Web - Amazon

We provide Linux to the World


We support WINRAR [What is this] - [Download .exe file(s) for Windows]

CLASSICISTRANIERI HOME PAGE - YOUTUBE CHANNEL
SITEMAP
Audiobooks by Valerio Di Stefano: Single Download - Complete Download [TAR] [WIM] [ZIP] [RAR] - Alphabetical Download  [TAR] [WIM] [ZIP] [RAR] - Download Instructions

Make a donation: IBAN: IT36M0708677020000000008016 - BIC/SWIFT:  ICRAITRRU60 - VALERIO DI STEFANO or
Privacy Policy Cookie Policy Terms and Conditions
יידישע וויקיפעדיע – װיקיפּעדיע

יידישע וויקיפעדיע

פֿון װיקיפּעדיע

פאליסיס און אנווייזונגען
אפיציעלע פאליסיס
זיך אויפפירן העפליך
נייטראל
פעסטשטעלן
וואנדאליזם
אויסשפארן וואנדאלן פאליסי
נישט זיין א זאקן פאפעט
נישט צוריקדרייען מער ווי 3 מאל אין מעת לעת
פריוואטקייט רעכטן
פארשליסן ארטיקלן פאליסי
וואס וויקיפעדיע איז נישט
אויסמעקן ארטיקלן
נייעס
וואלן
ביאגראפיעס פון לעבעדיגע פערזענליכקייטן
אנווייזונגען
זיי דרייסט
עדיט מלחמות
צייגט מקורות
ארטיקלן געשריבן בלויז אויף באקאנטע זאכן
שמועסט זיך אדורך
וויאזוי צו ענדערן
פארלייזן מחלוקת*
קאפירייט פאליסי


*בלאט נאכנישט אויסגעארבעט

די יידישע וויקיפעדיע איז די וויקיפעדיע אויף דעם יידישן שפראך.

עס איז געגרינדעט געווארן כ"ג אדר תשס"ד (מארץ 2004) אבער די ערשטע ארטיקל (צעטיל קטן) איז געשריבן געווארן נאר ט"ו כסליו תשס"ה (נאָוועמבער 28). היינט צוטאגס איז שוין דא 2,813 ארטיקלען. די ערשטע טויזנט איז געשריבן געווארן אין פארלויף פון 3.5 מאנאטן, אויך די צווייטע טויזנט איז געשריבן געווארן אין 3.5 מאנאטן, צווישן י"ב אדר תשס"ו צו א' אב תשס"ו.

דערווייל קען מען נישט זאגן פאר זיכער אז עס זענען אקטיוו מער ווי 3 אדער 4 באנוצער אויף איין מאל צו די זעלבע צייט, אבער לענגאויס די יארן זענען שוין דא אדורך אומשאצבארע שרייבער וואס מען קען נישט ציילן, אויך ליינער און באזוכער ווערן דא געשאצט איבער הונדערט טעגליך צוליב די נייעס וואס מען ליינט דא יעדן טאג, אחוץ שבת און יום טוב וואס עס איז נישט פארהאן קיין נייעס אפדעיטס. און אויך צוליב דעם וואס גוגעל שיקט אהער אלע פראגעס פון יידישע ווערטער.

ווייל די וועג וויאזוי גוגל לינקט איז ווער עס האט די מערסטע לינקס אויף זיין וועב סייט ווערט אנערקענט אלס דער מערסטע פאפולער. גוגעל קען נישט וויסן וויפל טראפיק א וועב סייט האט באמת, ער קען נאר מאכן טעאריע'ס פארוואס א וועב סייט איז פאפולער, און לויט זייער ביזנעס חשבון איז א סייט וואס האט מער לינקס מער פאפולער. (אחוץ אויב דאס ווארט האט אויך אן ארטיקל אין היברו וויקיפעדיע אדער אנדערע היברו וועב סייטס. ווערן מיר באגראבן צו אלע היברו וועב סייט'ס, ווייל זיי האבן מער לינקס ווי די אידישע וויקיפעדיע.) און כאטשיג הייד פארק איז אין אמתן מער פאפולער ביי יידיש רעדענדע אינטערנעט באנוצער, זענען זיי אבער טעכניש נישט אנערקענט אלס א ריכטיגער פאפולערע וועב סייט אז אלגעמיינע באזוכער זאלן דארטן וועלן גיין צוליב די גאר שטארק ווייניגער לינקס וואס זיי פארמאגן.


