Web - Amazon

We provide Linux to the World


We support WINRAR [What is this] - [Download .exe file(s) for Windows]

CLASSICISTRANIERI HOME PAGE - YOUTUBE CHANNEL
SITEMAP
Audiobooks by Valerio Di Stefano: Single Download - Complete Download [TAR] [WIM] [ZIP] [RAR] - Alphabetical Download  [TAR] [WIM] [ZIP] [RAR] - Download Instructions

Make a donation: IBAN: IT36M0708677020000000008016 - BIC/SWIFT:  ICRAITRRU60 - VALERIO DI STEFANO or
Privacy Policy Cookie Policy Terms and Conditions
חסידות – װיקיפּעדיע

חסידות

פֿון װיקיפּעדיע

אינהאַלט

[בעאַרבעטן] איבערבליק

חסידות איז א שטרעמונג וואס איז געגרינדעט געווארן דורך דעם בעש"ט הקדוש באזירט אויף יסודות אין תורת הקבלה. די יסודות פון חסידות זענען צו דינען דעם באשעפער מיט אינערליכקייט פון הארץ. חסידות האט שטארק באטאנט לויטערקייט פון הארץ, אהבת ישראל, און התקשרות און אמונה אין צדיקים. אן עקסטערן דגוש ווערט געלייגט אויף שבירת המדות, אויסצורייסן גאוה, כעס, א.ד.ג. און זיך ברעכן די תאוות הגשמיות.

חסידים זענען די אידן וואס פירן זיך לויט די אויבנדערמאנטע יסודות פון דרך הבעש"ט.

חסידים אין אונגערן האבן אויך געלייגט א שטארקן דגוש אויפ'ן דרך פון חת"ם סופר מקנא צו זיין אויף פירצות אין יהדות און שטיין על המשמר אויף אזעלכע ענינים ווי אידישע שפראך און אידישע קליידונג.

אין ספר חיי החפץ חיים, (מחבר ר' ארי' לייב בן החפץ חיים) שטייט, דער חפץ חיים האט געזאגט, ער איז מקנא די חסידים מיט 3 זאכן, 1) פון די זאכן, אז די חינוך ביי די חסידים האלט זיך זייער שטארק, ווייל, ווען א משכיל קומט אין א ליטווישע שטאט, און רעדט צו די קינדער, וועט מען איבער טראכטן אויב עס איז פאסיג אים צו שטערן, אויב עס איז לשון הרע, א.ד.ג, אין די צייט וואס מענטשן טראכטן וואס צו טון, איז דער משכיל משחית דעם חינוך - אבער אויב גייט דער משכיל אין חסידישע שטאט, און רעדט צו א קינד, וועט די גאנצע שטאט אים ארויס באגלייטן מיט בזיונות בתופים ובמחולות, און עס איז אים נישט מעגליך צו שעדיגען דעם חינוך (נ"ב מהכותב: עס גלייבט זיך נישט פון דעם לשון אין ספר חיי הח"ח, אז דער חפץ חיים רעדט דא פון אונגארישע חסידים דוקא, ער שרייבט דאס בפירוש אויף אלע חסידים).

אויך שטייט אז דער חפץ חיים זי"ע האט געפרעגט פון דעם מהרש"ב פון ליבאוויטש זי"ע, וויאזוי ער האט גע'פועלט ביי זיינע תלמידים, זיי זאלן לאזן וואקסן די בערד, ווייל דער חפץ חיים האט זיך זייער אסאך געבטען ביי זיינע תלמידים זיי זאלן לאזן וואקסן די בערד, און ער האט נישט גע'פועלט (אזוי ווי עס פלעגט גיין אין ליטווישע ישיבות) האט דער מהרש"ב געענטפערט, אז ער האט נאך קיינמאל נישט גערעדט וועגן לאזן וואקסן די בערד, די תלמידים, האבן דאס אליין פארשטאנען.

דער ריכטיגער אפטייטש פון דאס ווארט חסיד איז פון מתחסד עם קונו, ד.ה. ער טוט מער ווי מען ברויך צו טאן כלפי די חובות היהודי לבוראו.

[בעאַרבעטן] היסטאריע פון חסידות

די שרשים פון חסידות זענען געשטעלט געווארן אין די שטעט און שטעטלעך פון אוקריינע און וואלין. נאכ'ן הסתלקות פון בעש"ט איז איבערגעגאנגען די הנהגה צו ר' דוב בער ממעזריטש, באקאנט אלס דער מעזריטשער מגיד. אין יענע צייט האבן אנגעהויבן צוגעקומען חסידים און תלמידים פון פוילן און גאליציע (ר' אלימלך פון ליזענסק, חוזה פון לובלין, שפעטער ר' שלום מבעלזא, שפעטער דברי חיים צאנז, און קאצק גור אין פולין, וכו') , און אפילו פון ווייטן אונגעריש-עסטרייכישן אימפעריע (ר' פנחס הורוויץ בעל הפלאה, וכו').

נאכן הסתלקות פון דעם מעזריטשער מגיד האט זיך די הנהגה פונאנדערגעטילט צווישן די גרויסע תלמידים, איבערהויפט: ר' שניאור זלמן פון ליאדי, ר' מנחם נחום פון טשערנאביל, און ר' אלימלך פון ליזענסק.

די תלמידים פון ר' אלימלך, איבערהויפט דער חוזה פון לובלין און זיין תלמיד ר' נפתלי ראפשיצער, האבן געהאלפן נאך מער פארשפרייטן די תורת החסידות אויף ווייט און ברייט דורך זייערע פילע תלמידים און חסידים. דאן האט חסידות געשלאגן ווארצלען אין אזעלכע ווייטע ערטער ווי אונגערן דורך דעם חוזה'ס תלמיד בעל ישמח משה.

