Web - Amazon

We provide Linux to the World


We support WINRAR [What is this] - [Download .exe file(s) for Windows]

CLASSICISTRANIERI HOME PAGE - YOUTUBE CHANNEL
SITEMAP
Audiobooks by Valerio Di Stefano: Single Download - Complete Download [TAR] [WIM] [ZIP] [RAR] - Alphabetical Download  [TAR] [WIM] [ZIP] [RAR] - Download Instructions

Make a donation: IBAN: IT36M0708677020000000008016 - BIC/SWIFT:  ICRAITRRU60 - VALERIO DI STEFANO or
Privacy Policy Cookie Policy Terms and Conditions
באַניצער:אלזוז – װיקיפּעדיע

באַניצער:אלזוז

פֿון װיקיפּעדיע

וויכטיגע מעלדונג:

דערווייל האב איך מער נישט צו זוכן דא צופיל, איך זעה נישט קיין שום צוקונפט פאר וויקעפעדיע ווען אלע מיינע חברים וואס האבן אויפגעבויעט און געשריבן ארטיקלען האבן שוין פארלאזט דאס פלאץ צוליב איר יעצטיגע באנוצער, איך בין נישט גרייט צו ארבעטן דערויף ווען עס רעדט זיך פון אינגאנצן צוויי באנוצער וועלכע טראכטן בלויז פון אטאקירן און נישט פון אויפבויען, און ווילאנג עס איז נישטא איינער וואס זאל געהעריג קאנטראלירן באנוצער יודל, און באנוצער שמאלץ, וועל איך פראבירן זייער שטארק צו בלייבן אינדרויסן פון דא.



באנוצער קעסטלעך
yi ‫דער באַנוצער רעדט ייִדיש אַלס מוטער־שפּראַך.
he-1 ‫משתמש זה מסוגל לתרום ברמה בסיסית של; עברית
en-3 ‪This user is able to contribute with an advanced level of English.‬
דער באנוצער שטרעבט צו האלטן וויקיפעדיע נייטראל.
דער באנוצער איז א חסידישער איד מיט בארד און פיאות, און א שומר שבת.
דער באנוצער העלפט אויס גערן נייע באנוצער.
דער באנוצער פארפליכטעט זיך, דא צו שרייבן נאר מיט איין באנוצער נאמען.
דער באנוצער האלט איין א שטרענגע פאליסי אנטקעגן פערזענליכע אטאקעס.


בילד:Article.gif אלזוז אויספראבירן בלעטל

אינהאַלט

[בעאַרבעטן] מיינע ביישטייערונגען לטובת וויקעפעדיע

  1. פאביע
  2. אדאובי
  3. הילף: מערערע באנוצער נעמען
  4. שמעון וויזענטאל
  5. איבעי
  6. יידישע וויקיפעדיע
  7. הייד פארק
  8. װיקיפּעדיע:באנוצער קעסטלעך
  9. לאכן
  10. קאלט
  11. גט
  12. ווייב
  13. מוסטער:WikipediaTOC
  14. יאהאן גאטענבערג
  15. דרוקעריי
  16. אראמיש
  17. באליידיגונג
  18. ככר העיר
  19. מעלות
  20. שלום בערגער

דאס איז אלעס ארטיקלען וואס איך האב מער ווייניגער אויפגעבויעט, אדער שטארק ארויסגעהאלפן. חוץ דעם איז נאך פארהאן גאר אסאך לייסטונגען וואס איך האב בייגעשטייערט אין געמיינדע, אין רעדן בלעטער און נאך. קוקט דאס נאך אין מיינע טיילונגען אויף די רעכטע זייט.

[בעאַרבעטן] אינטערוויו איבער מיינע אקטיוויטעטן דא

די דאזיגע האב איך געשריבן בלשון שאלה ותשובה אזויווי אן אינטערוויו, כדי איך זאל אלעס קענען קלאר ארויסברענגען. אבער איך וועל נישט ענטפערן אויף קיין פראגעס וואס ווערן דא געפרעגט. אלע פראגעס וואס איר האט אויף מיר קענט איר פרעגן אין מיין רעדן בלאט.

