Web - Amazon

We provide Linux to the World


We support WINRAR [What is this] - [Download .exe file(s) for Windows]

CLASSICISTRANIERI HOME PAGE - YOUTUBE CHANNEL
SITEMAP
Audiobooks by Valerio Di Stefano: Single Download - Complete Download [TAR] [WIM] [ZIP] [RAR] - Alphabetical Download  [TAR] [WIM] [ZIP] [RAR] - Download Instructions

Make a donation: IBAN: IT36M0708677020000000008016 - BIC/SWIFT:  ICRAITRRU60 - VALERIO DI STEFANO or
Privacy Policy Cookie Policy Terms and Conditions
סקווירא – װיקיפּעדיע

סקווירא

פֿון װיקיפּעדיע

סקווירא איז א חסידות פון נאכפאלגער פון די סקווירא'ר רבי'ס, ממשיכים פון דער טשערנאבילער גזע. היינט ווערט עס אנגעפירט דורך רבי דוד טווערסקי מסקווירא, און איז הויפטקווארטירט אין שיכון סקווירא אין ראקלענד קאונטי, ניו יארק.


אינהאַלט

[בעאַרבעטן] סקווירא חסידות

סקווירא'ר חסידים פאררופן זיך אלץ די ממשיכים פון די ריינע דרך החסידות פון אמאל, לייגנדיג א דגוש אויף התקשרות צו צדיקים, אהבת ישראל, און אן אוטענטיש חסיד'ישן שטייגער. סקווירא'ר חסידים זענען די מערסטע באקאנט פאר זייער באלד-פאנאטישן איבערגעגעבנקייט צו זייער רבי און זיין פאמיליע. זיי ווייזן אן עקסטערן ענטוזיאסטישקייט פאר זייער רבינ'ס טיש'ן, וועלכע ווערן געפירט פאר אלע דריי סעודות אויף יעדן שבת, און אויף פילע יומא דפגרא'ס.

אויך זענען זיי באקאנט פאר די פילע אייגנארטיגע סקווירא'ר מנהגים, וועלכע פארנעמען א צענטראלע פלאץ אינעם לעבנסגאנג פון א סקווירא'ר חסיד. דאס חסידות טוט אויך פאדערן אן עקסטערן מאס פרישות צווישן מענער און פרויען, און דער טאטאלער אפגעזונדערטקייט איז מערקבאר אויף די גאסן פון דעם שטעטל ווי ערנסטערע בחורים און יונגעלייט גייען דורכ'ן טאג מיט די אויגן אויף אראפ, און פרויען און מיידלעך קלאמערן זיך ארויס פון וועג כדי זיך צו דערווייטערן פון די מענער.

סקווירא'ר חסידים טוען זיך אפט צוזאמקומען פאר יארצייט און ראש חודש סעודות -- וואו מען דערציילט סיפורים פון אמאליגע רבי'ס און חסידים, און אויף צו לערנען אין גרופעס פון ספר מאור עינים, וואס איז פארפאסט געווארן דורך דער גרינדער פון דער טשערנאבילער גזע, ר' מנחם נחום מטשערנאביל זצ"ל.

היינטיגע סקווירא'ר חסידים -- ספעציעל די וואס וואוינען אין דעם שטעטל -- זענען אויך באקאנט פאר א געוויסע אלט-מאדישקייט, אין גרויס טייל איז דאס א תוצאה פון זייער זעלבסט-געקליבענעם אפגעזונדערטקייט אין זייער שטעטל און די נאטורליכע תוצאות דערפון. צוליב פארשידענע סיבות איז עס אין די לעצטיגע יארן שוין נישט אזוי מערקבאר ווי אמאל.

[בעאַרבעטן] סקווירא'ר מנהגים

סקווירא איז באקאנט פאר אירע פארשידענע אייגנארטיגע מנהגים, וועלכע ווערן אנגעהאלטן שטרענג דורך די חסידים. פאלגענד זענען עטליכע, מיט זייערע טעמים.

[בעאַרבעטן] מפי אליהו

דריי מנהגים זענען מקובל איש מפי איש פון דער בעל מאור עינים, וועלכער, חסידים דערציילן, האט דאס מקבל געווען פון אליהו הנביא:

  • אויסזאגן גאנץ תהלים אן קיין הפסק שבת אינדערפרי פאר'ן דאווענען;
  • אויסזאגן גאנץ הלל ערב פסח ביים מצות באקן מיט א ברכה מיט שם ומלכות;
  • מאכן צוויי שי"ן'ס מיט'ן קשר פון די תפלין אויפ'ן קיבורת (אויבערשטער חלק פון ארעם).