אינהאַלט

[בעאַרבעטן] איר שטאנד איצט

ווי אין די ענגלישע איז זשארזש דאבליו בוש די מערסטע געטוישט, [1] - אזוי איז אין דער אידישער וויקיפעדיע, דער אטיקל אהרן טייטלבוים די מערסטע געטוישט, (וויקיפעדיע, און וויקיפעדיע נייעס איז די מערסטע צוגעלייגט.) [2]

דערווייל איז דער אידיש וויקיפידיע אין שטאפל פון א חלום, מיט זייער ווינציג אקטיווע באנוצער, סך הכל קען מען זיי ציילן אויפן פינגער. זייער אסאך ארטיקלן טראגן א סלענט לטובת סאטמאר און רוב פערזענליכקייטן באשריבן זענען פון סאטמאר דאס איז צוליב דעם וואס זייער ווייניג אידן רעדן אידיש רוב פון זיי זענען חסידים און א דאס גרעסטע טייל זענען סאטמאר חסידים, און רוב חסידים האבן ניט קיין אינטערנעט צוטריט, און די וואס יא האבן נישט קיין היברו פאנטס בלייבן מיר איבער מיט אפאר געציילטע שרייבער וואס זענען העווי אינוואלווד אין פאליטיק פון סאטמאר.

[בעאַרבעטן] אונזער שטרעבן

1) דעת: אנציקלאפידיע אין יידיש שפראך.

2) אידישקייט איר פאנטענציאנאל שטייט פאר אלס א צוזאג ווי צוקנויפטיגע אידישע דורות וועלן נוצען דעם זייט אלס הויפט בלאט זיך צו דערוויסן און לערנען איבער אלעס און אלעמען אויף די יידישע וועלט אין זייער יידישע לעבן.

3) דעמאקראטיע: אויך וועט זי דינען ווי א פעסטע סאציאלע טול צו האלטן די יידישע פירער צו אקאונטיביליטי, וויסענדיג אז דער אמת איבער זייער שאפן און לעבן ווערט דאקומענטירט און באשריבן דורך וויקיפעדיע, פאר טויזענטער צו ליינען און דעבאטירן, דורך טויזענטע פריוואטע באהאלטענע מענשטן וואס קיינער קען זיי נישט מעקן און צענזורירן.

4) תורה: א ווירטואלער בית המדרש אוואו אידן קומן זיך צונויף און לערנען צוזאמן דורך שווערע סוגיות און גאנצעטע שטיקער תורה. איינער שרייבט א סברה, טעם, הלכה, מנהג, אדער פשט, אן אנדערער שפרינגט אויף און פרעגט דאס אפ און דעם רעדן בלאט, און פארענדערט דאס לויט זיין מסקנה, און דער דריטער מאכט א פשרה. און אזוי ווייטער ביז עס ווערט דורך פלפול און חברותא אויסגעדראשן א תורה שלימה.

