דוד רוטנבערג
פֿון װיקיפּעדיע
ר' דוד רוטנבערג שליט"א א לובאוויטשער חסיד, א גרויסער שריפט שטעלער פאלעמיקער און חסידישער היסטאריקער, וואס האט שוין געשריבן אסאך ביכער בעיקר פאר לובאוויטשע קרייזן, ער וואונט אין כפר חב"ד אין א אלטמאדישען דערפעריש לעבן מיט קאטשקעס און בעלי חיים האדעווען זיך אין זיין הויף.
א שיינע פאר יאר האט ער געוווינט אין ניו יארק אוואו ער האט געדינט אלס זשורנאליסט אונטערן פענע נאמען "דוד ארגמן", אין דעם היינט פארשטארבענעם דעמאלטס שטארק פאפולערן צייטונג ישראל שלנו פאר יורדים ישראלים וואס וואלגערן זיך אין ניו יארק.
דערנאך איז ער געווען א רעדאַקטער אינעם וואכענטליכער העברעישער חרדישער צייטונג בקהילה, וואס זיי האבן אים אויפגעזאגט נאך יארן לאנג, ווייל זיין חרדישער וועב סייט בחדרי חרדים האט אנגעהויבן צו וווערן זייער פאפולער.
ער איז דער גרינדער און פירער פון דעם בחדרי חרדים שמועס גרופע ער שרייבט אונטערן ניק דוד10 איז זייער א רואיגער און יושר'דיגער מנהל מיט א ליבעראלע צוגאנג צו קאנטערווערסיאלע טעמע'ס דעריבער איז פארשטענדליך די סוקסעס פון בחדרי חרדים.