[בעאַרבעטן] מנהגים ביים דאווענען
  • זאגן "ויקרב קץ משיחיה" ביי קדיש: דער נוסח איז מקובל פון דער טשערנאבילער מגיד, און ווערט אויך געברענגט אין אבודרהם.
  • זאגן "ברוך יאמרו" ביי קדושת נקדישך, און "משבחים ואומרים" ביי קדושת כתר: אויך דאס איז מקובל פון דער טשערנאבילער מגיד; אין סידור דעת קדושים פון בוטשאטשער רב ווערט געברענגט אויף דעם א טעם.
  • נישט זאגן תחנון ג' כסליו: ר' אברהם יהושע העשיל מסקווירא האט געזאגט אמאל פאר זיין פאטער ר' איציקל אז ער האט געזען אין אן אלטן ספר נישט צו זאגן תחנון ג' כסליו. האט זיין פאטער געזאגט, "אה, מיין אברהם יהושע העשיל מאכט זיך א יום טוב. נו, זאל מען נישט זאגן קיין תחנון." פון דאמאלס אן האט מען נישט געזאגט קיין תחנון אין סקווירא ג' כסליו. שפעטער, ווען ר' אברהם יהושע העשיל איז נסתלק געווארן אין ג' כסליו האבן חסידים פארטייטשט אז דאס האט זיין פאטער געמיינט.
אויך ווערט דערמאנט ג' כסליו אין מגילת תענית אלץ איינע פון די טעג "דלא למספד בהון". אין אמרי פנחס ווערט אויך געברענגט אז אין דעם טאג איז געשען א געוויסע נס.
  • נישט זאגן תחנון פון פסח שני ביז כ' אייר: דער טשערנאבילער מגיד האט אנגעוויזן אויף דעם אין זוהר רעיא מהימנא פ' בהעלותך אז אין די טעג פון ספירת הוד זענען "תרעין פתוחין" (די הימלישע טויערן זענען אפן, און עס איז א צייט פון שמחה).

[בעאַרבעטן] מנהגים פון לבוש
  • פאר'ן קיטל צו טראגן יום כיפור, פסח, און ביום החופה נוצט מען רעכטע תכריכים: אויף צו דערמאנען דעם יום הדין.
  • ישיבה בחורים און כולל יונגעלייט טראגן א גארטל א גאנצן טאג : מנהג פון פריערדיגע סקווירא'ר רבי, ר' יעקב יוסף, מעגליך גענומען פון די התנהגות פון יושבים אין בעלז.
  • טראגן שטיוול אויף שבת : אין סקווירא פלעגן די רבי'ס גיין מיט ווייסע זאקן ווי ביי אנדערע חסידים. ר' יעקב יוסף האט אבער נישט געוואלט טראגן קיין ווייסע זאקן אויס כבוד פאר זיין ברודער ר' איציקל קעשינובער (וועמען דער שוויגער האט נישט געלאזט טראגן צוליב דעם וואס איר מאן, ר' ברוך אשר ב"ר בנציון מטשערנוביל-ליאוב האט נישט געטראגן). אלץ א פשרה האט ר' יעקב יוסף זיך אנגעטון שטיוול, נישט וועלנדיג אפטרעטן פון דעם חסיד'ישן מנהג פון נישט גיין מיט הויזן. צום באמערקן איז שטיוול געווען גאר מצוי אלץ א חסיד'ישער לבוש אין רוסלאנד/אוקריינא.
  • טראגן א פארמאכטע טלית קטן : אין סידור הרב ווערט געברענגט פון כתבי אר"י אז דער בגד פון טלית קטן זאל צודעקן די ברוסטן.

[בעאַרבעטן] איינגעפירט אין שטעטל

די פאלגענדע מנהגים האט סקווירא'ר רבי ז"ל האט איינגעפירט פאר די איינוואוינער פון סקווירא'ר שטעטל:

  • נאכ'ן חופה גייען נישט די חתן כלה האנט ביי האנט.
  • דער חתן גייט נישט עסן ביים חתונה צווישן די פרויען ווי עס איז איינגעפירט ביי אנדערע.
  • ביים מצוה טאנץ טאנצן אויך דער חתן און דער כלה'ס פאטער מיט א גארטל.