[בעאַרבעטן] שלום עליכם אייך, דערציילט אביסל איבער אייך

איך בין א חסידישער פארהייראטע סאטמארע אינגערמאן, מיט א משפחה מיט קינדער, וואס מוז ליידער צוקומען צום אינטערנעט, איך שרייב אסאך אויף הייד פארק אין די חסידישע פארומס, אבער קיינמאל נישט קיין חסידישע מחלוקת ווייל איך האלט אז דאס באלאנגט נישט פאבליצירן אויפן אינטערנעט. איך גלייך אסאך צו ליינען און געוואויר ווערן.

[בעאַרבעטן] וואס זאגסטו צו דעם רעיון פון וויקעפעדיע?

איך האלט דאס איז א געוואלדיגע רעיון! דאס בארייכערט פיל די ידיעות און מען קען גאר אסאך הנאה האבן דערפון. ספעציעל איך וואס איך ברענג נישט אהיים פאר די קינדער די היינטיגע פאבליקאציעס און ליין מאטריאל ווייל איך האלט אז פאר קינדער שאדט דאס און זאלן זיי דאס ליינען ליבערשט אין די שפעטערע יארן ווען די התפעלות פון שטותים ווערט צוביסלעך מינימיזירט -אויב האט מען גוט אריינגעפרעדיגט אין די קינדער יארן. שפיר איך אז דער בעסטער און אויסגעהאלטענסטע איז דער רעיון פון וויקעפעדיע. ווייל איינער וואס קרוכט סייווי ארום אינעם אינטערנעט זאל האבן א פלאץ ווי אין די ליידיגע צייט זאל ער קענען זיך אפרוען און א בליק טון און צושרייבן לויט זיין באגער ידיעות איבער אלעס און אלעמען.

[בעאַרבעטן] אבער אויב איז עס א פרייע פלאץ ווי יעדער קען שרייבן ווערט דאך אויטאמאטיש געשריבן אומאויסגעהאלטענע זאכן נישט עפ"י תורה?

יא איך ווייס דערפון, אבער אויב האט עס אסאך אנדערע נוצבארע אינפארמאציע חוץ די אומאויסגעהאלטענע זאכן קוק איך עס אן ווי דער עצם אינטערנעט, וואס אוודאי איז עס נישט אויסגעהאלטן אבער מען גייט אריין אין די אויסגעהאלטענע און נוצבארע פלעצער, און די אומאויסגעהאלטן רורט מען נישט צו. וויקעפעדיע שענק טעכניש א פרייהייט פון ווארט פאר יעדעם אן קיין צענזור, אז אומתורהדיגע מענטשן שרייבן אומתורהדיגע זאכן זאל עס גיין אינטער זייער פיקעל, און איך ליין עס נישט.

[בעאַרבעטן] האלטסטו נישט פאר א חורבן אז עס זאל עקזיסטירן אזאנס -די סאמע ערשטע מאל- אין די אידישע שפראך?

א חורבן וואס לייגט צו צום חורבן פונעם אינטערנעט? אבסאלוט ניין! וואלט עס עקזיסטירט אינעם רעאליסטישן וועלט וואלט איך געווען שטארק דערקעגן, ווייל דארט וואלט עס שטארק עפעקטירט אונז מיט אונזערע קינדער. אבער אויפן אומקאנטראלירטן אינטערנעט קוק איך עס אן ווי א מעלה. דעם רעיון איז גארנישט ערגער ווי אריינבליקן אין אנדערע סייטס. איך קען צומאכן דעם וועבזייטל ווען איך וויל. און איך בין דערין ווי יעדער אנדערע וועבסייט.

[בעאַרבעטן] וואס איז דיין ציל דא אינעם אידישן וויקעפעדיע?

הנאה צו האבן, און אויך אויסצוגעבן מיין שטארקע ווילן צו פארבעסערן און פארשענערן די אידישע וויקעפעדיע און געשריבענע מאטריאל. און צום לעצט זיכער צו מאכן אז דער פרייהייט פון ווארט ווערט געגעבן פולשטענדיג אויך פאר אונז חסידישע אידן.

[בעאַרבעטן] ביסטו פון אנהייב געווען קעגן וויקעפעדיע?

יא, איך צוזאמען מיט נאך אנדערע אומצאליגע הייד פארק שרייבער.

[בעאַרבעטן] פארוואס?

