ברך משה

פֿון װיקיפּעדיע

ברך משה איז די נאמען פונעם ספר חידושים וועלכער איז ערשינען פונעם סאטמאר'ער רבי הגה"צ ר' משה טייטלבוים זצ"ל, און עס ווערט ארויסגעגעבן דורך זיין זון הרב ליפא טייטלבוים שליט"א זענטא רב, וועלכער ער האט אים באַאויפטראגט מיט די הייליגע ארבייט.

ערשיינונג פון די ספרים: דער ערשטער חלק בראשית האט אנגעהויבן צו ערשיינען בחודש אב שנת תשנ"ה לפ"ק זייענדיג אין די צייט ווען מרן המחבר זי"ע האט אויפגעהערט צו זאגן ש"ס תורה ברבים, חלק ב' שמות איז ערשינען בשנת תשנ"ז, חלק ג' ויקרא בשנת תשנ"ט, חלק ד' במדבר בשנת תשס"א, חלק ה' דברים בשנת תשס"ב,

די תורה שרייבער: הר"ר שמואל הכהן פריעדמאן- משב"ק, הר"ר יעקב ווייס ראש ישיבת פאפא, מו"ה מרדכי דוד ווידער-משב"ק,

און בקרוב קומט ארויס אויף די מועדים און אויף סוגיות הש"ס אזוי אויך שו"ת.

עפ"י רוב פון זיינע חידושים זענען פארלוירן געגאנגען ביי די צווייטע וועל'ס קריג.