[בעאַרבעטן] פארשידענע מנהגים
  • נישט לייגן א ניי געבוירן קינד אין א בעטל (פון דעם נעמט זיך אז מען נעמט אנשטאט דעם א גרויסן לעדל און מ'שטעלט דאס אוועק אויף צוויי בענקלעך צו מאכן ווי א בעט): דער מנהג קומט ארגינעל אלץ נישט קויפן אדער זיך באנוצן מיט באשטימטע חפצים פאר א קינד אונטער דרייסיג טעג אלץ שמירה... אין דעם איז אריינגערעכנט נישט ניצן קיין קריב אדער א סטראולער, נישט אנטון קיין געקויפטע בגדים (אנשטאט דעם קען מען נוצן א מין קאמאונאו), א.א.וו. דער מנהג איז אבער נאר נתפשט געווארן לגבי דעם בעטל.
  • א קינדפעטארין גייט נישט ארויס פון הויז און בלייבט נישט אין הויז אן א שומר פאר דרייסיג טעג : ווערט געברענגט אין שו"ת שבות יעקב אלץ שמירה.
  • מאכן אן אפשערן פאר א קינד ווען ער ווערט צוויי יאר אלט (נישט ביי דריי) : טעם נישט באוואוסט, אבער מעגליך דאס איז געווען איינגעפירט אין יענע פלעצער אין רוסלאנד.
  • נישט חתונה מאכן אין די טעג פון ר"ח טבת ביז ט"ו בשבט, און פון ר"ח תמוז ביז ט"ו אב : מנהג פון סקווירא'ר רבי'ס צוליב וואס אין זוהר שטייט אויף די טעג אז זיי זענען ימים הנמוכים און עס הערשט אין זיי מדת הגבורה.

[בעאַרבעטן] מנהגים פון צוואות רבי יהודה החסיד
  • נישט מאכן קיין שידוכים מאנטיג און מיטוואך, און נישט חתונה מאכן א' ג' און ה' פון דעם חודש.
  • נישט טרעטן אויף א פלאץ וואס איז אמאל געווען אן אויבן.
  • נישט פארבויען א טיר אדער א פענסטער נאר לאזן א טירל פון בערך 12x12 אינטשעס.

[בעאַרבעטן] היסטאריע

[בעאַרבעטן] ר' איציקל סקווירא'ר

דער ערשטער סקווירא'ר רבי, רבי איציקל סקווירא'ר זצ"ל (תקע"ב-תרמ"ה), דער זיבעטער פון די אכט זון פון דער טשערנאבילעל מגיד ר' מאטעלע זצ"ל (תק"ל-תקצ"ח), האט נישט אנגעהויבן שנעל צו פירן רבי'סטווע גלייך נאך זיין פאטער'ס פטירה -- אנדערש ווי זיינע זיבן ברודער, וועלכע האבן באלד אנגעהויבן פירן רבי'שע הויפן אויסגשפרייט איבער אוקריינא. ערשט נאך די פטירה פון זיין צווייטן פרוי מלכה, די טאכטער פון דעם רוזינער זצ"ל, און דאס חתונה האבן מיט זיין דריטן פרוי, חנה סימא, דער טאכטער פון ר' הערשעלע סקווירער, האט זיך ר' איציקל באזעצט אין שטאט סקווירא, דאס פריערדיגע וואוין-ארט פון זיין פארשטארבענעם שווער, און אנגעהויבן פירן רבי'סטווע.

ר' איציקל'ס שווער ר' הערשעלע, אויך באקאנט אלץ ר' הערשעלע טיטובער, איז געווען א זון פון ר' אהרעלע טיטובער וואס איז געווען א זון פון ר' צבי דער זון פון בעש"ט, און דורך אים האבן סקווירא'א רבי'ס געצויגן זייער יחוס אלץ די נאנטסטע אייניקלעך פונ'ם בעש"ט. ווארשיינליך אלץ די יחוס איז דער שידוך געווען פאר ר' איציקל גאר א חשובער. חסידים דערציילן אז פאר די חתונה איז ר' איציקל געגאנגען אויפ'ן ציון פון בעש"ט אין מעז'בוז און געזאגט, "איך טו עס נישט פאר קיין געלד, איך טו עס נישט פאר קיין כבוד, איך וויל נאר ממשיך זיין דורות בעל שמ'סקער אייניקלעך."