מיר דארפן נאכגיין אביסל די היסטאריע פון הייד פארק כדי צו פארשטיין וואס איך מיין ארויסצוברענגען.

הייד פארק שרייבער באשטייען ס'רוב פונעם חסידישן עולם -וגם אני בתוכם- וואס האבן "נישט" קיין פראבלעם מיט אומצענזור, זיי קרוכן ארום אין גענוג אין נאך פלעצער אויפן אינטערנעט, וביניהם אין אנדערע וויקעפעדיע'ס וואס זיי באטייליגן זיך דארט מיטן שענסטן. ווען זיי זעהן א אומתורהדיג אויסגעהאלטן ארטיקל פארמאכן זיי דאס בלעטל און לויפן ווייטער. זיי האבן אבער א פראבלעם וואס זיי מיינען אז וויקעפעדיע ווערט דירעקטירט דורך איינעם א ניק אויף הייד פארק מיטן נאמען "אבישי" וואס ווי ער אליין שרייבט האט ער דארט אויף הייד פארק און אויך דא אויף וויקעפעדיע אסאך ניקס!. וואס איז דער פראבלעם מיט דעם אבישי? פארוואס באדערט עס פארן חסידישן עולם אויב ער דירעקטירט עס? און פארוואס מיינען זיי באמת אז ער דירעקטירט עס?

אבישי האט א לאנגע היסטאריע פון באשמוצען סאטמאר און אנדערע חסידישע הויפן, און זייער אסאך זאכן וואס זענען הייליג ביי זיי. אין די ענדע פון די שבעה פון הרב גרשון יעקאבסאן האט ער געשריבן אן ארטיקל אין דער אלגעמיינער זשורנאל (די ארטיקל האט ער געשריבן קודם אין זיין בלאג און עס דערנאך קאפירט אינעם אלגעמיינעם מיטן פען נאמען "אבי ריינער") ווי ער לייגט אראפ סאטמאר אלס א טעראר גרופע וועלכע לאזן זיך נישט אויפהייבן די קעפ און זיי זענען גאר שטארק מצוצמצם. ער פלעגט אנפירן א בלאג מיטן נאמען "דאס אידישער פארברענג" (וואס האט פארדעם געהייסן "אלגעמיינער זשורנאל") ווי ער האט טעגליך געגאסן עמערס מיט שמוץ קעגן חסידישע אידן בכלל און סאטמאר בפרט. ווי אויך האט ער אין זיין פארום אויף הייד פארק מיטן נאמען וואס ער האט געטוישט צו "וויקי נייעס" נאכדעם וואס ער האט געפלאנט אהינצוברענגען אלע וויקיפידיע נייעס, באשמוצט סאטמאר און חסידישע אידן, וואס טייל פון די אשכולות לעבן נאך טיילווייז. אבער מערסטנס איז שוין אויסגעמעקט.

ווי אויך נאכדעם וואס ער האט געעפענט זיין פארום "עצור כאן חושבים" אין אידיש, האט דאס נישט צוגעצויגן צו זיך קיין איין חסידישע שרייבער צוליב מורא אז אויך דא איז זיין פלאן אינטער א שלייער פון פרייהייט פון ווארט צו באשמוצען און באזונגען. אינדערצייט וואס אין דער אנדערע לערנען פארום אויף הייד פארק מיטן נאמען "שיעור עיון" האבן זיך פלאצירט פילע חסידישע שרייבער מיט היסטאריע פון שרייבן אין חסידישע פארומס.

הפנים די הייד פארק שרייבער האבן א שנאה צו אים -און מיט רעכט- פארן כסדר זיין פארנומען זיי צו באשמוצען.

איין שיינעם טאג אין די הייסע צייטן פון זיין פארום "דער אידישע וועלט" (-היינט וויקינייעס) מעלד ער אז ער ציט זיך אריבער מיט זיינע אלע באשרייבאכצער אין די אידישע וויקעפעדיע!

