Web - Amazon

We provide Linux to the World


We support WINRAR [What is this] - [Download .exe file(s) for Windows]

CLASSICISTRANIERI HOME PAGE - YOUTUBE CHANNEL
SITEMAP
Audiobooks by Valerio Di Stefano: Single Download - Complete Download [TAR] [WIM] [ZIP] [RAR] - Alphabetical Download  [TAR] [WIM] [ZIP] [RAR] - Download Instructions

Make a donation: IBAN: IT36M0708677020000000008016 - BIC/SWIFT:  ICRAITRRU60 - VALERIO DI STEFANO or
Privacy Policy Cookie Policy Terms and Conditions
טשערנאבילער גזע – װיקיפּעדיע

טשערנאבילער גזע

פֿון װיקיפּעדיע

דער טשערנאבילער גזע איז באקאנט צווישן חסידים אלץ א דינאסטיע פון וועלכע עס זענען ארויסגעקומען פיל גרויסע רבי'ס. עס איז באקאנט אז אין רוסלאנד אין פוילן פאר די ערשטע וועלט קריג זענען געווען מער ווי א האלב מיליאן חסידים וואס האבן אנבאלאנגט צו די הויפן פון דער טשערנאבילער גזע.


אינהאַלט

[בעאַרבעטן] דער מאור עינים

דער טשערנאבילער גזע האט זיך אנגעהויבן פון דעם בעל מאור עינים, רבי מנחם נחום מטשערנאביל זצ"ל (ת"צ-תקנ"ח), וועלכער איז געווען א תלמיד פון בעל שם טוב זצ"ל און פון זיין ממלא מקום דער גרויסער מגיר פון מעזריטש זצ"ל.

ביי חסידים פלעגט מען דערציילן אז דער מאור עינים האט מעיד געווען אז ווען ער האט געזאגט תורה איז עס געווען אין א בחינה פון שכינה מדברת מתוך גרונו. דער ספר מאור עינים, אינאיינעם מיט תולדות יעקב יוסף פון ר' יעקב יוסף מפולנאה און ספר התניא פון ר' שניאור זלמן מליאדי, איז געווען ספעציעל באליבט ביי חסידים אלץ א "כלי ראשון" פון תורת החסידות, זייענדיג פון די ערשטע געדריקטע ספרים פון די תלמידי בעש"ט.

[בעאַרבעטן] דער טשערנאבילער מגיד

דער טשערנאבילער מגיד, ר' מאטעלע טשערנאבילער זצ"ל (תק"ל-תקצ"ח), איז געווען דער זון און ממלא מקום פון מאור עינים זצ"ל. אנדערש ווי זיין פאטער, וואס האט געלעבט אין פשטות און ארעמקייט, איז דער טשערנאבילער מגיד'ס דרך געווען א ברייטערע און ער האט זיך געפירט מיט גרויס התרחבות. עס איז באקאנט אז ער פלעגט מאנען פון זיינע חסידים גאר גרויסע סכומים געלט. ביי חסידים פלעגט מען זאגן אז די געלט האט דער טשערנאבילער מגיד גענוצט אויף אויסצוהאלטן די ל"ו צדיקים נסתרים, א תפקיד וואס ער האט איבערגענומען פון ר' לייב שרה'ס זצ"ל.

[בעאַרבעטן] די אכט זון

דער טשערנאבילער מגיד האט געבוירן אכט זון וואס יעדער פון זיי האט אנגעהויבן אן אייגענער גזע. דער פאטער האט זיי אנגערופן זיין "מנורה הטהורה".

אין ערשטען זיווג איז ער געווען אן איידעם ביי ר' אהרן קארלינער. פון דעם זיווג האט ער געהאט דריי זון, ר' אהרן טשערנאבילער (תקמ"ז-תרל"ב), ר' משה קאריסטשובער (תקמ"ט-תרכ"ו), און ר' יעקב ישראל טשערקאסער (תקנ"ד-תרל"ו).

זיין צווייטן זיווג איז געווען מיט די טאכטער פון ר' דוד לייקעס זצ"ל, א תלמיד פון בעש"ט. פון איר האט ער געהאט פינף זון, ר' מנחם נחום מקארוב'ער (תקס"ה-תרי"ב), דער טריסקער מגיד ר' אברהם פון טוריסק בעל מגן אברהם (תקס"ו-תרמ"ט), ר' דוד'ל טאלנער (תקס"ח-תרמ"ב), ר' איציקל סקווירער (תקע"ב-תרמ"ה), און ר' יוחנן'טשע ראחמסטריווקער.