די שטאט סקווירא אין אוקריינע איז געווען א גרויסע און באקאנטע שטאט פון חסידים פון אלע סארטן. ספעציעל האבן געוואוינט דארט חסידים פונ'ם רוזינער און זיינע זון, איבערהויפט פון דער סאדיגורא'ר זצ"ל. ר' איציקל האט זיך אבער קונא שם געווען און פיל חסידים האבן אנגעהויבן צו פארן צו אים. צווישן די חסידים וואס זענען צו אים געפארן זענען געווען אזעלכע וואס האבן אליין געפירט רבי'שע הויפן ווי ר' שלום מקוידנאוו און ר' ירחמיאל משה מקאזניץ, און נאך. עס איז באוואוסט אז דער שינאווער רב איז געווען ביי ר' איציקל אויף צוויי שבתים מיט'ן כוונה אים אנצונעמען אלץ רבי. לויט ווי חסידים דערציילן האט דער שינאווער רב, באקאנט אלץ א שטרענגער מחמיר אין הלכה, נישט געקענט סובל זיין ביים צווייטן שבת ווען א משרתת האט געצינדן ליכט אביסל שפעט, און איז אוועקגעפארן פון סקווירא אן אנטוישטער. אויך האבן זיך אנגעשלאסן צו ר' איציקל גאנצע גרופעס חסידים נאך די הסתלקות פון זייער פריערדיגע רבי'ס, ווי די חסידים פון ר' שמואל קאמינקער און ר' משה סאווראנער זצ"ל.

ר' איציקל האט אינאיינעם געהאט פיר זון. פון זיין ערשטער ווייב, די טאכטער פון ר' דן מראדוויל, האט ער געהאט איין זון, ר' אברהם יהושע העשיל. פון די צווייטע ווייב האט ער נישט געהאט קיין קינדער. פון די דריטע ווייב האט ער געהאט דריי זון, ר' נחום, ר' ישראל, און ר' דוד'ל סקווירא'ר.

[בעאַרבעטן] מאכנובקא, א צווייג פון סקווירא

נאך די פטירה פון זייער פאטער ר' איציקל האבן די ברודער געפירט צוזאמען אין שטאט סקווירא. ר' אברהם יהושע העשיל האט זיך שפעטער געצויגן קיין מאכנובקא ווי ער האט אויפגעשטעלט זיין הויף און נאך זיין פטירה האט איבערגענומען זיין זון ר' יוסף מאיר'ל מאכנובקא'ר.

ר' יוסף מאיר'ל זון, ר' אברהם יהושע העשיל, איז געווען דער לעצטער מאכנובקא'ר רבי, באקאנט פאר זיין מסירות נפש פאר אידישקייט אין קאמוניסטישן רוסלאנד. ער האט פארציילט אויף זיך אז זייענדיג פארשיקט קיין סיביר האט ער אפילו דאס שלאפן אין סוכה נישט אויפגעגעבן טראץ דעם וואס די קעלט זענען געווען אזוי שטארק אז ווען מען האט קידוש געמאכט אין די סוכה איז די וויין אין בעכער פארפרוירען געווארן איידער מען האט געענדיגט קידוש צו מאכן.

שפעטער, ווען די רוסן האבן אים ארויסגעלאזט, איז ר' אברהם יהושע העשיל געקומען וואוינען אין ארץ ישראל און אויסגעלעבט זיינע יארן אין בני ברק, וואו ער איז נסתלק געווארן.

[בעאַרבעטן] ר' דוד'ל סקווירא'ר

דער פערטער זון פון ר' איציקל איז געווען ר' דוד'ל סקווירא'ר. ער איז געווען באקאנט ביי חסידים פאר'ן זיין אן אויסערגעווענליכער שתקן. ער האט כמעט נישט גערעדט, און האט זיך איינמאל אויסגעדריקט, "מען שווייגט און מען שווייגט, דערנאך רוהט מען זיך אפ אביסל און מען שווייגט ווייטער."

ער איז געווען באקאנט מיט זיין פרישות און איבערמענטשליכע סיגופים, און זיין מסירות נפש פאר טבילה אין מקוה. ער האט געהאט ?צוועלף? זון, צוויי פון זיין ערשטער ווייב -- ר' מרדכי און ר' משה -- און ?צען? פון זיין צווייטער ווייב, צפורה, דער טאכטער פון ר' אליקים געץ אוסטראה'ר. עטליכע פון זיי זענען ר' איציקל קעשינובער, ר' יעקב יוסף -- דער גרינדער פון סקווערע שטעטל, ר' נחום, ר' שלמה, ר' פנחס, און נאך. אפאר זענען אומגעקומען דורך די דייטשן אין די שואה.

