Web - Amazon

We provide Linux to the World


We support WINRAR [What is this] - [Download .exe file(s) for Windows]

CLASSICISTRANIERI HOME PAGE - YOUTUBE CHANNEL
SITEMAP
Audiobooks by Valerio Di Stefano: Single Download - Complete Download [TAR] [WIM] [ZIP] [RAR] - Alphabetical Download  [TAR] [WIM] [ZIP] [RAR] - Download Instructions

Make a donation: IBAN: IT36M0708677020000000008016 - BIC/SWIFT:  ICRAITRRU60 - VALERIO DI STEFANO or
Privacy Policy Cookie Policy Terms and Conditions
סאטמאר – װיקיפּעדיע

סאטמאר

פֿון װיקיפּעדיע

סאטמאר איז די גרעסטע חסידות אויף די וועלט, זיי רעדן יידיש און פירן זיך פרום.

אינהאַלט

[בעאַרבעטן] היסטאריע

סאטמאר איז א קהילה אין ניו יארק וואס איז אויפגעשטעלט געווארן דורך א גרופע אידען ובראשם האדמו"ר מסאטמאר - וואס די נאמען סאטמאר איז א שטאט אין טראנסליוואניע ווי האדמו"ר איז געווען רב - נאכען אנגעקומן אהין שוין נאכען צווייטען וועלט מלחמה קיין אמעריקא, אין זיך געזעהן אהן גארנישט אויף אזוי ווייט אז מ'האט געדארפט מצרף זיין צו מנין א קטן מיט א ספר תורה האט מען אנגעהויבען צו בויען מוסדות וכו' אין נאך אלע עד'ס אין די צייטונגן אין טאלק שאי'ס האבן אנגעהויבן מענטשן צו קומן דאווענען אדער צום טיש קיין סאטמאר (דעמאלט'ס א קליינע בית המדרש), אין אויך זענען אנגעקומען אביסל אידן פון מעבר לים.


סאטמאר האט צוביסליך איינגענומען וויליאמסבורג, און די אלע אנדערע רבנים און אדמורים האבן זיך געפילט שמאל און זיך אוועקגעצויגן פון וויליאמסבורג, ווי האדמו"ר מקראסנא און האדמו"ר מסקווירא און האדמו"ר מקיווייאשד ועוד,

[בעאַרבעטן] אין די צייטן פון ברך משה

נאכן ערשטן רבין בעל ויואל משה האט זיין נעפיו, דער בעל ברך משה, דעמאלטסדיגער אבדק"ק סיגעט, איבער גענימען מיט כח סאטמאר, אין פארגעזצעט די ארבייט פון טעראר אויף א מער נארישער פארנעם. ער האט אפען געטאן לאזען גיין צו געריכט אפילו אין אופן פון מסירה, ער האט אפען געהייסן שלאגען מענטשען דורך האלטן העצערישע דרשות פאר די ציושטע המון אז זיי זאלן אנקוקען אנדערע ווי ווערם און זיי נאכשרייען און ארויסיאגן פון שול דורך שרייען שייגעץ ארויס.

[בעאַרבעטן] אין די צייטן פון די אחים קדושים

ער האט איבערגעגעבן די ירושה פאר ביידע קינדער - מהר"א טב און מהרי"י ט"ב, טייל זאגן פארוואס האט ער געוואלט עס זאל זיין אז יעדער קינד זאל האבן א רבנות פאסטן אז ער האט זיך אויסגעדרוקט: "איך וויל נישט טוהען דעם זעלבן טעות ווי מיין טאטן האט געטוהען אז ער האט נישט געמאכט אלע קינדער פאר רבנים און ציליב דעהם איז איינע פון זיינע קינדער (א ברודער) געווארען א פאלנער גוי (א קאמוניסט)וועגען דעהם וויל איך אז מיין זוהן "זלמן לייב" זאל אויך ווערן א רבי כדי דאס זאל זיך נישט איבערחזר,ן" און אזוי פיהרט זיך סאטמאר היינט דורך צוויי הויפט רבנים, און אלע קינדער האבן א שול צו פראווען אדמור"ות.

[בעאַרבעטן] קנאות

סאטמאר, באקאנט אין די וועלט פאר איר אומ'פשרה'דיגן דרך און שטארקער אנטי-ציוניזם, איז געגרינדעט געווארן דורך רביהקוה"ט יואל טייטלבוים זיעוכי"א, זייענדיג רב אינעם שטאט סאַטמאר אין ראמעניע פאר די מלחמה.

סאטמאר'ס פשרה'לאזער וועג אין אידישקייט שטאמט פון דעם דרך החתם סופר.

סאטמאר האט באוויזן נאכן' קריג אין אמעריקע אויפצושטעלן אן פארצווייגטע נעץ פון מוסדות און ארגעניזאציעס פאר חינוך און געזעגשאפטליכע אינטערעסן וואס זענען היינט צושפרייט איבער דער גארער וועלט. סאטמאר ווערט היינט פאררעכנט פון די סאמע גרעסטע חסידות'ן און רבי'שע הויפן איבער די וועלט.

