מזוזה
פֿון װיקיפּעדיע
א מזוזה איז א הייליגע אביעקט ביי די יידן, דאס איז א שטיקל קלף וואס איז געשריבן אויף איר דורך א סופר 2 פרשיות: שמע מיט והיה אם שמוע (זעט די בילד), מען פיקסירט דאס ביי די העכערע זייט פון די רעכטע זייט פון טיר נאנט צום אויבערשטידל. די מצווה האבן די חז"ל ארויסגעלערנט פון די תורה: וכתבתם על מזוזות ביתך ובשעריך דברים ו' ט; י"א כ .
די ווארט "מזוזה" שטאמט פון לשון הקודש וואס מיינט די זייטן פון די טיר, אזוי ווי עס שטייט אין די תורה ביי די געשיכטע פון יציאת מצרים ולקחו מן הדם ונתנו על שתי המזוזות ועל המשקוף שמות י"ז ז .
אין מדינת ישראל זיינען ביי רוב טירן פון די הייזער און געשעפטן באפעסטיגט מיט א מזוזה - פרומע מיט פרייע ביידע גלייך. אויב מען זעט זעלדן א טיר אָן א מזוזה, איז דאס ווארשיינליך פון די רוסישע נייע באזעצערס.