דאן איז די אידישע וויקעפעדיע געשטאנען אסאך אסאך שוואכער ווי היינט, עס האט געהאט גאר ווייניג ארטיקלען, און אפילו וואס עס האט יא געהאט איז געווען מאגער און דאר. ווידער אזויווי די אלע פריערדיגע מאל האט יעדער חושד געווען אז אויך דא האט ער די מאטיוון פון באשמוצען און באזונגען חסידישע אידן. און... אין די נאכאנאנדע וואכן וואס ער האט זיך דא פלאצירט האבן אנגעהויבן ארויפשווימען פרישע ארטיקלען פון סאטמאר, חסידות, מחלוקת, סעקס, און אסאך אזאלכע וואס אין זיי איז שייך צו באשרייבן די שוואכקייטן פון חסידישע אידן.

ווי קאמיש איז געווען אז ער אליין איז געשטאנען און כסדר געעפענט אשכולות אויף הייד פארק מיט אן אינוויטאציע זיך צו באטייליגן אינעם וויקעפעדיע, א זאך וואס ער טוט נאך היינט. און ווען מען האט זיך קעגנגעשטעלט האט ער ווידער געטראפן א געלעגנהייט ארויסצוברענגען די כלומרשטע קעגנערשאפט פון חסידים צו פרייהייט פון ווארט.

די אלע פאקטן, אין שפיץ פון דעם וואס ער אליין שטייט כסדר און רופט מענטשן צו שרייבן אויף וויקעפעדיע (וואס מען טייטשט אויס אז ער זעט דערין נאך א געלעגנהייט צו באשמיצן), ווערט אויסגעטייטשט ביי רוב הייד פארק שרייבער אז אויך אונטער דעם וויקעפעדיע שטייט דער באקאנטער אבישי מיט פילע צענדליגער ניקס, אזויווי זיין סדר פלעגט זיין אין זיין הייד פארק פארום, און ער פלעגט דאס נישט באהאלטן נאר אפען ארויסשרייבן. דעריבער אויב איז וויקעפעדיע א זאך וואס ווערט דירעקטירט דורך איינעם וואס באשמוצט אונז כסדר, פארוואס זאלן מיר אפילו קלערן פון אהער קומען?

[בעאַרבעטן] פארוואס ביסטו געווארן פרא-וויקעפעדיע טראץ די אלע פאקטן?

היות איך בין געוואויר געווארן אז וויקעפעדיע ווערט געפירט דורך געטרייע מנהלים, גראדע נישט פונעם חסידישען קרייז, וואס האבן נישט קיין שום ציל צו באשמיצן קיינעם, נאר בלויז צו סערווירן א פרייהייט פון ווארט אויפן גאלדענעם טאץ. און כאטש אבישי מיט זיינע צענדליגע ניקס (וואס ווי דערמאנט איז ער דאס כסדר מודה אויף הייד פארק) האט אויך דא א היפשע ווארט, איז דאס אבער פארט נישט זיינס. און מיר קענען זיך רואיגערהייט אויפהייבן דעם קאפ און שרייבן איבער אלעס און אלעמען אן קיין צענזור, און עס מוז נישט באשמוצען קיינעם. דעריבער שפיר איך שוין פאר א זכיה אויפצולעבן און אויפצוארבעטן די וויקעפעדיע אויף אזא אופן אז עס זאל קיינעם נישט באשמיצען. ווייל אויך איך, און אויך יעדער האט די רעכט עס צו דירעקטירן! עס געהערט נישט פאר איינעם אליינס! און איך רוף אלע מיינע חברים אהערצוקומען און ציטירן קריטיק פון הייד פארק כדי צו זען וואס נאך מען קען פארבעסערן און באארבעטן וויקעפעדיע אויפן שענסן פארנעם, כדי זיכער צו מאכן אז איר אלע שפירט זיך דא באקוועם. ווייל נישט דאס פרייהייט פון ווארט שטערט אונז, חס מלהזכיר.

[בעאַרבעטן] איז דיר עס אנגעקומען שווער?

שווער איז נישט דאס ווארט! ווען איך האב זיך פראבירט אויפצוהייבן דעם קאפ דא און אויפארבעטן נייטראל און שיין אנדערע ארטיקלן, ווי אויך ווען איך האב אראפגעברענגט הייד פארק קריטיק קעגן וויקעפעדיע וואס אין יענעם אשכול טענהט מען זיך היפש ארום מיט אבישי מיט זיין ניק "וויליבוי" בין איך דא טאקע גאר שטרענג פארשריגן געווארן פארן זיך הייבן די קאפ. און יעדע קלייניגקייט אפילו גאר גאר סעקולערע ענינים בין איך פארשריגן געווארן אז איך מיין "חרוב צו מאכן וועקעפדיע". איך בין באשייגעצט געווארן מיט די געמיינסטע לשונות וואס איך האב געשפירט אז איך קען פשוט נישט פארטראגן. איר קענט אביסל זען אין מיין רעדן בלאט וואס עס איז אנגעפיקעוועט מיט כל ערליי לשונות של גנאי קעגן מיר.

