Web - Amazon

We provide Linux to the World


We support WINRAR [What is this] - [Download .exe file(s) for Windows]

CLASSICISTRANIERI HOME PAGE - YOUTUBE CHANNEL
SITEMAP
Audiobooks by Valerio Di Stefano: Single Download - Complete Download [TAR] [WIM] [ZIP] [RAR] - Alphabetical Download  [TAR] [WIM] [ZIP] [RAR] - Download Instructions

Make a donation: IBAN: IT36M0708677020000000008016 - BIC/SWIFT:  ICRAITRRU60 - VALERIO DI STEFANO or
Privacy Policy Cookie Policy Terms and Conditions
װיקיפּעדיע:געמיינדע/ארכיוו3 – װיקיפּעדיע

װיקיפּעדיע:געמיינדע/ארכיוו3

פֿון װיקיפּעדיע

אינהאַלט

[בעאַרבעטן] Translator wanted

My grandfather, Joshua Altman (1900-1982), was a Yiddish writer in Toronto. Although one of his novels was serialized in the local Yiddish daily, the great majority of his work, which included two other novels and a large mass of poetry and short fiction, remained unpublished at his death. I am looking for someone to translate, say, a few dozen pages of one of his novels, just so I can get some sense of it, and also to see if it's any good. (I'd be interested to hear your judgment as to its quality: how does his Yiddish compare to that of his contemporaries, what are its stylistic qualities, etc.) If it is, I might want to have more translation done. If interested, please contact me at william.deresiewicz@yale.edu

--דערשאוויץ 12:25, 8 ‫אױגוסט 2006 (UTC)

[בעאַרבעטן] אפאר נקודות פון באנוצער:אלזוז; 1. מען האט מיך געמעקט!; 2.מיין חשד; 3. געשריבן נאר דורך איינער; 4. וויקיפעדיע האט שמוציגע שפראך; 5. נייעס נאר איינמאל א טאג; 6. יענער מעקט; 7. ער פארטרייבט די חסידישער עולם; 8. נאר לאזן היידפארק ניקס אנפירן וויקיפעדיע; 9. עפענען א תורה'דיגע וויקיפעדיע.

איך האב שוין נישט איינמאל געשריבן אין וויקעפעדיע. -נישט מיט מיין יעצטיגע נייע ניק- רוב מאל האט מען עס אויסגעמעקט, כאטש עס איז געווען ווערדפולע אינפארמאציע. דירעקט נוטה צום סעקולערן זייט, אן קיין חשש פאליטיק אדער אנדערע זאכן.

איך וויל דא ארויסברענגען מיין חשד אויף די יידישע וויקעפעדיע:


עס ווערט אנגעפירט סך הכל פון איינער אליין מיט אסאך ניקס. מיינע ראיות:

רוב נייעס זענען מיטן זעלבן סטיל. עס גייט כמעט נישט דורך קיין טאג וואס ווערט נישט דערמאנט קיין סעקסואלע אנגעלענהייטן אין די נייעס. ווי אויך סאטמארע אדער וויליאמסבורגער נייעס נייעס. לויט ווי איך און אנדערע -וואס האבן מיר געזאגט- געדענקן האט זיך געדרייט אויף הייד פארק אזא געוויסע ניק וואס פלעגט זיין כסדר פארנומען נאר מיט די צוויי זאכן. מיט סאטמאר ווייל ער שטאמט פון דארט, און מיט סעקסואלע זאכן צוליב זיין דירעקטע נייגונג צום סעקולערע און ליבעראלע וועלט.


נישט אז דאס באדערט מיך, און נישט אז דאס דארף פאר איינעם באדערן. איך מיין ארויסצוברענגען די רעזולטאטן פונעם אויבנדערמאנטן:


1) די נייעס ווערט אלעס געשריבן אויף איינמאל, און דוקא פון אנהייב טאג. רוב מאל ווערט גארנישט צוגעלייגט דערצו במשך'ן טאג, א באווייז אז דער יעניגער האט זיך זיינע צייטן ווען ער איז פארנומען, און ווען ער האט צייט צו בארייכערן די יידישע וויקעפעדיע.


2) יענער מעקט ככל העולה על רוחו, און רוב מעקערייען זענען געבויעט מיט די מהלכים פון באשמיצן סאטמער, און אויפברענגען סעקסואלע שטותים.

קיינער מעקט נישט. עס איז א שקר וכזב, ברענג באווייזן אדער א לינק וועלכע בלאט מען האט געמעקט.--סאסמאן 20:14, 21 באוגוסט 2006 (UTC)


3) עס טרייבט אוועק די חסידישע עולם וואס ווילן שרייבן. און ווי עס איז שוין נישט איינמאל ארויפגעברענגט געווארן אויף הייד פארק אז דער עולם וואלט עכט הנאה געהאט צו שרייבן, נאר אזויווי יענער האט א גרויסע ווארט, -ווארשיינליך צוליב זיין גרויסע באשטייערונג צום וויקעפעדיע, טרעפענדיג דערין א וועג וויאזוי אויסצוגעבן זיינע השקפות- ווערט עס מער ווייניגער געפירט אויף זיינע מהלכים וואס לאזט נישט די חסידישע עולם זיך אויפהייבן דעם קאפ.

איך וויל דא קלאר מאכן; אין די רגע וואס וויקיפעדיע וועט אנגעפירט ווערן דורך הייד פארק ניקס, וואס האבן שוין אן אלטער היסטאריע און דער עולם ווייסט ווער זיי זענען, וועט וויקעפעדיע ווערן אויפגעבויעט אין אפאר וואכן, מעגליך אויף אזא פארנעם ווי דער העברעאישן וויקעפעדיע.

