Web - Amazon

We provide Linux to the World


We support WINRAR [What is this] - [Download .exe file(s) for Windows]

CLASSICISTRANIERI HOME PAGE - YOUTUBE CHANNEL
SITEMAP
Audiobooks by Valerio Di Stefano: Single Download - Complete Download [TAR] [WIM] [ZIP] [RAR] - Alphabetical Download  [TAR] [WIM] [ZIP] [RAR] - Download Instructions

Make a donation: IBAN: IT36M0708677020000000008016 - BIC/SWIFT:  ICRAITRRU60 - VALERIO DI STEFANO or
Privacy Policy Cookie Policy Terms and Conditions
ליובאוויטש – װיקיפּעדיע

ליובאוויטש

פֿון װיקיפּעדיע

אכטונג: יעדע ארטיקל פון וויקיפעדיע ווערט געשריבן נייטראל.
נישט מישן קיין פערזענליכע מיינונגען! אויב באמערקט איר נישט ריכטיגע שפראך אדער פאקטן, פילט אחריות דאס צו ענדערן.

דער בעל התניא, - דער ערשטער ליובאוויטשע רבי.
דער בעל התניא, - דער ערשטער ליובאוויטשע רבי.

ליובאוויטש חסידים שטאמן פון רוסלאנד, זיי ווערן אנגערופן חב"ד, וואס איז ראשי תיבות ח'כמה ב'ינה וד'עת, א טערמין פון תניא.

אינהאַלט

[בעאַרבעטן] חסידות

חב"ד חסידים שטאמן פון רוסלאַנד, די חסידות איז נתייסד געווארן דורך ר' שניאור זלמן מליאדי, דער פערפאסער פון ספר התניא, באקאנט ביי ליובאוויטשער חסידים אלץ "דער אלטער רבי". זיי לערנען תורת חסידות חב"ד וואס איז געשריבן און געזאגט געווארן דורכן בעל התניא און זיינע נאכפארלגער די אדמו"רים פון ליובאוויטש. זיי האבן שטארקע אמונה אין דער אויבערשטער און אין א רבי. און קאכן זיך אין לערנען און מאכען וואס מער שיעורי תורה איבער דער גאנצער וועלט סיי שיעורים אין דעם טייל פון תורה וואס רופט זיך אן "נגלה דתורה" (דאס הייסט, תנ"ך און ש"ס, און דאס גלייך), און סיי שיעורים אין דעם אנדערן טייל - "נסתר דתורה" (דאס הייסט, קבלה און חסידות), ספעציעל ווי עס ווערט ערקלערט אין דעם ספר תניא און אנדערע ספרים פון זייערע אדמו"רים.

[בעאַרבעטן] חבד שליח

טויזנטע פון די "חב"ד שלוחים" חב"ד אין א בילד לעבן דעם צענטעראל ליובאוויטשער שול אין ברוקלין
טויזנטע פון די "חב"ד שלוחים" חב"ד אין א בילד לעבן דעם צענטעראל ליובאוויטשער שול אין ברוקלין

א שליח איז א נאמען פון א ליובאוויטשער חסיד וואס פארט ארויס צו לעבן אין א פרעמדע שטאט, צוליב פארשפרייטען יידישקייט צווישען די איינוווינערס. די שלוחים ווערן געשיקט דורך דער ליובאוויטשער רבי. היינטיקע טעג איז פאראן ארום 4000 שלוחים אין גאנץ וועלט, אין יעדער פארשטיפטע ווינקעל אין דער וועלט ווי עס געפונען זיך אידען.

צווישען די לענדער, זיינען די שלוחים אין רוסלאנד און די אמאליקע קאמאנסיטישע לענדער זייער מפורסם, און אויך די שלוחים אין פראנקרייך.

