מנחם נחום טווערסקי מטשערנאביל
פֿון װיקיפּעדיע
ר' מנחם נחום טװערסקי מטשערנאביל איז דער גרינדער פון טשערנאבילער חסידות, און דער שורש פון דער טשערנאבילער גזע. ער איז גיבױרען גיװארען אין 1730 אין שטאט גאַרינסק, װאלין גובערניע. ער איז נפטר געווארן אין 1797 אין טשערנאביל. גיװעזען איז ר'נחום דעם בעש"ט'ס תלמיד , און ביים דעם מגיד,זיין עלטער חסיד. דער הייליגער צדיק האט גיבױרען אזוהן, ר'מרדכי טװערסקי װאס נאכן די פטירה פון זיין פאטער האט ער איבערגינומען זיין מקום װי ארבי אין טשערנאביל. ר'מרדכי האט גיבױרען אכט זיהן,דער טאטע האט זיי אנגערופן זיין "מנורה הטהורה". יעדער פון זיי האט גיגרינדעט א אייגענע חסידישע הױף, צװישען זיי, דער בארימטער סקװירא חסידות װאס היינט צו טאג װערט גיפיהרט דערך ר'דוד טווערסקי. עס װערט דערציילט צװישען דער מגיד'ס תלמידים אז משיח װעט קומען דערך דער מגיד'ס עלטער חסיד אדער דערך זיין אינגער חסיד. צוליב דעם , דער אלטער רבי פארשלאגט ר'נחום אַ שידוך צװישען דער אלטער רבי'ס אן אייניקעל און ר'נחום א אייניקעל. דער פרידיגער ליובאװיטשער רבי, ר'יוסף יצחק שניאורסאהן קומט פון דעם שידוך.