קאאליציע
פֿון װיקיפּעדיע
קאאליציע איז א פארבינדונג פון עטליכע פארשידענע שטרעמוגען, אויף צו אלטן צוזאמען א געוויסע שניט.
[בעאַרבעטן] קאאליציע ביי א רעגירונג
ביי געוויסע דעמאקראטישע רעגירונג פארלאמענטן (ווי ישראל), נאך די וואלן קלייבט אויס דער פרעמיער מיניסטער עטליכע מאנדאטן פון עטליכע פאליטישע פארטייען זיי צוזאמען נעמען אלץ א קאאליציע, וואס זייער שניט זאל זיין צו אונטער האלטן דאס רעגירונג. אין די קאאליציע מוז ער צוזאמען נעמען איבער 50% מאנדאטן, כדי זאל נישט זיין רוב חברי כנסת וואס וועלן באשטימען זאל די רעגירונג אונטערגיין. און דערפאר, טיילט דער פרעמיער מיניסטער אויס די "מיניסטער שטעלעס" פאר די פּארטייען וואס זיינען אין דער קאאליציע לויט די גרויסקייט פון דער פארטיי, וו.צ.ב. א פארטיי מיט 30 מאנדאטן באקומט 5 מיניסטער שטעלעס, און א פארטיי מיט בלויז 5 מאנדאטן באקומט נאר איין מיניסטער שטעלע. נאך וואס דער פרעזידענט איז מחליט וויפל און וועלכע מיניסטער שטעלעס צו שענקען פאר א פארטיי, קען יעדע פארטיי פאר זיך אליין מחליט זיין צו וועמען שענקען די שטעלעס.
דער פירער פון די קאאליציע איז געוויינטלעך די גרעסטע פארטיי (מיט די מערגסטע מאנדאטן) פון דער קאאליציע.
אפאזיציע איז דער ווידערשטאַנד פון קאאליציע.