די שלוחים זיינען מוסר נפש אויף זייער ארבעט, און אין א סאך ערטער זיי האבן נישט קיין מילך (חלב ישראל) פאר זייערע קינדער. איין מאל א יאר, ארום ר"ח כסליו צייט, קלייבן זיך צוזאמען אלע שלוחים פאר א "כנוס השלוחים", און ארום כ"ב שבט (די יאָרצייט פון די ליובאוויטשער רבי רעבעצין) - קלייבן זיך צוזאמען אלע שלוחות.

  • אלע שלוחים אין וועלט
  • א גוטער בלאג, אוואו איר קענט זיך אנשליסן דינען שליחות [1]
  • בילדער פון אלע שלוחים. שלוחים אלבוים

[בעאַרבעטן] 770 בית חיינו

770 איסטערן פארקוועי אין קרוין הייטס איז געווען ר' מנחם מענדל שניאורסאהןס הויז. זיי רופן דעם אדרעס בית חיינו, ווייל פון דארטן זענען זיי יונק, און די מאדעלן ווערן געבויט איבעראל אין זייער צענטערן.

[בעאַרבעטן] חבד הייזער

א "חב"ד הויז" מיינט א פלאץ וואו עס וואוינט דארט א חב"ד שליח וועלכע פירט אהן מיט א מנין, תורה שיעורים, הכנסת אורחים א.ד.ג. א חב"ד הויז איז די אדרעס פאר יעדער אידישער געברויך, בפרט ווען מ'געפינט זיך ווייט פונדערהיים.

שוין דא ארום די גאנצע וועלט איבער דריי טויזענט חבד הייזער היינט צוטאגס, וואס דאס הייסט אז עס רעדט זיך וועגן קארגע צען טויזנט פאמיליעס וואס האבן אוועקגעגבן זייער גאנצע לעבן, אויף האנדלען מיט פירן אידישע קהילות און אלגעמיינע טעטיקייטן פון הילף צו אידן אין יעדער זאך אין אידישקייט וואס זיי נויטיקן זיך, דאס זעלבע זיי טוען פארשידענע טועכצן אויף צו צוציען וואס מער אידן צו אידישקייט, און ספעציעל ארויסראטעווען זיי פון סעמילאציע.

א וויכטיקע טייל פון זייערע וועגן ווי זיי פירן זיך אין דעם "חב"ד הויז", צו האנדלען אויך מיט פרייע אידן און זיי ארויסהעלפן (וואס אינדעם זיינען זיי אנדערש פון די מערסטע פרומע קרייזן, וואס האלטן אז מען טאר נישט האבן צו טאן מיט פרייע אידן) - איז געגרינדעט אויף די געדאנקען וואס ווערן ערעקלערט אין זייערע ספרי חסידות, וואס דארטן רעדט זיך ארום א סאך אויף די הייליקייט און די נשמה פון יעדן אידן, ווי אויך די גרויסע מעלה פון "אהבת ישראל" (האבן ליב יעדן אידן).

די חסידים וואס טוען אין דעם רופן זיך "שלוחים" (געשיקטע)- דאס הייסט, אז דער רבי האט זיי געשיקט צו דעם פלאץ וואו זיי קומען, אויף צו האנדלען אין די אויבענגעזאגטע טעטיקייטן.

[בעאַרבעטן] רעכטע עקסטרימע ציונות

דער לעצטער ליובאוויטשער רבי ר' מנחם מענדל שניאורסאהן האט שטענדיק זיך געמישט אין רעגירונג פאליסי ער פלעגט שרייען שרייבן און רעדן צו און פון פאליטיקער נישט קיין חילוק צו זיי האבן אים אויסגהערט צו אויסגעלאכט. ער פלעגט שטורמעמן בשעת מלחמות אז מען זאל נישט פארהאנדעלן מיט אראבער און אז זיי פארשטייען בלויז דעם מיליטערישען פויסט. עס איז באקאנט זיין לאזונג פון אף שעל וואס האט שטענדיק געטריבן זיינע חסידים קעגן אלע שלום פאליסיס ביזן היינטיגן טאג. זיינע חסידים זענען געווען די אקטיווע קאמפיינער פאר ביבי נתניהו'ס געווינס דאס ערשטע מאל.