[בעאַרבעטן] שלשלת טשערנאביל

פאלגענד איז די שלשלת פון די אכט זון פון ר' מאטעלע, דער טשערנאבילער מגיד:

[בעאַרבעטן] טשערנאביל
  • ר' אהרן טשערנאבילער (תקמ"ז-תרל"ב)
  • חיה שרה - ווייב פון ר' שלמה פון לודמיר, זון פון ר' [משה פון לודמיר]], זון פון ר' שלמה קארלינער
  • ר' מנחם נחום פון לודמיר (ווייב: מינצא, טאכטער פון ר' מנחם מאניש מרגליות)
  • מרים - ווייב פון ר' ישכר דוב אייכנשטיין פון חאדרוב, אייניקל פון ר' אייזיקל זידיטשובער
  • פערל - ווייב פון ר' יצחק פון ברעזנא, אייניקל פון ר' מיכל זלאטשובער
  • ר' שמואל פון ברעזנא
  • טאכטער - צווייטער ווייב פון ר' ישכר דוב בעלזער
  • ר' מנחם נחום פון טשערנאביל
פון ערשטער ווייב, גיטעלע, טאכטער פון ר' ישראל פון ליטשיניץ, איידעם פון אפטער רב:
  • ר' מרדכי פון לאיעב
  • ר' שלום יוסף פון לאיעב
  •  ????
  • ר' יצחק פון טשערנאביל-לאיעוו
  • ר' זושא'לע פון טשערנאביל-לאיעוו, פריערדיגע טשערנאבילער רבי פון בני ברק
  • היינטיגע טשערנאבילער רבי פון בני ברק
  • היינטיגע טשערנאבילער רבי פון בארא פארק
  • טאכטער - ווייב פון ר' דוד פון סאווראן, זון פון ר' שלמה פון סאווראן, זון פון ר' משה סאווראנער
פון זיין צווייטער ווייב, שיינדעלע, טאכטער פון ר' דוד, זון פון ר' מאיר פון הורודצקי, זון פון ד' דוד לייקעס, תלמיד פון בעש"ט:
  • ר' ברוך מאיר פון זארינץ
  • מלכה - ווייב פון ר' לייביש רוקח פון מאגרוב, זון פון ר' יושע'לע בעלזער
  • בתיה רבקה - ווייב פון ר' יוסף מאיר'ל מאכנובקער
  • ר' משולם זושא פון טשערנאביל
פון ערשטער ווייב:
  • בת שבע - ווייב פון ר' וועלוול ראחמסטריווקער
  • בתיה רוחמה - ווייב פון ר' ישכר דוב בעלזער
  • ר' אהרן פון בעלז
  • ר' מרדכי רוקח פון בילגוריי
פון צווייטער ווייב, שרה רחל, טאכטער פון ר' הערשעלע סקווערער/טיטובער:
  • ר' שלמה בן ציון פון טשערנאביל
  • יוכבד - ווייב פון ר' נחום יוסף קאריסטשובער
  • נחמה אדל - ווייב פון ר' שלמה שמואל פון טשערנאביל, דער זון פון ר' ברוך אשר פון טשערנאביל
  • ר' ברוך אשר פון טשערנאביל
  • ר' שלמה שמואל פון טשערנאביל
  • טאכטער - ווייב פון ר' איציקל קעשינובער, זון פון ר' דוד'ל סקווערער און ברודער פון פריערדיגע סקווירא'ר רבי ר' יעקב יוסף
  • פייגא - ווייב פון ר' דוד משה טשארטקובער, זון פון דער רוזינער
  • ר' נחום מרדכי (ווייב: טאכטער פון ר' שלום יוסף פון הוסיאטין, זון פון דער רוזינער
  • ר' ישראל טשארטקובער (ווייב: רוחמה שבע)
  • ר' חיים אהרן
  • ר' נחום מרדכי טשארטקובער פון וויען
  • ר' דוב

[בעאַרבעטן] קאריסטשוב
  • ר' משה קאריסטשובער (תקמ"ט-תרכ"ו) (ווייב: חנה, טאכטער פון ר' יעקב יוסף אוסטראה'ר, אייניקל פון בעמ"ח "רב ייבי" תלמיד פון בעש"ט
  • ר' מרדכי קאריסטשובער (ווייב: טאכטער פון טוריסקער מגיד)
  • ר' נחום יוסף קאריסטשובער
  • ר' דוד יעקב קאריסטשובער
  • ר' משה בן ר' מרדכי קאריסטשובער
  • ר' יצחק
  • טאכטער - ווייב פון ר' ברוך אשר פון טשערנאביל