מיר געפינען זיך נישט דא דאס פלאץ! עס איז אומתורה'דיג צו קריכן אויף די הינער אויג און שרייבן יעדעס צווייטע ווארט סעקס און געשלעכט, און דערמאנען נעמען פון פריוואטע מענטשן!


איך וויל פרעגן דא מיטן גרעסטן מאס הכנעה פון די וואס פארלאנגען הכנעה, איז שייך טעכניש אזא זאך צו עפענען נאך א וויקעפעדיע? וואס זאל זיין תורהדיג אויסגעהאלטן און האבן אידישע תקנות? און אדרבה זאל מען זיך איבערצייגן ווי שנעל יענס וועט ווערן אויפגעבויעט און באארבעט אין געציילטע חדשים אסאך גרעסער ווי די יעצטיגע.

די סיבה איז פשוט, מער חסידישע אידן זענען אינטערסירט אין אידיש ווי יידישיסטן. און עס וועט עקזיסטירן אסאך מער אנפירערס וועלכע וועלן ליגן דערין מיט גאנצן אייפער, נישט אזויווי דא לויט די יעצטיגע סיטואציע מיט איין אנפירער -לויט מיין חשד.

אדרבה זאל געמאכט ווערן א שטודיע אין הייד פארק ווי אלע חסידיש-אידישע אידן דרייען זיך וואס עס וואלט זיי געברענגט צום וויקיפעדיע. עס איז נישט קיין סוד אז אויף הייד פארק איז נישט איינמאל ארויפגעברענגט געווארן אפשיי פונעם גאנצען וויקעפעדיע.

וויאזוי עס זאל נאר נישט זיין, שטעל איך פאר נאך א הצעה, אז יהיה מי שיהיה ווער עס פירט דא אן די וויקעפעדיע זאל קומען נענטער צום חסידישן עולם און זיך צונויפשרייבן מיט זיי אויף הייד פארק.

אויב נישט זעה איך נישט קיין עתיד פאר וויקעפעדיע, און אפילו אויב יא, נישט מיט חסידישע אידן! פינטל.

(מיין ארטיקל דא זאל ביטע נישט אפגעמעקט ווערן! ווייל דאס וועט -אי"ה- ברענגען א דערווייטערונג אין פולן זין פון ווארט פון יעדן חסידישן איד אריינצוקומען דא)--אלזוז 18:20, 21 באוגוסט 2006 (UTC)

דאס איז שקר וכזב קיינער האט אים נישט געמעקט.
יעדער האט א רעכט דא צושרייבן מיט וויפל ניקס ער וויל. דו קענסט דיר מאכן מער ניקס ווי אים און שרייבן מער ווי אים.
הייד פארק איז פיל מער אנגעקפיקעוועט מיט מחלוקת לשון הרע און שנאת חינם וואס מ'רייסט זיך ארום ווי קליינע קינדער אגאנצען טאג אן אויפהער. סאו דאס וואס דו האסט אמאל געטראפן אומאיידעלע שפראך, לאזט מען דיך אויסמעקן און פארבעסערן. דאס אז דו ביסט אזוי פארליבט אין היידפארק קינדערישקייטן ווייזט ווער דו ביסט.
צופרי איז אויסגעשטעלט אז מען פארציילט די נייעס. דא איז נישט קיין ראדיאו אדער טעלעוויזשאן וואס מ'דארף דיר געבן נייעס יעדע סעקונדע אין טאג. קיין איין וויקיפעדיע ווערט נישט אפדעיטעט די נייעס מער ווי איינמאל א טאג. אויב דו ווילסט דוקא נאך נייעס שטעל ארויף און קיינער וועט דאס נישט מעקן אויב עס איז רעלאווענט
עס פרייט מיך זייער צו הערן אז אידן וואס ווילן צענזורירען אנדערע פיצן זיך אפ פון דא. אבער נאכאמאל קיינער קען נישט און האט נישט און וועט נישט פארטרייבן דא קיינעם, און א קאפ וואס וויל זיך דערהייבן אנדערע צו פארשטילן האט נישטא קיין פלאץ
אלע הייד פארק ניקס שרייבן דא. זעהט באנוצער:זשובוי באנוצער:סאסאמאן, באנוצער:עפשטיין, באנוצער:באטשי. עס נישטא קיין איין הייד פארק ניק וואס שרייבט נישט אין וויקפעדיע.--סאסמאן 20:19, 21 באוגוסט 2006 (UTC)


אויף דיין תורה וויקיפעדיע קוק אריין אין היידפארק דאס איז דאך לויט דיר א תורהדיגע פלאץ איז אלזא וואס נאך ווילסטו.?--סאסמאן 20:20, 21 באוגוסט 2006 (UTC)
ביסט גערעכט לגבי דעם אז דא איז דא איינער מיט עטליכע ניקניימס, אבער אויסער דער איינעם איז דא דא נאך פיל מיטגליגערס, און רוב פון זיי פארטוהען זיך נישט מיט סאטמאר פאליטיק. לגבי מעקן ארטיקלען, קיינער מעקט דא נישט ריכטיגע אינפארמאציע, איך ווייס נישט פון ווו דו נעמסט דאס. און לגבי א תורה'דיגע וויקיפעדיע, קענסטו זיך ווענדן צו wikipedia common מיט אזא פארשלאג, און ס'איז גאנץ מעגליך זיי זאלן מסכים זיין צו עפענען אזא יידיפעדיע אדער חסידיפעדיע. אבער ביי אונדז איז דער וויקיפעדיע אָן קיין צענזורע!. מיט פארגעניגן. ►רוני◄ 19:33, 21 באוגוסט 2006 (UTC)