ביים אנהייב פון די באלשעוויק רעוואלוציע, בערך ארום 1914, האט זיך ר' דוד'ל אריבערגעצויגן קיין קיעוו צוליב די אומרואיגע אומשטענדן אין די קלענערע שטעט און דערפלעך פון אוקריינא און וואלין. אין יאר תר"פ איז ר' דוד קראנק געווארן אויף טיפוס צוליב די שווערע אומשטענדן וואס האבן געהערשט איבעראל אין דעם געגנט צוליב די פאליטישע איבערקערענישן. ער איז נסתלק געווארן יענעם יאר און איז באערדיגט אין קיעוו.

[בעאַרבעטן] דער פריערדיגער סקווירא רבי, ר' יעקב יוסף טווערסקי זצ"ל

דורך דער פריערדיגער סקווירא רבי, ר' יעקב יוסף, איז דאס חסידות געווארן איבערגעפלאנצן און אויפגעבויט אין אמעריקע נאך די צווייטע וועלט קריג. דאס גרינדונג פון שיכון סקווירא איז אין זיין צייט פארעכנט געווארן אלץ א אומפארגלייכבארער אויפטו אין די היסטאריע פון חסיד'ישע הויפן, און פיל אנדערע זענען פון דעם אינספירירט געווארן דאס נאכצוטוהן, אריינגערעכנט דעם סאטמארער שטעטל קרית יואל, געגרינדעט דורך ר' יואל טייטלבוים זצ"ל אין מאנרו, ניו יארק.

[בעאַרבעטן] ביאגראפישע נאטיצן

ר' יעקב יוסף איז געבוירן אין סקווירא אין תר"ס. אין זיינע יונגע יארן איז ער געווען אן אויסערגעווענליכער מתמיד. ער האט פארציילט אז ווען ער פלעגט זיך וועלן אפרוהען פלעגט ער דורכטון דעם רמב"ם'ס הלכות קידוש החודש. ער איז גערופן געווארן אלץ יונגער בחור זיך צו שטעלן צו די מיליטער, אבער דורך שתדלנות פון עסקנים איז אים געלונגען זיך ארויסצודרייען דערפון. עס איז באקאנט אז ווען מען האט אים גענומען זיך צו שטעלן איז געווען אין שבת. ווען מען האט אים ארויסגעלאזט האט מען פערלאנגט פון אים אונטער צו חתמ'ן א פאפיר, אויף וועלכער ער האט בשום אופן נישט מסכים געווען כאטש עס האט געטרויעט אז דער גאנצער שתדלנות וועט בטל ווערן. צום סוף איז אים געלונגען נישט צו דארפן חתמ'ן. ווען ער איז אהיימגעקומען שבת נאכמיטאג האט אים זיין פאטער ר' דוד'ל די ערשטע זאך געפרעגט צו ער האט גע'חתמ'ט. דערנאך האט ער אים געהייסן גיין אויסזאגן תהלים און דורך לערנען אור החיים אויפ'ן פרשה כמנהג סקווירא, וואס צוליב דער מצב האט ער נאך נישט געהאט געטון.

אלץ א בחור אין עלטער פון צוואנציג, נאכדעם וואס זיין פאטער איז אוועק אין יאר תר"פ, און דער מצב פון אידן אין רוסלאנד האט זיך געהאלטן אין איין ערגערן צוליב דער אויפשטאנד פון די בולשעוויקן, האט ער זיך אוועקגעצויגן מיט זיין מוטער קיין רומעניע צו וואוינען נעבן זיין עלטערער ברודער ר' איציקל קעשינובער, וועלכער האט דאן אנגעהויבן פירן רבי'סטווע.

אין יאר תרפ"ה האט ער חתונה געהאט מיט טראני, דער טאכטער פון ר' פיניעלע אוסטילא'ר, וועלכע איז געווען א זון פון ר' מאטעלע ראחמסטריווקא'ר און אן איידעם פון בעלזער רב ר' ישכר דוב. ר' יעקב יוסף איז געפארן וואוינען אין בעלז ביי זיין עלטער שווער, וואו ער איז געווארן באקאנט שוין אלץ יונגערמאן אלץ גאר א פרומער. ער האט זיך אויך דארט געווארן שטארק בידידות מיט זיין פעטער, דער שפעטערדיגע בעלזער רב ר' אהרן.