5) קהילה: דאס איז אזא סארט ווירטואלער געמיינדע וואס פאראייניגט אידן פון אלע שיכטן און קרייזן, פון דייטשלאנד ביז ניו יארק און ארץ ישראל, אידן וואס שעצן דעם מוטער שפראך, אפילו זיי זענען נישט אזוי שטארק שולט דערין, ווילן זיי דאס אבער בויען און פערזערווירן פאר די דורות הבאים. יעדע ליאדע סעקונדע רוקט זיך איינער אן, מען ברויך דאך נישט קיין רשות צו שרייבן, און געט פלוצלינג א פארעכט, ענדערט, לייגט צו, אדער שמועסט איבער סיי וואסארא ענין. עס שלאפט קיינמאל נישט דער סייט, ווייל די שעות איבער די וועלט, מאכט אז מען ארבייט ווען מען שלאפט אין איין פלאץ, אפילו אין שבת ווייל אידן פון אוסטאראליע זענען דעמאלטס פארנומען דא צו אויפלעבן. עס קען מיט רעכט געזאגט ווערן אז דער יידישער וויקיפעדיע איז היינט צוטאגס דער גרעסטער אידישער ווירטואלער קהילה פון יידיש רעדענדיגע אידן וואס רעדן זיך צונויף ביינאזאם.

[בעאַרבעטן] וויאזוי איז דאס פריי פון צענזור און אויסגעהאלטן לויט אידישקייט?

דער הויפט געדאנק פון די וויקיפעדיע איז צו בויען א פרייע אפענע ענציקלאפעדיע וואס יעדער איינער קען דארט שרייבן אמת'ע אינפארמאציע אָן קיין צענזור. דער געדאנק (און בעצם דאס גאנצער אינטערנעט) שטויסט זיך דירעקטליך מיט געוויסע בעלי דעות ביי די פרומע געמיינדע, (וואס זיי זיינען רוב יידיש-רעדנערס) און דערפאר קומט דא ארויף אפט דער נושא און פראבלעם איבער דעם צו באגרעניצן די וויקיפעדיע עפ"י דעת התורה און נישט איר לאזן זיין פריי פאר יעדן צו שרייבן אפילו רעכטע אינפארמאציע וואס שטימט נישט עפ"י התורה.

דער ענטפער איז אז מיר שרייבן דא נישט בשום אופן קיין כפירה אין יידישקייט, פארקערט, רוב פון אונזערע ארטיקלען זענען ארום אין איבער יידישקייט. אבער פון דעסטוועגן, צום ביישפיל, ביי די פילאזאפישע ארטיקלען וואס זיינען עוסק אין "קיום האל" מעגן מיר לאזן ארויפבריינגען די דעות פון די כופרים, און מען מעג זיי אויך נייטראליש אפשלאגן. אדער ווען מיר רעדן וועגן "נאטור וויסנשאפט" מעגן מיר בריינגען פארשונגען פון די פארשערס כאטש וואס דאס קען זיין קעגנזעץ די תורה. אין די רגע וואס מען שרייבט "לויט די פארשערס" ווערט די ארטיקל נייטראליש, און מיר מעקן דאס נישט אויס, לויט די גרונדענע געזעצן פון וויקימעדיע וואס עס איז נישטא אויף זיי די געזעץ פון וואלן, ליינט מער דא.

עס איז נישט דירעקט קעגן הלכה צו ברענגן פראגע'ס אויף די אמונה מיטן חשבון דאס צו פארענטפערן בבחינת ודע מה שתשיב לאפיקורס שלך.

צו סאך אינפארמאציע קען אייביג זיין א זעלבסט מארד כלי פאר מענטשען וואס ווילן זיך הארגענען אדער נאר פאר קינדער און שוואכע אינגעלייט. מען וועט דאס קיינמאל נישט קענען געהעריג שליכטן דעם פראבלעם. פארשטייט זיך אז מיר פארלאזן זיך אז די חסידים וואס האבן פארט דעם פראבעלם פארלאזן זיך סיי ווי סיי אויף די רבנים וואס אסערן סיי ווי אינטערנעט ממילא קומט נישט אויס אז וויקיפעדיע איז קעגן זייער אידישקייט הלכה.