[בעאַרבעטן] וויקיפעדיע אפדעיטס

די נייע ווערסיע פון די וויקיפעדיע איז ווונדערבאר ווערדפול. איך האב אויפגעמערקט צוויי שיינע נייע זאכן. פון היינט דארף מען שוין נישט שרייבן וויקיזיציעס אזוי [[באבוב|באבובער]] כדי צו מאכן דאס גאנצע ווארט פאר א לינק. נאר ס'איז גענוג צו שרייבן אזוי "[[באבוב]]ער" און דאס גאנצע ווארט וועט ווערן אויטאמאטיש א לינק. אויך האבן זיי אויפגעטון ביי די אונטער-קאטעגאריעס וואס איז יעצט לייכטער באלד זען אלע געראטענע קאטעגאריעס. ►רוני◄ 00:03, 3 בספטמבר 2006 (UTC)

זיי מער מסביר ביי די קאטעגאריעס אז מען קען בעסער זעהן אלע אינטער קאטעגאריעס וואס איז דאס?--71.247.134.251 01:59, 3 בספטמבר 2006 (UTC)

[בעאַרבעטן] פשט פון די יידיש הייד פארק טשעפן דעם אידישער וויקיפעדיע ?

גענומען פון די היינטיגע נייעס:

  • הייד פארק פארום היימישע קרעטשמע ניקס באשמוצען אידישע וויקיפעדיע פארן באשרייבן פרייערהייט פון סעקסואלע אנגעלעגנהייטן. זעהן נישט פאר קיין הצלחה פאר די אידישע וויקעפעדיע, ווייל יעדער וואס שרייבט אן באצאלט איז לויט זיי משוגע און לויט זיי קען דאס נישט מצליח זיין, אבער זיי זענען מודה אז דער ענגלישער וויקיפעדיע איז זייער סוקסעספול אפילו דארטן זענען אויך אמבאצאלט די שרייבער און מ'דערלאזט אויך נישט קיין צענזור. אויך ווילן זיי שטארק באשמוצען אז דא שרייבט נאר איינער אליינס. [1]

דאס נאציישע קאנאביליזם וואס שפריצט פון יעדעס ווארט זייערער איז דאך שווער צו באגרייפן, וואס באדערט זיי אז עס וועקט אויף אזא טיפע האס? עס מוז דאך זיין עפעס מער ווי פרומקייט, עפעס מער ווי סתם אומפארגינערישקייט אדער קנאות? ווער קען דאס בשיידן?--משה 17:56, 3 בספטמבר 2006 (UTC)

פשט פון די "שנאה" ווייס איך נישט. אבער די וויקיפעדיע איז אנדערש פון פארומען וואס ביי די פארומען איז פיל מער דינאמיש, משא"כ דא, קענסטו זיך מיען און שרייבן לאנגע ארטיקלען, און קיינער וועט דיר גארנישט זאגן. כדי צו דא תורם זיין דארף מען זיין באמת אינטרעסירט אין דער צוקונפט פון א יידישע ענציקלאפעדיע, נישט מער. ►רוני◄ 18:00, 3 בספטמבר 2006 (UTC)

איך וויל מוסיף זיין אז די שנאה איז ניטש באגרעניצט צו הייד פארק דוקא איך באמערק דאס אין קטלא קניא אויכט, פון פריוואטע אי-מעיל'ס וואס איך האב אים געבעטן שוין איבער א יאר ער זאל שטעלן א לינק, צו אונז וואס ער שטעלט צו אלע כאלזן און לאנג אפגעשטארבענע סייטס. אבער בשום אופן שבעולם איז ער נישט וויליג דאס צו טאן. סא קען מען נישט זאגן אז דאס האט מיט אידישקייט ווייל קטלא קניא מאכט דאך חוזק פון אידישקייט. איז אלזא דא עפעס א פאראייניגטער סיבה צו די 2 מינע אידיש שרייבער אויפן אינטערנעט וואס זיי עסט וויקיפעדיע וואוקס. איך מיין מען זאל פרעגן שלום בערגער ווייל אין אנפאנג פלעגט ער אויך בארעדן און העצן וויקיפעדיע ער האט זיך היינט געטוישט זיין מיינונג און שרייבט שוין דא, איז דארף ער בעסער פארשטיין וואס דא גייט פאר.--משה 18:10, 3 בספטמבר 2006 (UTC)

[בעאַרבעטן] פחד פון פרייהייט פון ווארט

איין טעאריע קען זיין, איך וויל טאקע הערן וואס רוב עולם האלט צו דאס מאכט סענס. אז רוב אידישע שרייבער וואס קענען האבן די צייט און זיך ערלויבן צו אויסלערנען טייפן אידישע פאנטס אויפן קיבארד, זענען אין אלגעמיין פראפעסיאנאלע שרייבער, אין די חרדישע זשורנאלן, ווי דער בלאט און די שטערן א.א.וו., אדער אין די פרייע ווי די פארווערטס און די אלגעמיינער, דער צד השווה וואס פאראייניגט די אלע אינטערנעט יידיש שרייבער זענען אז זייער ברויט און פרנסה הענגט זיך אן אויף דעם יידישן ווארט. וויקיפעדיע שאפט עפעס א פחד ביי זיי אז יעדער שמויגער גייט זיך קענען אראפזעצן ביי א קאמפיוטער און אפשרייבן אינפארמאציע אין יידיש. דאס באדראעט זיי און פארוואנדעלט זיי אין צעיושטע חיות אונטערצוברעכן די פרייהייט פון אוסדרוק פון ווארט. אויב די טעאריע איז אמת איז דאס א שטערקערע פאדערונג צו זיך פלייסיגן מער בארייכערן און בויען אונזער וויקיפעדיע ווייל דאס ווייזט אז אפילו זיי די פארטייאישע לעקערס וואס לעבן פון שוויצן פאר די דיקטאטורן האלטן אויך אז עס איז דא קליינער ספק אז אידישער וויקיפעדיע וועט ברענגן פרייהייט צו אונזער חרדישער לעבן.--משה 18:23, 3 בספטמבר 2006 (UTC)