א ביישפיל איז דער בלאט פאביע וואס איך האב אהערגעברענגט דעם גאנצן ארטיקל מתחילתו ועד סופו. פאביע וועט קיינער נישט חושד זיין אז איך מיין דא איינעם אויפצוהייבן אדער איינעם צו דערנידערן. אבער פונדעסטוועגן בין איך פארשריגן געווארן, "ווייל מן הסתם מיין איך ארויסצוברענגען אז איינע פון די וויקעפעדיע באנוצער ליידט אויף פאביע". קוקט אריין אינעם רעדן בלאט פון פאביע און שטוינט.

[בעאַרבעטן] און וואס האט דיר געגעבן קוראזש?

די געטרייע וויקעפעדיע מנהלים דא האבן אויפגעמערקט אז גענוג איז גענוג, וויקעפעדיע איז אונזער, עס איז יעדעמס! און עס איז נישט קיין רשות היחיד דא. ווילאנג עס גייט מיט די געזעצן פון וויקעפעדיע מעג זיך יעדער אויפהייבן דעם קאפ. און שרייבן און פארשענערן די וויקעפעדיע.


[בעאַרבעטן] שפירסטו אז די אנוועזנהייט פון דיר און נאך וועט עפעס עפעקטירן די אידישע וויקעפעדיע?

יא, קודם כל וועט די נייעס נישט אנטהאלטן יעדן טאג סעקסואלע ענינים און חסידישע פארשעמונגען ווייל עס וועלן זיין אויך חסידישע וואס שרייבן די נייעס. בכלל היות מיר גלייכן נישט די סארט ענינים צו שרייבן בגלוי וועלן מיר בארייכערן מער אנעדערע ארטיקלען אזוי אז עס וועט זיך ענדליך אסאך מער אנזען די איבריגע סעקולערע חלקים פונעם אידישן וויקעפעדיע און מען וועט זיך נישט באגעגענען מיט די ווארט סעקס וואו מען גייט און וואו מען שטייט.


[בעאַרבעטן] יעצט נאך אפאר חדשים פון דיין אנוועזנהייט, איז דא עפעס נייעס דא אין די אויבנדערמאנטע זאכן?

יא, עס איז דא זייער אסאך. איך קען עס נישט אויסרעכענען אויף איין פינגער. אבער אין קורצע ווערטער, יענער באנוצער אבישי שרייבט שוין היינט בלויז מיט איין נאמען, אינדערצייט וואס ער פלעגט יעדן טאג טוישן אומיושרדיג זיין באנוצער נאמען, און אטאקירן אנדערע דערמיט עס זאל אויסזען כאילו דער גאנצער וויקעפעדיע איז קעגן איינעם. היינט טוט ער דאס שוין נישט. ער שרייבט בלויז מיט זיין נאמען יודל. מיט דעם באנוצער נאמען האט ער אויך געהאט א סיסאפ כח, אדאנק זיינע כסדר'דיגע אטאקעס אויף אלעמען צוגלייך, האט מען אים ארויסגעשליידערט פון דעם כח. זעה [1] דאס איז געווען נאכדעם וואס אלע מנהלים צוגלייך האב פארשטאנען דעם ווינק אז ער שרייבט טאקע אסאך דא, אבער לכבוד דעם שפירט ער אז דאס איז זיין פריוואטע רכוש און יעדער נייע באנוצער איז דערווייל אטאקירט געווארן דורך אים. אזוי אז וויקעפעדיע האט נישט געקענט האבן קיין צוקונפט אזוי.

