 1970. זיינע לעצטע יארן האט ער פארברענגט אויף זיין קיבוץ, און ער איז געשטארבן דעצעמבור 1, 1973.
[בעאַרבעטן] דרויסענדע לינקס
- ספעציעלע באריכט אויף בן גוריון פון דער בי.בי.סי.
- ביאגראפיע אויף בן גוריון פון דער דזואיש ווירטועל לייברערי
פרעמיערן מיניסטער פון ארץ ישראל | |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
|
פערטהיידיגע מיניסטערס אין ישראל
דוד בן גוריון | פנחס לבון | דוד בן גוריון (ווידער) | לוי אשכול | משה דיין | שמעון פרס | עזר ויצמן | מנחם בגין | אריאל שרון | מנחם בגין (ווידער) | משה ארנס | יצחק רבין | יצחק שמיר | משה ארנס | יצחק רבין (ווידער) | שמעון פרס (ווידער) | יצחק מרדכי | משה ארנס | אהוד ברק | בנימין בן אליעזר | שאול מופז | עמיר פרץ |