[בעאַרבעטן] די אויסשטעל פון וויקיפעדיע וועט נישט ארבייטן ביי פרומע

אדער קען זיין אז זיי האלטן, און אפשר מיט רעכט, אז דער אויסשטעל פון וויקיפעדיע אז יעדער איינער קען שרייבן, וועט אוטאמאטיק אין די ענדע אויסקומען אז די ליידיגייער אן קיין פרנסה און אן קיין שום טאלאנט און דעת וועלן זיין די רוב שרייבער, ווייל חרדישע אידן אנדערשט ווי גוים האבן אסאך קינדער וואס מאכט זיי זיין פארנומען און פארפלאגט על המחיה ועל הכלכלה נישט האבן קיין איין איבעריגע מינוט צו שרייבן פאר פריי אן קיין אפצאל. קומט דאך אויס אז דער אידישער שפראך וויקיפעדיע וועט זיין פארקערט ווי אלע שפראכן וויקיפעדיע. ווייל די נארמאלע יחידים וועלן קיינאמל נישט גארנישט שרייבן דא. כאטשיג וואס ביי אלע שפראכן וויקיפעדיע'ס איז דער כלל אמת, איז דאס אבער מער פרפארציאנאל ביי חרדים ווייל א גוי, אפילו ער איז פארנומען דארף דער דאך ווייניגער פרנסה ווי דער איד. נאכדערצו א גאר פרומער וואס לערנט יעדן טאג א שיעור תורה בלייבט אים גארנישט איבער צום וויקיפעדיע--משה 18:47, 3 בספטמבר 2006 (UTC)

  • איך מיין אז דו האסט א טעות מיט וואס דו זאגסט אז פרומע ברויכן מער פרנסה ווי וועלטלעכע. איך מיין אז דער אמת איז פונקט פארקערט. אויך דיינע טענות אז די ערנסטע האבן נישט קיין צייט צו דער וויקיפעדיע איז נישט ריכטיג, יעדער איינער האט א ביסל צייט צו תורם זיין, מען דארף נאר וועלן. ►רוני◄ 20:50, 3 בספטמבר 2006 (UTC)
אויף דעם לכוארה דארף מען זיי קענען בארואיגען, אז סוף כל סוף וועט זיך דאס נישט אויסשטעלן אזוי, ווייל לייידיגייער האבן אנדערע דאגות ווי אינפארמאציע דעטאבעיס, אוואדאי זענען מיר נישט אזוי קליג ווי זיי, אבער דאך האבן מיר א שאיפה צו זיין אזוי קליג ווי זיי. און מיט דער צייט וועלן זיך ארויפכאפן נארמאלע שרייבער, א שטייגער ווי באנוצער:קאצקער און באנוצער:שלום בערגער וואס טראץ זייערע טענות קעגן די פרייהייט דא, האבן זיי זיך שוין באטייליגט און אויסגעפארעמט די רוח און ריכטוג דא אסאך לויט זייער באגער. געדולד און צייט וועט זיי אלע איבערעדן.--משה 19:27, 3 בספטמבר 2006 (UTC)

[בעאַרבעטן] נישט גענוג נוצבאר

פריינט, לאמיר זיך נישט נער'ן. ווי אומאנגענעם עס איז צו הערן דארף מען נישט זיין קיין גרויסער חכם דאס צו פארשטיין. אויב קען איינער ענגליש (אדער העברעאיש, וכדו,)--און רוב יידיש רעדנדע קענען כאטש נאך איין שפראך למחצה שליש ורביע--איז דערווייל אסאך בעסער און פארלעסליכער צו ליינען ביי די אנדערע וויקיפעדיע, און ווייניג פילן עס האט א מעגליכקייט צו זיין אנדערש. (צו ווייל מ'איז פארנומען מיט פרנסה, צו מען האט נישט ליב אזא אפנקייט, צו ווייל דער היימישער עולם איז נישט אזוי אויסשטודירט אין אלגעמיינע ענינים, וכו'.)

וואס מיר קענען טון איז דאס איינצוזעהן און ארבעטן ווייטער און פלייסיגער עס זאל "יא" זיין נוצבאר. עס וועט נישט העלפן זיך צו טענה'ן מיט וויקיפעדיע'ס קריטיקירער ווייל זיי וועלן נישט ווערן איבערצייגט ווילאנג דער וויקיפעדיע ווייזט נישט קיין האפענונג. דער איינציגער וועג איז דורך אויפבויען און שרייבן ארטיקלען וואס זאלן ציען יידיש "ליינער", ווייל ווילאנג עס האט נישט קיין בעסערע אויסזיכטן וועלן נאך אסאך "שרייבער" נישט קומען. --קאצקער 19:43, 3 בספטמבר 2006 (UTC)

