אלימלך פון ליזענסק
פֿון װיקיפּעדיע
הגה"ק רבי אלימלך פון ליזענסק (זיין פולער נאמען אלימלך בן ר' אליעזר ליפמאן מליזענסק) בעל מחבר נועם אלימלך, אַ ברודער פון ר' זושא פון אניפאלי. געבוירן ה'תע"ז ביז כ"א אדר ה'תקמ"ז.
[בעאַרבעטן] זיינע תלמידים
דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע, האט געהאט פיר גרויסע תלמידים, וואס אויף זיי האבן צדיקים געזאגט דעם פסוק, ומשם יפרד והי' לארבעה ראשים, וואס פאר זיי האט ער צוטיילט פון זיינע גרויסע כוחות, די לעכטיגע אויגן פאר'ן חוזה מלובלין, די קדושת המוח פאר'ן הייליגען רבי ר' מענדעל מרימנוב, די קדושת הלב פאר'ן קאזניצער מגיד, און די הייליגע מויל פאר'ן אפטא רב. דער אפטא רב איז געווען יונגער פון די דריי, לאחר פטירתם, איז ער געווארען מנהיג הדור, עס שטייט א מימרא, אין אבות אלא שלשה, קאזניץ, רימנוב, לובלין, = ווייל אפטא איז א אנדערע בחינה. ווען דער חוזה איז נפטר געווארען, האבען זיך די תלמידים צוזאמען גענומען אין שטאט קאמארנא, דער עטרת צבי און ראפשיצער רב ...., שפעטער האט דער אפטאר רב איבער געפרעגט פון ראפשיצער רב וואזוי איז געווען די אסיפה, האט דער ראפשיצער רב געזאגט, אז דער עטרת צבי האט געדאווענט מנחה פארן עמוד, און זייט רבי ר' אלימלך האט מען נישט געהערט אזא מנחה.
[בעאַרבעטן] זיין גרויסקייט
דער בעל חסד לאברהם א זיידע פון חיד"א, איז געקומען אין חלום צום רבין אלימלך און געפרעגט: בערך בזה"ל: איך האב געמאכט 10 ספרים, וואס מ'פלאגט זיך צדיקים בעוה"ז, און צדיקים בגן עדן זיי צופארשטיין, און דא פלוצלונג ווערט ער געוואר, אז ווען רבי ר' אלימלך זאגט יהא שמיה רבה, קערט זיך איבער די גן עדן מיט אלע עולמות עליונים, און עס קומט אראפ השפעות אויף די וועלט, און אויף אלע קומענדיגע דורות, לויט די רצון פון רבי ר' אלימלך, האט ער געפרעגט: במה כוחך גדול, פון וואס נעמט זיך דיין גרויסן כח.