מציצה בפה
פֿון װיקיפּעדיע
מציצה בפה איז א גאָר אלטער מנהג ישראל, אז דער מוהל וואס מל'עט אפ דעם קליינעם קינד און ברענגט אים אריין לבריתו של אברהם אבינו, זייגט ארויס מיטן מויל דאס בלוט פונעם פרישן ווּונד ביים שניט דארטן ווי מען האט גע'מל'עט דאס קינד.
ווארשיינליך שטאטמט דער מנהג פון אן אלטער טאַבו נאך פון די גמרא'ס צייטן אז טאמער מען נעמט אוועק בלוט פון א וואונד האט דאס ווייניגער שאנסן צו ווערן אפעקטעט.
אבער זינט די רעפארמער האבן אייביג אפגעשפעט פון דעם מנהג האבן די ארטאדאקסן דאס מער פארהייליגט נאר צוליב דעם אנצוהאלטן זייער יידישקייט פאר אלע פרייזן.
אין יאר תשס"ו 2005 האט דער ניו יארק סיטי געזונטהייט ביורא ארויסגעגעבן שארפע רעקעמענדאציעס דאס צו ענדיגן צוליב דעם וואס דאקטוירים האבן פעסטגעשטעלט אז איבער 7 קינדער זײַנען געווארן אנגעשטעקט מיט א שעדליכן פארום פון "הערפּיס" קרענק וואס דער מוהל האט אריבער געפירט פון זיין נאקעטן מויל צו דעם קליינעם קינדס וואונד, און זינט גרויסע ערוואקסענע האבן די "אנטי-באדי'ס" דאס צו באקעמפן און א קליין קינד האט נאך נישט די "אנטי-באדי'ס" איז דאס טויטליך פארן קינד.
חסידישע רבנים פרובירן איצט אפצושרייען די גזירה אז די סיטי העלט דעפארטמענט זאל זיך נישט מושן און לאזן אנהאלטן דעם אור אלטן הייליגן מנהג טראץ די זיבן קרבנות ווייל זיי ווייזן אן אז טויזענטע בעיביס ווערן געמל'ט אויף דעם אופן און עס האט גארנישט פאסירט ממילא ווייזן די סטאטיסטיק'ס אז די זארגן פון די דאקטוירים זענען פאלטש באזירט.