דאס איז אויפריכטיגע ווערטער כמים קרים על נפש עייפה. איך דאנק דיך פון טיפן הארצן פאר מיך אויפלעבן, איך בין געווען זייער צובראכן פון זייער קריטיק. איצט האבן מיר שוין דעם לקח דערפון און מען דארף זיך נעמען צו די ארבייט.--משה 19:46, 3 בספטמבר 2006 (UTC)
  • קאצקער, אויב אזוי, פארוואס איז דא הונערטער פארומס און בלאגס דווקא אויף די יידישע שפראך? דערפאר זעט מיר אויס אז יודל'ס ווונדער בלייבט שטיין אויף זיין ארט. לויט ווי איך פארשטיי, איז דער גאנצער געדאנק פון "פרייהייט אויף די יידישע שפראך" איז פרעמד און צושאקט פאר די וועלט, דעריבער מוזן מיר זיין געדולדיק ביז עס וועט ווערן ביי זיי פארכאפט אלץ א שטייגער. ►רוני◄ 20:57, 3 בספטמבר 2006 (UTC)
אמת באנוצער:קאצקער איז לכוארה מודה צו די צוויי ערשטע טעמים פארוואס זיי עסט וויקיפעדיע וואוקס, ער לייגט נאר צו אז אנשטאט זיי פרובירן איבעריידן מוזן מיר אויסנוצען די צייט פאר זיי מער אויפרעגן און געווינען די מערכה דורך בארייכערן די וויקיפעדיע ביז זיי וועלן פלאצן און ווערן באזיגט. דערווייל האבן מיר זיך גארנישט מיט וואס צו גרויסען און זיי זענען די געווינער.--ברך משה 12:12, 5 בספטמבר 2006 (UTC)

[בעאַרבעטן] מיר זענען אליין שולדיג

עס איז נישט קיין קלוגשאפט צו אטאקירן די וואס זענען קעגן דעם וויקיפעדיע. עס איז נישט ווירקזאם, און עס וועט גארנישט אויפטוהן צו זיי אויפקלערן. מיר דארפן דערגיין דעם שורש פון דעם פראבלעם, און פראבירן דאס צו פארעכטן.

זייער הויפט פראבלעם איז אז דא אין דעם אידישע וויקיפעדיע איז נישט דא קיין שום צענזור, און יעדער שרייבט אויף וועלכע נושא ער וויל, און נישט אלעס איז צופאסענד פאר דעם היימישען געמיינדע. איך האלט אז זיי האבן גערעכט, און מיר זענען אומגערעכט.

מיר טראכטן כסדר פון זיך פארגלייכן צו די אנדערע וויקיפעדיעס, ווי ענגליש און העברו, אינדערצייט וואס מיר פארקוקען א וויכטיגע פונקט. אין אונזערע אויגן קוקען מיר אויף דעם אידישען וויקיפעדיע זייער איינפאך: א וויקיפעדיע אין נאך א שפראך. דאס איז אבער נישט וואר, און עס טוט נישט אפשפיגלען דעם ריאליטעט. ווען מיר וואלטן ווען געווען ריאליסטיש, און געקוקט אויף דעם ווארהייט מיט אן אביעקטיווען בליק, וואלט דער סיטואציע געווען גאר אנדערש. מיר דארפן געדענקן איין זאך: יידיש ווערט גערעדט דורך יידן. יידיש איז נישט ווי ענגליש און אנדערע שפראכן וואס באלאנגט נישט צו א רעליגעזער פאלק. ענגליש ווערט גערעדט דורך מענטשען פון כלערליי רעליגיעס, און דערפאר ענטהאלט עס נישט אין זיך קיין גרעניץ פון א געוויסער רעליגיע. העברו איז טאקע א שפראך פון אידן, אבער ווי מיר אלע ווייסען איז די רעדע פון פרייע אידן וועלכע היטן נישט די תורה וועלכע איז צו זיי געגעבן געווארן.

דער ריאליטעט איז אז יידיש ווערט גערעדט דורך יידן וואס היטן אפ די תורה, און ווילן אז דאס זאל אזוי בלייבן און אז זייערע קינדער זאלן אויך נאכפאלגן אין זייערע וועגן. ווען עס איז דא א מעדיע וואס שטערט צו אט דעם ציל, איז נישט צום ערווארטען אז זיי זאלן דאס ארומנעמען מיט ברייטע ארעמען. אויב מיר וואלטן זיך צוגעשטעלט צו די געברויכן פון דעם ציבור וועלכער איז אנגעברייט צו זיין דער אוידיענץ פון דעם יידישען וויקיפעדיע, וואלטן מיר געהאט א גרעסערען שאנס צו סוקסעס. ~(באַניצער:Beneberaq)

אין איין שורה לויט אים אידישע וויקיפעדיע נישט גענוג פרום, מוז האבן צענזור.--ברך משה 12:10, 5 בספטמבר 2006 (UTC)
מיר שרייבן דא נישט קיין כפירה נאר מען שרייבט אלע פארשידענע דעות אין יעדן ענין. אויב איר ווילט קענט איר פארשלאגן א חסידיפדיה. ►רוני◄ 13:05, 5 בספטמבר 2006 (UTC)

רוני, מאך זיך נישט פאר אזא תמים. די ווייסט גאנץ גוט אז ווען מען רעדט פון ארטיקלען וועלכע זעלכע קעגן דעם אידישען גייסט מיינט מען נישט נאר מינות און כפירה, נאר פיל מער ווי דעם, און וויל נישט אויסרעכענען וואס איך מיין אלץ, ווייל איך גלייב נישט אז עס איז נויטיג. די פארשטייסט אויך גאנץ גוט פון וואס מען רעדט. אלזא, מאך דיר נישט תמ'עוואטע.

גלויב מיר, איך האב נישט געהאלטן אז פאנאגראפישע איידעלע אינפארמאציע קען שטערן פאר אזעלכע וואס האבן אינטערנעט צוגאנג. קען זיין אז איך בין טאקע א תמים. ►רוני◄ 20:41, 5 בספטמבר 2006 (UTC)

ניין, עס שטערט נישט קיינעם אזוי שטארק די מיליאנען סייטס פול מיט פול ערגערע פארנאגראפיע ווי דער אידישע וויקיפעדיע. פארנאגראפיע אין אידיש דאס איז נאך קיינמאל נישט געווען. אויב די פארשטייסט נישט דער בראך דערפון, דאן דרייסטו דיך נישט צווישען אידען בכלל. קען זיין די רעדסט אידיש, אבער קיין איד ביסטו נישט.

