אש התורה
פֿון װיקיפּעדיע
אש התורה איז די ישיבה פאר בעלי תשובות וואס קומן איבער די וועלט צו לערנען אידישקייט. געגרינדעט און געפירט דורך דעם באגאבטען ענערגעטישער תורה פאיאנער, הרב הצדיק ר' נח וויינבערג שליט"א.
איר מולטי מיליאן דולער קאמפלעקס געפינט זיך קעגן איבער כותל המערבי, און דאס סטראטיגישע אוישטעל העלפט אויף רעקרוטען בחורים פרייע אידן פון די גאנצע וועלט וואס קומן אהין פאר טוריזם און באקענען זיך מיט דעם הארציגען אידישן חינוך מוסד און פארבלייבן שוין דארטן צו לערנען און זיך טוישן זייער לעבן לתורה ומצוות.
[בעאַרבעטן] תורה צענטער'ס איבער די וועלט
איינע פון די זאכן וואס ר' נוח האט איינגעזעהן איז די הצלחה פון חבד שלוחים ארום די וועלט, אז זיי קענען נוצן זייער געלט פון די פרייע אויף צו בויען תורה. אבער צוזענדיג די חורבן פון די משיחסטען האט ער זיך אריינגעווארפן אין געמאכט קאמפעטישאן מיט זיי עפענדיג סענטערס איבער די וועלט. (נישט זייענדיג קיין חסידות וואס גייט אין פייער פארן רבין קומט ער נישט אן צו די שפיץ הצלחה פון חבד)
[בעאַרבעטן] אש.קאם
אש התורה'ס וועב סייט, דינט ווי א מאגאזין פאר אידן דורכאויס די גאנצע וועלט זיך צו דערקוויקן מיט שיינע מאמרים אינהאלטסרייכע ארטיקלן אויף אלעס און אלעמען פון אידישקייט.
אש.קאם אין ענגליש aish
אש.קאם אין העבערעיאש אש.קא.איי.על.