די אפיצעעלע פאליסי זייערער איז אייביג געווען נישט זיך צו מישן אין פאליטיק אבער זייער רעכטער נויגונג האט זיי געטריבן דאס צו ברעכן און עס האט טאקע פיל געשטערט זייערע וואולטעטיגע קירוב ארבייט פון ויפוצו.

[בעאַרבעטן] משיחיזם

דער לעצטער ליובאוויטשער רבי, כ"ק אדמו"ר ר' מנחם מענדל שניאורסאהן זצוקללה"ה , פלעגט שטענדיק צו יעדע געלעגנהייט מאנען און פאדערן פון זיינע חסידים צו טאן פעולות צו ברענגן משיח, און מחזק זיין די אמונה און ציפיה צו ביאת המשיח. ער פלעגט אפט מאל מאנען אז מען זאל טאקע מיינען אין הארצן און זיך אזוי פירן אין דער ווירקליכקייט לויט די ברכה פון שמונה עשרה "את צמח דוד עבדך מהרה תצמיח...כי לישועתך קיווינו כל היום". אויך האט ער איינגעפירט מען זאל לערנען אין רמב"ם די הלכות פון גאולה און ימות המשיח, און פיל פון זיינע שיחות זענען געווען איבער דעם טעמע.

שוין פון די ערשטע יארן פון זיין אדמו"רות פלעגט דער ליובאוויטשער רבי זאגן אז דער דור איז דער לעצטער דור פון גלות. אין יאר ה'תשנ"א האט דער ליובאוויטשער רבי אויסגערופן אז מען דארף לאזן וויסן אלע אידן אז זיין שווער (דער פריער'דיקער ליובאוויטשער רבי, רבי יוסף יצחק שניאורסאן) האט שוין געזאגט אלס א נביא: "ענווים, הגיע זמן גאולתכם"

צוליב דעם און צוליב זיין אָפטע רייד וועגן משיח האבן רוב פון זיינע חסידים אנגענומען אין זיין לעבן אז ער איז געווען דער פאסיקסטער פון דעם גאנצן דור צו זיין דער משיח. זיי פלעגן אנווייזן אז ער שטימט צו זיין משיח לויט די כללים פון רמב"ם, ספעציעל לויט'ן כלל אז משיח וועט מחזיר בתשובה זיין פיל אידן צום דרך התורה. אויך פלעגן זיי אנווייזן אויף דאס וואס ער האט גערופן זיין שווער "נשיא דורנו" כאטש ער האט שוין נישט געלעבט. די חסידים האבן דאס אויסגעטייטשט, אז כאטש ער אליין רעדט טאקע אויף זיין שווער, אבער די זאכן וואס ער זאגט שטימען און ווערן צו אים אליין.

נאך זיין הסתלקות האבן א טייל פון זיינע חסידים אויפגעהערט צו זאגן אז ער איז משיח, און האבן אויסגעטייטשט אז כאטש ער האט וואלט געקענט זיין משיח לויט די כללים פון רמב"ם און איז געווען אין דער ריכטיגע מדריגה, איז אבער דער דור נישט ראוי געווען דערצו (סיידן אויב עס וועט זיין צו אים "תחיית המתים" נאך פאר משיח'ס קומען (ווי עס שטייט אין גמרא וועגן געוויסע צדיקים), וועט ער קענען ווערן צוריק דער "משיח").

אבער א טייל חסידים (ספעציעל פון די יונגע) גלויבן נאך ווייטער אז ער איז משיח, און אז זיין הסתלקות איז נאר געווען אן אויג פארבלענדעניש, אדער אן איינרעדעניש פון מענטשן, און ער געפינט זיך נאך אויף דער וועלט בגוף גשמי, און וועט זיך איין טאג אנטפלעקן אויף אויסצולייזן די אידן. די דאזיגע ווערן אנגערופן "משיחיסטן".