[בעאַרבעטן] טשערקאס
  • ר' יעקב ישראל טשערקאסער (תקנ"ד-תרל"ו) (ווייב: טאכטער פון ר' דובער פון לובאוויטש, זון פון בעל התניא)
  • טאכטער - ווייב פון ר' משולם זוסיא יצחק פון קירומא, אייניקל פון ר' זושא פון אניפאלי
  • ר' מרדכי דוב טווערסקי פון הורנוסטייפל, בעל "שושנת העמקים", איידעם פון צאנזער רב ר' חיים הלברשטאם (ער האט זיך גערופן טווערסקי ווי זיין זיידע דער טשערקאסער, כאטש זיין פאטער האט נישט אזוי געהייסן)
  • ר' ברוך טווערסקי פון הורנוסטייפל
  • ר' יהודה לייב
  • טאכטער - ווייב פון איר פעטער ר' מנחם נחום פון ניעזין, זון פון ר' [דובער פון לובאוויטש]]
  • ר' מרדכי דוב פון טאמאשפיל


[בעאַרבעטן] מקארוב
  • ר' מנחם נחום מקארובער (תקס"ה-תרי"ב) (ווייב: מאטיל, טאכטער פון ר' יוסף פון טורצין, זון פון דער חוזה פון לובלין
  • ר' יעקב יצחק מקארובער (ווייב: טאכטער פון ר' שמואל אבא שפירא פון סלאוויטא, אייניקל פון ר' פנחס קאריצער און אנפירער פון באקאנדער בית הדפוס אין סלאוויטא)
  • ר' משה מרדכי מקארובער (ווייב: טאטער פון ר' יושעלע בעלזער)
  • ר' דוד מקארובער (ווייב: טאטער פון דער טוריסקער מגיד)
  • ר' מנחם נחום ב"ר דוד מקארובער
  • ר' ישעיה מקארובער (ווייב: טאטער פון חיים מאיר פון זינקוב)
  • חיה - ווייב פון ר' אשר קארלינער
  • שיינא צביה - ווייב פון ר' הערש לייב אליקער
  • אדל -- ווייב פון ר' מנחם מאניש מרגליות, זון פון ר' חיים מרדכי מרגליות, בעמ"ח "שערי תשובה"


[בעאַרבעטן] טוריסק
  • ר' אברהם פון טוריסק, דער טוריסקער מגיד, בעל "מגן אברהם" (תקס"ו-תרמ"ט) (ווייב: ריקל, טאכטער פון ר' קאוולער רב ר' יעקב אריה, זון פון ר' מאטעלע נעשכיזער
  • ר' מנחם נחום פון בריסק (נפ' תרמ"ז) (ווייב:טאכטער פון ר' דוד'ל טאלנער)
  • ר' מאטעלע קוזמירער (נפ' תרע"ז), בעמ"ח "מאמר מרדכי", נישט איבער געלאזט קיין קינדער (ווייב:טאכטער פון ר' אשר קארלינער)
  • ר' יעקב לייב קאוולער (תר"ז-תרע"ח) (ווייב: פייגא, טאכטער פון ר' יוחנן'טשע ראחמסטריווקער)
  • שיינע רייזא - ווייב פון ר' אפרים מרגליות, זון פון ר' מנחם מאניש מרגליות (ערשטער זיווג)
  • פייגא מינצא - ווייב פון ר' יצחק מאיר פון זינקוב
  • חיה'לע - ווייב פון ר' שלום יוסף זון פון מ"ש פון הוסיאטין, זון פון ר' מרדכי שרגא פון הוסיאטין
  • שבע - ווייב פון ר' אברהם דוב ראחמסטריווקער
  • מלכה - ווייב פון ר' אפרים מרגליות, זון פון ר' מנחם מאניש מרגליות (צווייטער זיווג)
  • יוכבד - ווייב פון ר' משה בן ר' מרדכי קאריסטשובער
  • גיטעלע - ווייב פון ר' מנחם נחום ב"ר דוד מקארובער


[בעאַרבעטן] טאלנע
  • ר' דוד'ל טאלנער (תקס"ח-תרמ"ב) (ווייב: פייגא יענטא, טאכטער פון ר' ישראל אברהם פון טשארנא-אוסטראה)
  • ר' מרדכי פון טאלנע (ווייב: טאכטער פון ר' שלמה פון סאווראן)
  • ר' מנחם נחום פון טאלנע
  • ר' דוד מרדכי, טאלנער רבי פון ניו יארק פאר די צווייטע וועלט קריג
  • ר' יוחנן
  • ר' יצחק, אויך געוואוינט אין אמעריקע
  • ר' משה צבי פון פילאדעלפיע
  • ר' משולם זושא, פון באסטאן
  • ר' אברהם, געוואוינט אין רומעניע
  • ר' אהרן
  • חיה - ווייב פון ר' מנחם נחום פון בריסק, זון פון טוריסקער מגיד
  • שיינדיל - ווייב פון ר' מנחם נחום שפיקובער, זון פון ר' איציקל סקווירא'ר
  • ציזע - ווייב פון ר' מאיר'ל האלפערן

