אברהם מרדכי אלתר
פֿון װיקיפּעדיע
ביטע לייגן אינטערשפראך לינקס, קודם צום הויפט וויקיפעדיע, דער ענגלישער וויקיפעדיע און\ אדער דערנאך די היברו וויקיפעדיע
הרב אברהם מרדכי אלטער (ז' טבת ה'תרכ"ו - ו' סיון ה'תש"ח) איז געבוירן געווארן אינ'ם שטעטל גער אין פוילן, ווו ער האט געוווינט כמעט זײַן גארער לעבן. צו זײַן געבורט האט זײַן עלטער-זיידע דער חידושי הרי"ם נאך געלעבט, אבער ער איז נפטר געווארן א פאר חדשים נאכהער.
ער האט חתונה געהאט אין (ליטוויש) ביאלע אין יאר ה'תרמ"א. זײַן שווער איז געווען ר' נח טשארני (שחור), פֿון די חשב'סטע גערער חסידים אין ביאלע.
נאך דער פטירה פֿון זײַן פֿאטער דעם „שפת אמת" האבן כמעט אלע גערער חסידים אים אויפֿגענומען אלס רבי'ן. העכער פֿון פֿערציג יאר איז ער געווען דער מנהיג פֿון די גערער חסידים. אין די יארן פֿון זײַן רביסטיווע איז גער געווארן דאס גרעסטע חסידות אין גאנץ פוילן. ער איז אויך געווען איינער פֿון די מייסדים פֿון אגודת ישראל.
אין אנהייב דער צווייטער וועלט קריג האט ער זיך געצויגן קײַן ווארשע, אבער די רשעים ימ"ש האבן עם שטארק געזוכט. אין יאר ה'ת"ש האבן די חסידים מצליח געווען באקומען דאקומענטן בכדי ער מיט געציילטע מענטשן פֿון זײַן משפחה זאלן האבן רשות אײַנצוּוואנדערן קײַן ארץ ישראל, וואס אין יענער צײַט האט געהייסן פאלעסטינא אונטער בריטישער הערשאפֿט.
בשעת ווען ער איז נפטר איז נישט געווען מעגליך צוצוקומען צום בית עולם אויף הר הזיתים צוליב די מלחמה וואס האט געהערשט צווישן ישראל און די אראבישע לענדער. האט מען עם באגראבן אין א קבר אין דעם חצר פֿון דער ישיבה „שפת אמת" אין ירושלים, ווו ער ליגט ביז צום הײַנטיקן טאג.
[בעאַרבעטן] ישיבות און תלמוד תורה'ס
דעם אפטייל דארף מען נאך שרײַבן |
[בעאַרבעטן] זײַנע תורות
דער רבי האט געשריבן אסאך תורה אבער איז רובא דרובא פֿארלוירן געגאנגען אין די קריג יארן. נאך זײַן פטירה האט זײַנס אן אייניקל געדרוקט די איבערגעבליבענע תורות אין א סעריע ספרים וואס הייסן „אמרי אמת". זײַט דעמאלסט רופֿט מען דעם גערער רבי'ן ר' אברהם מרדכי מיטן נאמען „אמרי אמת".
[בעאַרבעטן] גערער רבי'ס
הרה"צ ר' יצחק מאיר (דער חידושי הרי"ם)
הרה"צ ר' חנוך העניך פֿון אלעקסאנדער (חשבה לטובה)
הרה"צ ר' יהודא אריה לייב (דער שפת אמת)
הרה"צ ר' אברהם מרדכי (דער אמרי אמת)
הרה"צ ר' ישראל (דער בית ישראל)
הרה"צ ר' שמחה בונם (דער לב שמחה)
הרה"צ ר' פנחס מנחם (דער פני מנחם)
הרה"צ ר' יעקב אריה (דער הײַנטיקער רבי שליט"א)
פֿריערער: הרב יהודה אריה ליב אלתר "שפת אמת" |
דער גערער רבי תרס"ה-תש"ח |
נעקסטער: הרב ישראל אלתר "בית ישראל" |