עס זיינען דא אין חב"ד ארגעניזאציעס, ווי אויך "חב"ד שלוחים" אדער רבנים און ראשי ישיבות וואס האלטן אין איין מלחמה מיט די פאר די וואס זאגן אז דער רבי לעבט נאך, אדער אנדערע חלומות.

פילע ארטאדאקסישע זענען שטארק אנטקעגן דעם געדאנק פון גלייבן אין א געשטארבענעם אלץ משיח. און זאגען אז ס'איז פארבאטן לויט די תורה (דוד בערגער, 2001). אנדערע האלטן אבער אז עס איז נישט בניגוד צו די יסודות פון דעם אידישן דת (חיים דלפין, 2002). פראפעסער אביעזר ראוויצקי, הויפט פון דער אפטיילונג פון אידישע פילאזאפיע אין היברו אוניווערסיטעט און אן ארטאדאקסישער איד, האט געזאגט, "דער תורה פארבאט נישט צו זיין נאריש."

[בעאַרבעטן] קירוב; ויפוצו און מבצעים

צווי חב"ד'סקערס לייגן תפילין מיט א פרייער איד
צווי חב"ד'סקערס לייגן תפילין מיט א פרייער איד

זיי האבן נישט ליעב ווען מען רופט אן זייערע מיסיאן "קירוב", ווייל אנדערשט ווי די ליטווישע ארגענעזאציעס ווי אש התורה און אור שמח וואס געבן זיך אפ מיט טוישן די לעבנסשטייגער פון משפחות, האלטן זיי נישט פון די סיסטעם, נאר זיי לאזן יעדן פרייער איד טאן וואס ער וויל און דאך ליבען זיי אים, און זיי שמייכלן, און טראגן אים שטענדיג אן צו טאן מצוות, ווייל א איד איז א איד נישט קיין חילוק אין וועלכער מצב, און די חיוב פון ערבות פאלט קיינמאל נישט אוועק פון פרומען איד קעגן סיי וואסארא איד.

זיי האלטן אז דאס איז די בעסטע וועג ווי צו צוציען וואס מער אידן צו אידישקייט.

רוב פון זיי ווערן אליינס רבנים דורך זיך באטייליגן אין זייער ארמיי פון חבד שליחים. אבער יעדער בחור קינד און מיידל דארף זיך באטייליגן אין די ארמיי צבאות ה' וואס מען איז מחזק אידן מיט מצוות ווי תפילין צינדן ליכט פאר שבת. און אזוי ווייטער.

די דאזיגע אקציעס שטאמט פון זייער געבורין ארט אין רוסלאנד ווי זיי האבן געקעמפט קעגן אפיקורסות און קאיניזם וואס האבן אין יענע יארן אוועק געריסן גאנצענע פרומע משפחות. נאך דער צווייטער וועלט מלחמה וואס די חסידות האט זיך איבערגעפלאנצט אין א פרייע נייע מאדערנע וועלט, האבן זיי גענומען דעם זעלבן פיבער און דאס אויסגעשפרייט איבער די גארער וועלט.

די פראבלעמען קומען אבער אויך מיט, אז זייערע פרומע קינדער וואס וואלטן ווען נישט די קירוב אויסגעקוקט ווי פיינע חסידישע איזולירטע פארמאכטע אנדערע חסידישע קרייזן, זענען זיי מער אויפגעקלערט און קענען זיך מער אויס מיט די פרייע וועלט, אבער זיי לייקענען אז זיי האבן עפעס מער דראופאוטס ווי סתם ליטווישע קרייזן וואס רעדן אויך די ענגלישע אדער סיי וואסארא גויאישער שפראך פון זייערע מדינות.

[בעאַרבעטן] א ביסל אנדערש ווי סתם חרדים

זיי האבן אסאך אייגענארטיגקייטן וואס טוט זיי אפטיילן פון אלגעמיינע חרדים. דער הויפט ראלע איז דעם אז פון איין זייט פירן זיי זיך מאדערן ווי די ליטוואקעס, רעדענדיג אויך ענגליש און גייענדיג אנגעטאן ווי זיי (כדי זיי זאלן קענען האנדלען מיט פרייע מענטשען), אבער פון די אנדערע זייט פלאקערן זיי ווי חסידים, וואס זיי רעדן אידיש און אין די גרויסע קהילות זייערע לערנען נישט די קינדער אין חדר "לימודי חול" ווי ענגליש און מאטעמאטיק.