אויך פלעגט ער כסדר זיין פארנומען מיט פאליסיס, יעדן טאג פלעגן צוקומען פרישע תקנות. אינדערצייט וואס מען קען באלד זאגן אז דער אידישער וויקעפעדיע האט שוין באלד מער פאליסיס ווי ארטיקלען. וואס כידוע דארף א לאנד קודם האבן מענטשן און דערנאך בויט מען דער קאנסטיטוציע, ווען מען זעט מיט וועם מען האנדלט, און וועלכע פראבלעמען עס זענען פארהאן. דא איז נישט אזוי, אינדערצייט וואס וויקעפעדיע באשטייט נאך פון היפש ווייניג באנוצער, ווערן דא געבויט יעדן טאג פרישע שטרענגע פאליסיס כאילו מען האנדלט דא מיט א פעלזן פעסטע ריזן וויקעפעדיע וואס ממש עס לויפט שוין ארויס פון קאנטראל און מען 'מוז' ווי שנעלער מאכן תקנות. קיינער האט נישט געהאט קיין געדולד צייט און נערוון נאכצוגיין און צו פאררעכטן זיינע צענדליגער פאליסיס, און לכבוד דעם האט ער זיך דערזען אלס פולע בעל הבית, ער האט דאס אויסגעארבעט דאס בעסטע פאר אים, און ווען מען האט זיך געטענה'ט מיט אים האט מען זיך פלוצים דערזען אין עובר זיין א פאליסי... יענס געלעכטער.

על כל פנים ווי עס קוקט אויס וועט ער לכבוד דעם וואס מען האט אים אוועקגענומען דעם סיסאפ כח אויך אויפהערן מיט די פאליסי אנשיקעניש, ווייל ער וועט דאס סייווי נישט קענען פארסירן. ער וועט בלויז קענען האבן טענות און אטאקירן.

[בעאַרבעטן] וואס איז דיין מיינונג וויאזוי דו און אנדערע חסידישע אידן זאלן זיך באציען צו די סעקס נייעס און ארטיקלען?

"גש הלאה" רור נישט צו און גיי ווייטער! קוק נישט פארברייטער נישט און מעק נישט.

[בעאַרבעטן] וועט די חסידישע אנוועזנהייט אויפבויען וויקעפעדיע?

קלאר אזוי, די מערהייט אידיש שפראך רעדערנס געפונען זיך היינט ביי די חסידישע געמיינדע, ווי אידיש לעבט און בליהט. און אויב זיי רוקן זיך אהער וועט עס בליען אויפן שענסטן פארנעם. זיי וועלן עס פארבעסערן מיט תורהדיגע און סעקולערע ארטיקלען ווי קיינמאל בעפאר. און עס איז צו ערווארטן אז עס וועט גאר שנעל קענען גרייכן צו די שטאפל פון אנדערע וויקעפעדיע שפראכן.

[בעאַרבעטן] אלס הייד פארק שרייבער, וויאזוי ערקלערסטו די חילוק צווישן הייד פארק און וויקעפעדיע?

נישט אז עס איז א חילוק, נאר עס איז פשוט נישט קיין דמיון. וויקעפעדיע'ס ציל איז פיל מער באגרעניצט ווי הייד פארק וועלכע באשטייט פון פארומס וואס מען קען שרייבן און זיך אויסטענה'ן, זיך לאזן הערן א דעה אין אלעס אין דער וועלט. וויקעפעדיע איז דירעקט נישט פאר דעם געמאכט געווארן. וויקעפעדיע פארלאנגט טרוקענע פאקטן אויפן זשוראלניזם סטיל. אפשר אמאל קענסטו טרעפן א געלעגנהייט דורכצושווערצן דיין דעה צווישן די שורות, אבער עס איז זייער שווער און אומבעטעמט. די הנאה דא איז גאר א צווייטע פון הייד פארק, און אויף גאר א צווייטע סטייל.

[בעאַרבעטן] עס איז דא אן ארטיקל וואס איז אינגאנצן אמת אבער פונדעסטוועגן געפעלט מיר עס נישט

אויב זעסטו אן ארטיקל וואס שטימט הונדערט פראצענט מיט די פאקטן, נאר די זוכסט אריינצושטיפן דיין דעה אדער די תורה'דיג אויסגעהאלטענע דעה ערגערצוואו אינדערצווישן. אדער אויב שטייט דארט זאכן וואס איז בכלל נישט אויסגעהאלטן לויט די תורה. קען מען גארנישט טון דערצו. די איינציגע האפענונג אז עס זאל נישט ווערן מער בעארבעט איז בלויז דורכן עס נישט רירן. אין די רגע וואס דו ביסט נאר עטוואס מגיה דארט, זעהן דאס די צענדליגער וויקעפעדיע ליינער. זיי דערמאנען זיך פון יענעם ארטיקל און דאן האסטו מאקסימיזירט די אויסזוכטן אז דאס זאל גאר פארברייטערט ווערן.