זיי נישט מגזים, דא רעדט זיך פון בלויז אינפארמאציע, אויך די ביכער פאר חתנים איז מיט האט די אינפארמאציע. ►רוני◄ 20:48, 5 בספטמבר 2006 (UTC)

[בעאַרבעטן] אלעס צוליב א הייד פארק שרייבער

מיינע טייערע פריינד! יעצט נאכן זיך נישט שפירן באדראעט אויב איך לאז זיך נישט דא הערן, און זיך פעסט אקעגנשטעלן קעגן מיינע אטאקירער, שפיר איך זיך דירעקט פריי זיך צו לאזן הערן דא, ווי די באדייט פון וויקעפעדיע "פרייהייט פון אויסדרוק".

מיר דארפן נאכגיין אביסל די היסטאריע פון הייד פארק כדי צו פארשטיין וואס איך מיין ארויסצוברענגען.

הייד פארק שרייבער באשטייען ס'רוב פונעם חסידישן עולם -וגם אני בתוכם- וואס האבן "נישט" קיין פראבלעם מיט אומצענזור, זיי קרוכן ארום אין גענוג אין נאך פלעצער אויפן אינטערנעט, וביניהם אין אנדערע וויקעפעדיע'ס וואס זיי באטייליגן זיך דארט מיטן שענסטן. ווען זיי זעהן א אומתורהדיג אויסגעהאלטן ארטיקל פארמאכן זיי דאס בלעטל און לויפן ווייטער. זיי האבן אבער א פראבלעם וואס זיי מיינען אז וויקעפעדיע ווערט דירעקטירט דורך איינעם א ניק אויף הייד פארק מיטן נאמען "אבישי" וואס ווי ער אליין שרייבט האט ער דארט אויף הייד פארק און אויך דא אויף וויקעפעדיע אסאך ניקס!. וואס איז דער פראבלעם מיט דעם אבישי? פארוואס באדערט עס פארן חסידישן עולם אויב ער דירעקטירט עס? און פארוואס מיינען זיי באמת אז ער דירעקטירט עס?

אבישי האט א לאנגע היסטאריע פון באשמוצען סאטמאר און אנדערע חסידישע הויפן, און זייער אסאך זאכן וואס זענען הייליג ביי זיי. אין די ענדע פון די שבעה פון הרב גרשון יעקאבסאן האט ער געשריבן אן ארטיקל אין דער אלגעמיינער זשורנאל (די ארטיקל האט ער געשריבן קודם אין זיין בלאג און עס דערנאך קאפירט אינעם אלגעמיינעם מיטן פען נאמען "אבי ריינער") ווי ער לייגט אראפ סאטמאר אלס א טעראר גרופע וועלכע לאזן זיך נישט אויפהייבן די קעפ און זיי זענען גאר שטארק מצוצמצם. ער פלעגט אנפירן א בלאג מיטן נאמען "דער אידישער וועלט" ווי ער האט טעגליך געגאסן עמערס מיט שמוץ קעגן חסידישע אידן בכלל און סאטמאר בפרט. ווי אויך האט ער אין זיין פארום אויף הייד פארק מיטן נאמען וואס ער האט געטוישט צו "וויקי נייעס" נאכדעם וואס ער האט געפלאנט אהינצוברענגען אלע וויקיפידיע נייעס, באשמוצט סאטמאר און חסידישע אידן, וואס טייל פון די אשכולות לעבן נאך טיילווייז. אבער מערסטנס איז שוין אויסגעמעקט.

ווי אויך נאכדעם וואס ער האט געעפענט זיין פארום "עצור כאן חושבים" אין אידיש, האט דאס נישט צוגעצויגן צו זיך קיין איין חסידישע שרייבער צוליב מורא אז אויך דא איז זיין פלאן אינטער א שלייער פון פרייהייט פון ווארט צו באשמוצען און באזונגען. אינדערצייט וואס אין דער אנדערע לערנען פארום אויף הייד פארק מיטן נאמען "שיעור עיון" האבן זיך פלאצירט פילע חסידישע שרייבער מיט היסטאריע פון שרייבן אין חסידישע פארומס.

הפנים די הייד פארק שרייבער האבן א שנאה צו אים -און מיט רעכט- פארן כסדר זיין פארנומען זיי צו באשמוצען.

איין שיינעם טאג אין די הייסע צייטן פון זיין פארום "דער אידישע וועלט" (-היינט וויקינייעס) מעלד ער אז ער ציט זיך אריבער מיט זיינע אלע באשרייבאכצער אין די אידישע וויקעפעדיע!

דאן איז די אידישע וויקעפעדיע געשטאנען אסאך אסאך שוואכער ווי היינט, עס האט געהאט גאר ווייניג ארטיקלען, און אפילו וואס עס האט יא געהאט איז געווען מאגער און דאר. ווידער אזויווי די אלע פריערדיגע מאל האט יעדער חושד געווען אז אויך דא האט ער די מאטיוון פון באשמוצען און באזונגען חסידישע אידן. און... אין די נאכאנאנדע וואכן וואס ער האט זיך דא פלאצירט האבן אנגעהויבן ארויפשווימען פרישע ארטיקלען פון סאטמאר, חסידות, מחלוקת, סעקס, און אסאך אזאלכע וואס אין זיי איז שייך צו באשרייבן די שוואכקייטן פון חסידישע אידן.