[בעאַרבעטן] סקווירא
  • ר' איציקל סקווירא'ר (ה'תקע"ב - ה'תרמ"ה)
  • ר' אברהם יהושע העשיל סקווירא'ר
  • ר' יעקב טווערסקי פון סקווירא
  • ר' יוסף מאיר'ל מאכנובקער
  • ר' אברהם יושע העשיל פון מאכנובקא, נסתלק געווארן אין בני ברק נישט איבערלאזנדיג קיין קינדער; ממלא מקומו, ר' יושע'לע רוקח, אדמו"ר פון בעלז-מאכנובקא
  • ר' מנחם נחום שפיקוב'ער
  • ר' ישראל
  • טאכטער - ווייב פון ר' דוד יעקב קאריסטשובער
  • ר' ר' דוד'ל סקווירא'ר (ווייב: צפורה, טאכטער פון ר' אליקים געץ פון אוסטראה)
  • ר' איציק'ל קעשינובער
  • ר' נחום
  • ר'שלמה טווערסקי
  • ר' אלעזר טווערסקי פון סקווירא-פאלטיטשאן
  • ר' מרדכי טווערסקי
  • ר' יצחק טווערסקי, געקומען קיין אמעריקע אין תרפ"ג
  • ר' דוד טווערסקי, פריערדיגע סקווירא'ר רבי פון בארא פארק
  • ר' יחיאל מיכל טווערסקי, היינטיגער סקווירא'ר רבי פון בארא פארק
  • ר' מיכל טווערסקי, סקווירער רבי פון פלעטבוש
  • פייגא מלכה - ווייב פון ר' מרדכי האגער, וויזניצער רבי פון מאנסי (ערשטער זיווג - זי איז געשטארבן יונג, נישט איבערגעלאזט קיין קינדער)
  • מירל - ווייב פון ר' מרדכי האגער, וויזניצער רבי פון מאנסי (צווייטער זיווג)
  • צפורה - ווייב פון ר' אברהם דוב טווערסקי (ראחמסטריווקא-מאנסי)

[בעאַרבעטן] ראחמסטריווקא
  • ר' יוחנן'טשע ראחמסטריווקער (תקע"ו-תרנ"ה)
  • ר' דוד'ל זלאטיפאלער
  • ר' מרדכי יוסף זלאטיפאלער
  • ר' מאטעלע ראחמסטריווקער
  • ר' פיניעלע אוסטילער
  • ר' מנחם נחום'טשע ראחמסטריווקער פון ירושלים
  • ר' דוד ראחמסטריווקער
  • ר' יוחנן פון ראחמסטריווקא
  • ר' ישראל מרדכי טווערסקי פון ראחמסטריווקא, פריערדיגע ראחמסטריווקער רבי פון ירושלים
  • ר' דוד טווערסקי, היינטיגע ראחמסטריווקער רבי פון ירושלים
  • ר' חי יצחק טווערסקי, היינטיגע ראחמסטריווקער רבי פון בארא פארק
  • ר' אברהם דוב טווערסקי (ראחמסטריווקא-מאנסי)
  • ר' אברהם דוב ראחמסטריווקער
  • ר' וועלוול ראחמסטריווקער
Our "Network":

Project Gutenberg
https://gutenberg.classicistranieri.com

Encyclopaedia Britannica 1911
https://encyclopaediabritannica.classicistranieri.com

Librivox Audiobooks
https://librivox.classicistranieri.com

Linux Distributions
https://old.classicistranieri.com

Magnatune (MP3 Music)
https://magnatune.classicistranieri.com

Static Wikipedia (June 2008)
https://wikipedia.classicistranieri.com

Static Wikipedia (March 2008)
https://wikipedia2007.classicistranieri.com/mar2008/

Static Wikipedia (2007)
https://wikipedia2007.classicistranieri.com

Static Wikipedia (2006)
https://wikipedia2006.classicistranieri.com

Liber Liber
https://liberliber.classicistranieri.com

ZIM Files for Kiwix
https://zim.classicistranieri.com


Other Websites:

Bach - Goldberg Variations
https://www.goldbergvariations.org

Lazarillo de Tormes
https://www.lazarillodetormes.org

Madame Bovary
https://www.madamebovary.org

Il Fu Mattia Pascal
https://www.mattiapascal.it

The Voice in the Desert
https://www.thevoiceinthedesert.org

Confessione d'un amore fascista
https://www.amorefascista.it

Malinverno
https://www.malinverno.org

Debito formativo
https://www.debitoformativo.it

Adina Spire
https://www.adinaspire.com