דעריבער איז מיין עצה אויף די אלע אומתורהדיגע ארטיקלען, ווי אויבנדערמאנט, נישט אנצורירן און נישט דערמאנען קיין ווארט דערפון.

[בעאַרבעטן] וואס איז די פשט פון דיין נאמען אלזוז?

איך ווייס אליינס נישט, איך האב עס איינמאל געזען ערגעץ וואו און עס איז מיר אריין אין קאפ.

[בעאַרבעטן] וויפיל פלאנסטו בייצושטייערן פארן וויקעפעדיע?

היות איך בין היפש א פארנומענע מענטש, און נישט אלעמאל האב איך צו סאך צייט, קען איך בשום אופן נישט פאראויסזאגן אויפן צוקונפט. וואס יא, מיין רצון איז בייצושטייערן גאר גאר אסאך. עס פארשענערן און פארברייטערן. אבער אפילו אויב איך וועל נישט קענען שפיר איך פאר א זכיה אויך אויף וואס איך האב אויפגעטון ביז יעצט.

[בעאַרבעטן] ווען איך ווער אטאקירט אזויווי דיר, קען איך זיך ווענדן צו דיר?

די מנהלים שטייען גרייט דא צו העלפן מיט זייערע שטיצע צו יעדעם וואס וויל נאר אויפבויען וויקעפעדיע. אפגעזען צו ער איז מאדערן חסידיש ארטאדאקסיש אדער ספרדיש. איך וועל זיך פרייען דיך צו סערווירן און האבן פארשטענדעניש מיט די מנהלים אז מען זאל נישט פארלעצן דיינע רעכטן.


[בעאַרבעטן] דרויסענסיגע לינקס

אבישי ציט זיך אריבער קיין וויקינייעס נאכן פארמאכן זיין בלאג "דער אידישע פארברענג". ער שרייבט צווישן אנדערע מיך עקעלט ווייטער אלעס וואס די סאטמערער חסידות שלאגט מיט זיך פאר, זיי האבן גארנישט צו פארקויפען און האלטן זיך דאס בעסטע און הייליגסטע פון אלעמען, און איך "אבישי דער מנובל און חזיר" ווער א מעמבער אין די "אידישער וועלט", זאלן אלע מיינע שונאים צופלאצט ווערן מיט א בלוט שטרוץ אין זייער פארשטונקענע קליינע מוחות [2].

Our "Network":

Project Gutenberg
https://gutenberg.classicistranieri.com

Encyclopaedia Britannica 1911
https://encyclopaediabritannica.classicistranieri.com

Librivox Audiobooks
https://librivox.classicistranieri.com

Linux Distributions
https://old.classicistranieri.com

Magnatune (MP3 Music)
https://magnatune.classicistranieri.com

Static Wikipedia (June 2008)
https://wikipedia.classicistranieri.com

Static Wikipedia (March 2008)
https://wikipedia2007.classicistranieri.com/mar2008/

Static Wikipedia (2007)
https://wikipedia2007.classicistranieri.com

Static Wikipedia (2006)
https://wikipedia2006.classicistranieri.com

Liber Liber
https://liberliber.classicistranieri.com

ZIM Files for Kiwix
https://zim.classicistranieri.com


Other Websites:

Bach - Goldberg Variations
https://www.goldbergvariations.org

Lazarillo de Tormes
https://www.lazarillodetormes.org

Madame Bovary
https://www.madamebovary.org

Il Fu Mattia Pascal
https://www.mattiapascal.it

The Voice in the Desert
https://www.thevoiceinthedesert.org

Confessione d'un amore fascista
https://www.amorefascista.it

Malinverno
https://www.malinverno.org

Debito formativo
https://www.debitoformativo.it

Adina Spire
https://www.adinaspire.com