ווי קאמיש איז געווען אז ער אליין איז געשטאנען און כסדר געעפענט אשכולות אויף הייד פארק מיט אן אינוויטאציע זיך צו באטייליגן אינעם וויקעפעדיע, א זאך וואס ער טוט נאך היינט. און ווען מען האט זיך קעגנגעשטעלט האט ער ווידער געטראפן א געלעגנהייט ארויסצוברענגען די כלומרשטע קעגנערשאפט פון חסידים צו פרייהייט פון ווארט.

די אלע פאקטן, אין שפיץ פון דעם וואס ער אליין שטייט כסדר און רופט מענטשן צו שרייבן אויף וויקעפעדיע (וואס מען טייטשט אויס אז ער זעט דערין נאך א געלעגנהייט צו באשמיצן), ווערט אויסגעטייטשט ביי רוב הייד פארק שרייבער אז אויך אונטער דעם וויקעפעדיע שטייט דער באקאנטער אבישי מיט פילע צענדליגער ניקס, אזויווי זיין סדר פלעגט זיין אין זיין הייד פארק פארום, און ער פלעגט דאס נישט באהאלטן נאר אפען ארויסשרייבן. דעריבער אויב איז וויקעפעדיע א זאך וואס ווערט דירעקטירט דורך איינעם וואס באשמוצט אונז כסדר, פארוואס זאלן מיר אפילו קלערן פון אהער קומען?

עד כאן די פשוטע פאקטן וואס האט פאר מיר און אנדערע חברים אויף הייד פארק געשטערט מיט דעם וויקעפעדיע אז מיר האבן זיך כסדר קעגנגעשטעלט קעגן דעם.

אבער היות איך בין געוואויר געווארן אז וויקעפעדיע ווערט געפירט דורך געטרייע מנהלים, גראדע נישט פונעם חסידישען קרייז, וואס האבן נישט קיין שום ציל צו באשמיצן קיינעם, נאר בלויז צו סערווירן א פרייהייט פון ווארט אויפן גאלדענעם טאץ. און כאטש אבישי מיט זיינע צענדליגע ניקס (וואס ווי דערמאנט איז ער דאס כסדר מודה אויף הייד פארק) האט אויך דא א היפשע ווארט, איז דאס אבער פארט נישט זיינס. און מיר קענען זיך רואיגערהייט אויפהייבן דעם קאפ און שרייבן איבער אלעס און אלעמען אן קיין צענזור, און עס מוז נישט באשמוצען קיינעם. דעריבער שפיר איך שוין פאר א זכיה אויפצולעבן און אויפצוארבעטן די וויקעפעדיע אויף אזא אופן אז עס זאל קיינעם נישט באשמיצען. ווייל אויך איך, און אויך יעדער האט די רעכט עס צו דירעקטירן! עס געהערט נישט פאר איינעם אליינס! און איך רוף אלע מיינע חברים אהערצוקומען און ציטירן קריטיק פון הייד פארק כדי צו זען וואס נאך מען קען פארבעסערן און באארבעטן וויקעפעדיע אויפן שענסן פארנעם, כדי זיכער צו מאכן אז איר אלע שפירט זיך דא באקוועם. ווייל נישט דאס פרייהייט פון ווארט שטערט אונז, חס מלהזכיר.

ווען איך האב זיך פראבירט אויפצוהייבן דעם קאפ דא און אויפארבעטן אנדערע ארטיקלן וואס איז שיין און נייטראל געשריבן געווארן, ווי אויך ווען איך האב אראפגעברענגט הייד פארק קריטיק קעגן וויקעפעדיע וואס אין יענעם אשכול טענהט מען זיך היפש ארום מיט אבישי מיט זיין ניק "וויליבוי" בין איך דא טאקע גאר שטרענג פארשריגן געווארן פארן זיך הייבן די קאפ. אבער די געטרייע מנהלים דא האבן אויפגעמערקט אז גענוג איז גענוג, וויקעפעדיע איז אונזער, עס איז יעדעמס! ווילאנג עס גייט מיט די געזעצן פון וויקעפעדיע מעג זיך יעדער אויפהייבן דעם קאפ, אפגעזען צו ער איז קעגן חסידישע אידן צו נישט.

איך זעה דערין א קלארע אנדייטונג אז די מנהלים לאדענען אונז איין פערזענליך צו שרייבן און האבן די זעלבע דין ווי יעדעם דא -אריינגערעכנט אפילט די מנהלים אליינס- אן קיין ראסיזם ח"ו.

איך האף אז איך האב קיינעם ח"ו נישט וויי געטון מיט מיינע שורות, אבער אזויווי מען האט עס דירעקט פארלאנגט פון מיר, און אזויווי עס איז וויכטיג צו קוקען דעם אמת אין פנים אריין און זיך נישט לאזן נערן, כדי צו קענען פארבעסערן אויפן צוקונפט, האב איך געשריבן דעם ריינעם אמת וואס יעדע הייד פארק שרייבער וועט מודה זיין דערצו, טייל אפען און טייל צווישן די שורות (באנוצער:אלזוז) (אנטשולדיגט איך האב פארגעסן אינטערצושרייבן, איך בין עס)--אלזוז 13:46, 5 בספטמבר 2006 (UTC)