  1. זיי באנוצן זיך מיט מאדערענע טעכניק, ווי למשל מאנכע פון זיי האבן אינטערנעט, ווידיאו, וועלכע ווערען גענוצט אויף גוטע מטרות, ווייטער וואס די אלגעמיינע חרדים האבן געאסערט.
  2. זיי שלאפן נישט אין די סוכה צוליב "מקיפין דבינה", די אורות וועלכע קומען אין סוכה און "לאזען" נישט אז מ'זאל דארטען שלאפען. זייער רבי האט א מאל געשריבן א ביכל אויף צו מסביר זיין פארוואס דאס איז נישט קעגן די הלכה.
  3. זיי וואשען זיך נישט קיין שלוש סעודות, נאר זענען יוצא מיט מזונות, פירות, און דברי תורה. אין יענעם ביכל איז זייער רבי מסביר אויך וועגן דעם ווי אזוי שטימט דאס מיט הלכה.

זייערע אדמו"רים זענען די בעל התניא כ"ק אדמו"ר ר' שניאור זלמן נבג"מ. זיין זון ,דער מיטעלער רבי, כ"ק אדמו"ר ר' דובער נבג"מ. דער צמח צדק, כ"ק אדמו"ר ר' מנחם מענדל נבג"מ, אן אייניקל פון די בעל התניא און אן איידעם פון די מיטעלער רבי, דער רבי מהר"ש, ר' שמואל נבג"מ א זון פון צ"צ. זיין זון דער רבי [רש"ב, כ"ק אדמו"ר ר' שלום דובער נבג"מ. זיין זון דער רבי ריי"ץ כ"ק אדמו"ר ר' יוסף יצחק נבג"מ. און זיין איידעם, דער כ"ק אדמו"ר רבי מנחם מענדל שניאורסאהן זי"ע דער לעצטער רבי פון ליובאוויטש.

[בעאַרבעטן] דערויסענדע לינקס

[בעאַרבעטן] מקורות

  • דוד בערגער, The Rebbe, the Messiah, and the Scandal of Orthodox Indifference, ליטמאן ביבליאטעק אויף אידישע ציוויליזאציע, 2001
  • חיים דלפין, Attack on Lubavitch: A Response, דזואיש ענריטשמענט פרעסס, פעברואר 2002
Our "Network":

Project Gutenberg
https://gutenberg.classicistranieri.com

Encyclopaedia Britannica 1911
https://encyclopaediabritannica.classicistranieri.com

Librivox Audiobooks
https://librivox.classicistranieri.com

Linux Distributions
https://old.classicistranieri.com

Magnatune (MP3 Music)
https://magnatune.classicistranieri.com

Static Wikipedia (June 2008)
https://wikipedia.classicistranieri.com

Static Wikipedia (March 2008)
https://wikipedia2007.classicistranieri.com/mar2008/

Static Wikipedia (2007)
https://wikipedia2007.classicistranieri.com

Static Wikipedia (2006)
https://wikipedia2006.classicistranieri.com

Liber Liber
https://liberliber.classicistranieri.com

ZIM Files for Kiwix
https://zim.classicistranieri.com


Other Websites:

Bach - Goldberg Variations
https://www.goldbergvariations.org

Lazarillo de Tormes
https://www.lazarillodetormes.org

Madame Bovary
https://www.madamebovary.org

Il Fu Mattia Pascal
https://www.mattiapascal.it

The Voice in the Desert
https://www.thevoiceinthedesert.org

Confessione d'un amore fascista
https://www.amorefascista.it

Malinverno
https://www.malinverno.org

Debito formativo
https://www.debitoformativo.it

Adina Spire
https://www.adinaspire.com