[בעאַרבעטן] צדקה וחסד

א באזונדערן כח האט דער סאטמארער רבי ארינגעלייגט אין איינפלאצן די מדה פון צדקה און חסד אין זיינע חסידים, זייענדיג אליין דער לעבעדיגער מוסטער פאר זיי, ער האט פארטיילט שווערע לעגענדארישע סומעס פאר צדקה, און זיך געבארגט צו טיילן ווייטער.

דאס טיילן צדקה האט ער אויך אויסגעלערנט זיינע חסידים, ווען נאך היינט צו טאג זענע די סאטמארער פון די גרעסטע צדקה טיילער פאר יעדן צוועק.

די סאטמארער רביצין הרבנית הצדיקת אלטא פייגא ע"ה האט פארנומען דעם ארט פון די קעניגן אין די סאטמארער מלוכה, און האט געהאט א גרויסן חלק אין אויםבויען אוןו אוועק שטעלן די סאטמארער אימפעריע, ביז דאס איז אויסגעוואקסן וואס ס'איז היינט.

דער רבי און די רביצין האבן אויך געגרינדעט און אוועקגעשטעלט אומצאליגע ארגאנעזציעס וואס העלפן אידן אין אלערליי שווערע אומשטענדן, צווישן די מוסדות ווערן פאררעכענט, רב טוב, ביקור חולים, און נאך פיל אנדערע.

[בעאַרבעטן] [[אדמורי"ם

רבי יואל טייטלבוים זי"ע, דער מייסד פון די הייליע מוסדות איז נסתלק געווארן אום כוא"ב (כ"ו אב) תשל"ט, און זיין ציון הקדוש אין זיין געגרינדעטע שטעטל קרית יואל, איז א פלאץ וואו מען קען טרעפן אידן פון איבער דער גארער וועלט, פון אלע שיכטן און קרייזן וועלכע קומען זיך אויסגיסן דאס הארץ ביים קבר פון דעם צדיק אמת.

 די סאטמאר רבי'ס, לינקס רבי יואל טייטלבוים זצ"ל, רעכטס זיין נעפיו, רבי משה טייטלבוים זצ"ל
די סאטמאר רבי'ס, לינקס רבי יואל טייטלבוים זצ"ל, רעכטס זיין נעפיו, רבי משה טייטלבוים זצ"ל

נאך זיין פטירה האט איבערגענומען די הנהגה זיין פלימעניק הגה"ק רבי משה טייטלבוים זי"ע וועלכע האט ממשיך געווען מיט די הייליגע ארבייט, ווי מחזק זיין די יסודות און אזוי אויך מייסד געווען פרישע פליגל'ען צו די הייליגע תורה אימפעריע בכל קצו תבל.

רבי משה טייטלבוים זי"ע, דער מנהיג פון די הייליע מוסדות איז נסתלק געווארן אום כ"ו ניסן תשס"ו, און איז נטמן געוארן אינעם אוהל הק' אין קרית יואל,

סאטמאר היינט באשטייט פון די פולע מוסדות און ארגאניזאציעס איבער די גארער וועלט, הויפטזעכליך אין וויליאמסבורג, וואו עס פירט אן זיין דריטער זוהן ר' זלמן לייב טייטלבוים שליט"א, און אין קרית יואל וואו עס פירט אן זיין עלטסטער זוהן רבי אהרן טייטלבוים שליט"א,

[בעאַרבעטן] מחלוקת

אין די לעצטע יארן איז אין סאטמאר געווען שטרייף און מחלוקת איבער וועלכע פון די צוויי ברודער זאל פירן דעם קאנטראל פון די מוסדות און ארגאניזאציעס אין וויליאמסבורג.

[בעאַרבעטן] דערויסענדע לינקס

[2] בילדער פון רבינו זי"ע, אויך כ"א כסליו תשל"ו, און ארץ ישראל תשכ"ה.

Our "Network":

Project Gutenberg
https://gutenberg.classicistranieri.com

Encyclopaedia Britannica 1911
https://encyclopaediabritannica.classicistranieri.com

Librivox Audiobooks
https://librivox.classicistranieri.com

Linux Distributions
https://old.classicistranieri.com

Magnatune (MP3 Music)
https://magnatune.classicistranieri.com

Static Wikipedia (June 2008)
https://wikipedia.classicistranieri.com

Static Wikipedia (March 2008)
https://wikipedia2007.classicistranieri.com/mar2008/

Static Wikipedia (2007)
https://wikipedia2007.classicistranieri.com

Static Wikipedia (2006)
https://wikipedia2006.classicistranieri.com

Liber Liber
https://liberliber.classicistranieri.com

ZIM Files for Kiwix
https://zim.classicistranieri.com


Other Websites:

Bach - Goldberg Variations
https://www.goldbergvariations.org

Lazarillo de Tormes
https://www.lazarillodetormes.org

Madame Bovary
https://www.madamebovary.org

Il Fu Mattia Pascal
https://www.mattiapascal.it

The Voice in the Desert
https://www.thevoiceinthedesert.org

Confessione d'un amore fascista
https://www.amorefascista.it

Malinverno
https://www.malinverno.org

Debito formativo
https://www.debitoformativo.it

Adina Spire
https://www.adinaspire.com