ווען זיין שווער, ר' פנחס, וועלכער איז געווען רב אין אוסטילא, האט פארלאזט דעם שטאט און זיך געצויגן אויף פשעמישל האבן די אוסטילא שטאטסלייט זיך געבעטן ביי ר' יעקב יוסף אנצונעמען דעם פאסטן. ר' יעקב יוסף האט געענטפערט קורץ אז ער האט עס נישט געזעהן ביים טאטן. דאס האט אים געוואנען גאר שטארקע רעספעקט ביים עלטער שווער, ר' ישכר דוב.

שפעטער האט זיך ר' יעקב יוסף געצויגן קיין קאלאראש וואו ער האט אנגעהויבן פירן רבי'סטווע, און שפעטער האט ער זיך געצויגן קיין יאס. מיט די צייט איז זיין נאמען ארויס אלץ אן איש קדוש.

אין די מלחמה יארן איז ער געווען אין בוקארעסט, און שטארק געליטן פון די דייטשן פון וועמען ער האט זיך עטליכע מאל קוים ארויסגעדרייט מיט'ן לעבן. אויף איין פאל, אין תמוז תש"ג? (אדער תש"ד?), איז ער געפירט געווארן אין א פארמאכטע באן אנגעשטאפט מיט מענטשן אן קיין ביסל עסן אדער טרינקען אין א שווערע אומדערטרעגליכע היץ. די באן איז געפארן אן קיין ציל און פיר טעג דערנאך ווען די באנען האבן זיך אפגעשטעלט זענען געווען נאר פיר מענטשן אין דעם וואגאן ביים לעבן. פון ערגעץ וואו איז געברענגט געווארן וואסער און ר' יעקב יוסף האט געשלינגען צוויי מאל פון דעם גלאז. ער האט שפעטער זיך אפגערעדט אז דער ערשטער שלינג איז געווען נייטיג אויף צו לעבן, אבער דער צווייטער איז נישט געווען מער ווי א תאוה. ער האט נאך דעם עפיזאד זיך אונטערגענומען אויסצוזאגן תהלים יעדן אינדערפרי פאר'ן דאווענען, און נישט צו עסן קיין פלייש אדער ברויט אחוץ אין שבת.

[בעאַרבעטן] דאס אויפבוי פון שיכון סקווירא

[בעאַרבעטן] שארפע דיפערענצן מיט קנאות פון סאטמאר רב ז"ל

[בעאַרבעטן] דער היינטיגער רבי, ר' דוד טווערסקי שליט"א

[בעאַרבעטן] סקווערער שטעטל אין די היינטיגע טעג

[בעאַרבעטן] א אויסערגעווענליכער חסידישער אטמאספערע

[בעאַרבעטן] א פארטרייסלענדער סקאנדאל
Our "Network":

Project Gutenberg
https://gutenberg.classicistranieri.com

Encyclopaedia Britannica 1911
https://encyclopaediabritannica.classicistranieri.com

Librivox Audiobooks
https://librivox.classicistranieri.com

Linux Distributions
https://old.classicistranieri.com

Magnatune (MP3 Music)
https://magnatune.classicistranieri.com

Static Wikipedia (June 2008)
https://wikipedia.classicistranieri.com

Static Wikipedia (March 2008)
https://wikipedia2007.classicistranieri.com/mar2008/

Static Wikipedia (2007)
https://wikipedia2007.classicistranieri.com

Static Wikipedia (2006)
https://wikipedia2006.classicistranieri.com

Liber Liber
https://liberliber.classicistranieri.com

ZIM Files for Kiwix
https://zim.classicistranieri.com


Other Websites:

Bach - Goldberg Variations
https://www.goldbergvariations.org

Lazarillo de Tormes
https://www.lazarillodetormes.org

Madame Bovary
https://www.madamebovary.org

Il Fu Mattia Pascal
https://www.mattiapascal.it

The Voice in the Desert
https://www.thevoiceinthedesert.org

Confessione d'un amore fascista
https://www.amorefascista.it

Malinverno
https://www.malinverno.org

Debito formativo
https://www.debitoformativo.it

Adina Spire
https://www.adinaspire.com