[בעאַרבעטן] נאכ'ן קריג

נאך דעם חורבן אייראפע האבן זיך איבערגעפלאנצן פיל חסידישע הויפן, גרויסע און קליינע, אין ארץ ישראל און אמעריקע. חסידות אין מאדערנע צייטן האט פארשפרייט אין כלל ישראל דאס ליבשאפט צו ווארימע נגינה און מער מנהגים באזירט אויף קבלה, און אמונת צדיקים.

חסיד'ישע הויפן זענען געווארן אלס מער פארברייטערט און פארצווייגט און מיט דעם איז מיטגעקומען נייע שוועריקייטן צו קענען אנהאלטן דעם ארגינעלן דגוש פון חסידות אויף עבודת השם מיט אינעווייניגסטע פון הארץ, און אויף צו געדענקען און פארשטיין די טיפע תורת החסידות פון בעש"ט ותלמידיו. אויך זענען חסיד'ישע הויפן געווארן מער פאליטיזירט און פארטייאיש, און פיל זענען היינט מיט'ן געדאנק אז דער חסידישע לעבנסשטייגער איז מייסטענס אויף אנצוהאלטן אידן ביי אידישקיט. עס איז באקאנט אז דער סאטמאר רב, ר' יואל טייטלבוים, האט געשריבן אז נשתכח תורת הבעש"ט. ער שרייבט בפירוש דארט אין ויואל משה "וצריך בינה יתירה להבונן בדבריהם הקדושים" - דער סאטמארער רבי זי"ע פלעגט גיין מיט ווייסע זאקן אין דערוואכען, אין די ערשטע יארען אין אמעריקע פלעגט ער גיין צו ליטווישע אסיפות הרבנים, נאךן זעהן אז ער איז א גדול בתורה, האט א ליטווישער רב אים געפרעגט "סאטמאר רב פארוואס מאכט איר זיך נאריש צו גיין מיט ווייסע זאקן", האט ער אים געענטפערט! איך מאך זיך נישט נאריש!!!

עס זענען דא פיל חסידים וואס האלטן נאך שטארק אן מיט די ארגענעלע יסודות, און עס קען נאך ווערן געפונען היינט בני עלי' וואס הארעווען אין תורת החסידות און אין תורת הקבלה אויף וואס דאס איז געגרינדעט, און ארבעטן אויף תורה לשמה, שבירת המדות, און התדבקות לצדיקי אמת.

[בעאַרבעטן] התנגדות

פון סאמע אנפאנג זענען געווען שטארקע חולקים אויפ'ן נייעם דרך. ספעציעל אין ליטא זענען ארויסגעגעבן געווארן פיל חרמים קעגן חסידים, א טייל פון וועלכע דער גר"א האט זיך אין זיי אנגעשלאסן, און די ערשטע מיטגלידער פון חסידות האבן געהאט אויסצושטיין גאר שטארקע רדיפות.

די הויפט טענות קעגן די חסידים זענען געווען דאס וואס מען האט משנה געווען אין די נוסח התפלה פון נוסח אשכנז צום נוסח אר"י, און אז די חסידים האבן מיקל געווען אין געוויסע הלכות, ווי צ.ב.ש. זמן תפלה, א.ד.ג. אויך איז געווען שטארק דאס חשד אז חסידות איז נישט מער ווי א כת מיט מאדנע געפירעכץ וואס וועט צוברענגן צו א פארצווייפלונג אין יהדות צום גלייכן ווי דער כת ש"ץ.

מיטן אנקום פון די השכלה איז די התנגדות קעגן חסידים שוואך געווארן דורך דעם וואס חסידים און מתנגדים האבן איינגעזען אז זיי האבן א געאייניגטן קאמף.

[בעאַרבעטן] ספרי יסוד פון חסידות

  • תולדות יעקב יוסף
  • מאור עינים
  • נועם אלימלך
  • ספר התניא
  • דגל מחנה אפרים
  • קדושת לוי
  • עבודת ישראל
  • באר מים חיים
  • מאור ושמש

- ביי אסאך חסידים גייען נישט די ספרים אראפ פון טיש


צדיקים האבען געזאגט: מ'דארף זיך פארזעצן (פאר'משכנ'ן) די שטריימל, צו קויפן א חסידיש ספר

[בעאַרבעטן] זעה אויך

Our "Network":

Project Gutenberg
https://gutenberg.classicistranieri.com

Encyclopaedia Britannica 1911
https://encyclopaediabritannica.classicistranieri.com

Librivox Audiobooks
https://librivox.classicistranieri.com

Linux Distributions
https://old.classicistranieri.com

Magnatune (MP3 Music)
https://magnatune.classicistranieri.com

Static Wikipedia (June 2008)
https://wikipedia.classicistranieri.com

Static Wikipedia (March 2008)
https://wikipedia2007.classicistranieri.com/mar2008/

Static Wikipedia (2007)
https://wikipedia2007.classicistranieri.com

Static Wikipedia (2006)
https://wikipedia2006.classicistranieri.com

Liber Liber
https://liberliber.classicistranieri.com

ZIM Files for Kiwix
https://zim.classicistranieri.com


Other Websites:

Bach - Goldberg Variations
https://www.goldbergvariations.org

Lazarillo de Tormes
https://www.lazarillodetormes.org

Madame Bovary
https://www.madamebovary.org

Il Fu Mattia Pascal
https://www.mattiapascal.it

The Voice in the Desert
https://www.thevoiceinthedesert.org

Confessione d'un amore fascista
https://www.amorefascista.it

Malinverno
https://www.malinverno.org

Debito formativo
https://www.debitoformativo.it

Adina Spire
https://www.adinaspire.com