ארטיקלען וואס פארטוהען זיך מיט געשלעכטלעכע באציאונגען זיינען אוועק געשטעלט אונטער א ווארענונג בלאט, אזוי נאר ווער ס'איז אינטערעסינט צו זיי ליינען קען אריינגיין אין די דאזיגע ארטיקלען.


[בעאַרבעטן] צייט אפצייכענונגען; וואוקס; דערגרייכונגען; און אקטיווע באטייליגער

די יידישע וויקיפעדיע האט דערגרייכט 2,813 ארטיקלען אין א האלבע יאר. אויב מען שטעלט די יידישע שפראך וואס האט נאר קוים 3 מיליאן רעדנערס קעגן אנדערע שפראכן (ווי צום ביישפיל יאוואניש אין אינדיע מיט 100 מיליאן רעדנערס וואס האבן ווייניגער ארטיקלען ווי אונז) איז דאס א גרויסע דערגרייכונג.

[בעאַרבעטן] טעכנישע סטרוקטאר געבויט דורך "גאנגלערי ריינהארט"

באנוצער גאנגלערי, א איד פון מינכן דייטשלאנד, איז געווען אקטיוו דורכאויס דאס גאנצע צייט וואס וויקיפעדיע, איז געלעגן טויט ווי אין א בית החיים, אליינס און עלענד געבויט דעם סטרוקטאר מיט אלע טולס פאר צוקנופטיגע דורות דאס איבערצונעמען גרינגערהייט. זינט די חסידים האבן זיך דא אנגערוקט פעלט ער שוין נישט אויס ווייל ער קען נישט קיין יידיש און ער איז נעלם, אבער ער איז גרייט אין אימעיל צו העלפן מיט סיי וואס טעכניש און פראקטיש.

[בעאַרבעטן] נאוד (מארק) טראנסלירט סטרוקטאר אויף יידיש

מארק וויליאמסאן האט זיך אויך גערופן קליינער קעניגל ווייל זייענדיג אלט בלויז 16 יאר האט ער געפירט דא ווי קליינער קעניג אין טאטענס וויינגארטן לויט ווי אים האט געפאלן, ער איז געווען דער איינציגסטער אקטיווער מנהל דא פאר א שיינער שטיק צייט. געבוירן אין רומעניע האט ער אימיגרירט מיט די משפחה קיין אריזאנע אמעריקע, ער איז שולט אין צענדיליגע שפראכן, און צוגאב צו זיין קענטעניס אין טעכניק, ביי אים אינדערהיים רעדט מען ארגינעלע יידיש, און ער איז אקטיוו אין פארשידענע וויקיפעדיע שפראכן. ער איז געווען דער נחשון וואס דארף באצייכענט ווערן אין די היסטאריע אלס דער ערשטער וואס האט זיך אריינגעווארפן אין אויפבויען אינזער יידישער וויקיפעדיע דורך איבערטייטשען אלע טולס און קאמענדס פונעם סטרוקטאר אויף אידיש.

זייענדיג א אינג בחור האט ער זיך אבער מיט דער צייט פאראמפערט און געווארן פארביטערט מיט די חרדישע באנוצער וואס רעדן און שרייבן אנדערשט יידיש, און די חסידישע באנוצער האבן נישט געכאפט אז מען האט דא צוטאן מיט א אינג אינגל, האבן זיי אים פארמסרעט פאר די העכערע אינסטאנצן פון וויקיפעדיע, (ליינט דא דעם דראמטישן קאפיטאל פון אונזער היסטאריע) אזוי ארום איז ער צוביסלעך געווארן א שטער פאר אונזער וואוקס און די מסקנה איז געווען אז מיר האבן אים פארלוירן, ער איז די ערשטע און לעצטע מנהל וואס איז געווארן אויס קעניג און די-סיסאפ'ט. אבער זיין נדבה וועט קיינמאל נישט פארגעסן ווערן פון דא.

[בעאַרבעטן] אקטיווע אדמיניסטראציע באנוצער

א ליסטע פון אלע מנהלים.

א סיסאפ אדער מנהל איז דער וואס קוקט נאך און גיט אכטונג פון שאדן אין וואס ווערט געטאן אין אלגעמיין דורך נייע באנוצער וואס קענען זיך נישט אויס, און ווייסן נישט גענוי ווי צו שרייבן אין דער וויקיפעדיע. אבער די סיסאפס האבן נישט קיין גרעסערע רעכטן פון אנדערע באנוצערס אין דער וויקיפעדיע.

די פאלגענדע זענען אין די צייט אקטיוו:


אלע וויקיפעדיעס וואס אידן אדער אידיש שפראך באנוצער קענען פארשטיין.

אידישער וויקיפעדיע • ענגלישער וויקיפעדיע • היברו וויקיפעדיע • סימפל ענגליש וויקיפעדיע • דייטשע וויקיפעדיע • אראמישע וויקיפעדיע


זעהט: וואס איר קענט דא אנהייבן צו שרייבן און צולייגן א האנט אין וויקיפעדיע:וויקיפעדיע דארף אייך


[בעאַרבעטן] דער אידישער וויקיפעידע מאכט נייעס אין די וועלטליכע און חרדישע מידיע


  1. תפוז אידיש באנוצער רעגט זיך אויף די האלבעטע ליגענטס, לשון הרע, און עמי הארצות וואס ווערט דא געשריבן. (תפוז)
  2. חדשות אנש, (א פארמאכטע פארום) קריטיקירט די פרייהייט וואס הערשט דא! אז יעדער איינער קען ענדערן און פארעכטן. (חדשות אנש)
  3. היימישע קרעטשעמע, (אפען ערקלערטע נישט ניכטערע פארום) קענען נישט אויפכאפן קלאר וויאזוי מען באנוצט זיך דערמיט, און וואס מיר ווילן מיט די גאנצע וויקיפעדיע... (קרעטשמע)
  4. שלום בערגער קריטיקירט וויקיפעדיע אז די שרייבער קוקען נישט אריין אין קיין ביכער בעפארן שרייבן. (שלום בערגער)







אידן און אידישקייט

ליינט אביסל איבער דעם באנוצער וואס איז גורם זייער האס אויף אונזער אידישער וויקיפעדיע: באנוצער:יודל און וואס די פערספעקטיוו פון א הייד פארק באנוצער איז קעגן אים: אויפרעגעניש פון הייד פארק באנוצער צו אבישי




Our "Network":

Project Gutenberg
https://gutenberg.classicistranieri.com

Encyclopaedia Britannica 1911
https://encyclopaediabritannica.classicistranieri.com

Librivox Audiobooks
https://librivox.classicistranieri.com

Linux Distributions
https://old.classicistranieri.com

Magnatune (MP3 Music)
https://magnatune.classicistranieri.com

Static Wikipedia (June 2008)
https://wikipedia.classicistranieri.com

Static Wikipedia (March 2008)
https://wikipedia2007.classicistranieri.com/mar2008/

Static Wikipedia (2007)
https://wikipedia2007.classicistranieri.com

Static Wikipedia (2006)
https://wikipedia2006.classicistranieri.com

Liber Liber
https://liberliber.classicistranieri.com

ZIM Files for Kiwix
https://zim.classicistranieri.com


Other Websites:

Bach - Goldberg Variations
https://www.goldbergvariations.org

Lazarillo de Tormes
https://www.lazarillodetormes.org

Madame Bovary
https://www.madamebovary.org

Il Fu Mattia Pascal
https://www.mattiapascal.it

The Voice in the Desert
https://www.thevoiceinthedesert.org

Confessione d'un amore fascista
https://www.amorefascista.it

Malinverno
https://www.malinverno.org

Debito formativo
https://www.debitoformativo.it

Adina Spire
https://www.adinaspire.com