איך צייכן דא צו א הייד פארק לינק וואס מען זאל זיך איבערצייגן אין די קראנטקייט פון מיינע ווערטער, אין די אפענע ווערטער, און צווישן די שורות קען מען פונטקליך זען על מה יצא הקצף און אויף וועם מען האט דא תערומות וועגן די וויקעפעדיע. איר וועט דא קענען זען א גענויע טיפישע עקזעמפאל פון מיינע ווערטער אויבן. ווי ער קומט אין ליידנט איין דעם עולם, און דערנאך ווערן זיי באשמוצט אלס חסידישע צוגעמאכטע קעפ, און דערנאך זאגט דער עולם גענוי וואס עס באדערט זיי מיט די וויקעפעדיע. [2] אדער געב איך דא א צווייטע לינק [3] וואס ער שטעלט זיך אן ווי ער קומט איינלאדענען דעם עולם, און דערנאך ווען מען וויל נישט קומען טרעפט ער ווידער א געלעגנהייט צו באשמיצען די חסידישע אידן אלס די וואס ציטערן פון פרייהייט פון ווארט.--אלזוז 13:51, 5 בספטמבר 2006 (UTC)


מיין פארשלאג:

איך שלאג פאר א עצה וואס ענהאלט דריי שטיגן, און דערנאך וועט לדעתי וויקעפעדיע בליען ווי קיינמאל בעפאר!

1) מער נישט דערלאזן אזא זאך אז מען זאל אטאקירן אנדערע מיט שמוציגע לאזונגען און פארשידענע אוסריידן, ווען דער אמת איז אז די איינציגע סיבה איז ווייל יענער איז חסידיש און פרום. וויאזוי גענוי אויסצוארבעטן דעם געזעץ ווייס איך נישט. אבער נישט יעדער האט כח זיך צו באשיצען אזויווי איך האב געטוהן נעכטן אגאנצן טאג צו איטליכער מינוט וואס איך בין אטאקירט געווארן מיט מיאוסע לשונות של גנאי. און אז אויב דער וואס אטאקירט האט א אויבערהאנט טרייבט דאס אוועק דער שוואכלינג וואס האט נישט קיין געדולד זיך צו שלאגן ווי א נער. 2) רופען פערזענליך הייד פארק ניקס "אין תיבה אישית" און זיי מודיע זיין אז אדרבה זיי זאלן דא שרייבן פילע נארמאלע און סעקולערע ענינים און לייגן אין שאטן די אלע הודעות וואס לדעתם איז געשריבן געווארן דירעקט און אומדירעקט קעגן חסידישע אידן. 3) דערנאך ממנה זיין אלס איינע פון די מנהלים דירעקט א חסידישע איד, וואס וועט האבן א היסטאריע פון זיין קעגן צענזור, אבער שטארק חסידיש געשטימט. אזוי וועט זיין מנהלים פון אלע מינים.--אלזוז 15:03, 5 בספטמבר 2006 (UTC)

1) ביסט גערעכט, אזוי דארף מען טון, אבער צומאלן דויערט ביז מען פארשטייט וועגן וואס עס רעדט זיך. 2) איך בין נישט זיכער אז ס'איז כדאי "זיך בעטן" מען זאל דא קומען שרייבן. 3) די וויקיפעדיע דארף זיין אָן צענזור פאסעדיג פאר אלערליי באנוצערס, דאס איז איר גאנצער געדאנק. איך האלט זאלט איר פארשלאגן א נייע יידיפדיע זאל זיין רעליגיעזיש, דאס קען זיין א גוטער פלאן. ►רוני◄ 21:02, 5 בספטמבר 2006 (UTC)

[בעאַרבעטן] הייד פארק באלאנגט פאר פארטייען

זיי זענען אויסדרוקליך אויסן צו דערשטיקן יעדעס פרייען ווארט, ווייל דאס אז מען פארשעמט און באוואשט א מענטש פון די קעגענארטיגע פארטיי דאס גייט זיי נישט אן, נאר ווען מען באשמוצט א מענטש פון זייער פארטיי, דאס שטערט זיי. דא אין וויקיפעדיע איז א פאראייניגונג פון אלע פארטייען. און יעדער איינער מעג באשרייבן פובליק פיגור'ן דאס שטערט זיי. נישט עפעס אנדערשט. זיי זענען פארטייאישע דעמאגאגען וואס ווילן פארוואשן די מוחות צו האקן נאר ויף זייערע שונאים און פארווישן די עוולות פון זייערע פירער. מיר ברויכן יזך נישט שרעקן פאר הייד פארק. נאר אנגיין מיט אונזער ארבייט פון א פרייער אינפארמאציע אויסטויש אן קיין צענזור.--Zali 09:39, 5 אקטאבער 2006 (UTC)

[בעאַרבעטן] פראבלעם אין די "אקטועלע ארטיקלען" קעסטל

סאיז נישטא דא קיין רעדן בלאט,מוז איך דאס שרייבן דא. ביטע אויסמעקן נאכן פארעכטן, איך דארף צווי מאל דרוקן אויף יעדע ווארט אריינגיין אויף אלע לינקס אין דעם קעסטל, איך האב פייערפאקס בראוזער ביטע פארעכטן ווייל זייער אסאך באנוצער האבן פייערפאקס און געבן אויף נאך איינמאל פריווען אריינצוגיין.

[בעאַרבעטן] מער אינפארמאציע וועגן "די געמיינדע" דא

אנטשולדיגט אז איך פרעג דאס הויעך, אבער לא הביישן למד, מיין שאלה איז, צו איז דא ערגעץ א סטאטיסטיק בלעטל ווי מען קען זעהן פונקטליך וויפיל באנוצער האבען זיך איינגעשריבן דא אינעם אידישען וויקיפעדיע, ווער זיי זענען, ווי אקטיוו זענען זיי, ווען זיי האבען געשריבן לעצט, וכדומה. מיט דאנק --גרשוני 20:02, 6 בספטמבר 2006 (UTC)

מען דארף אנמערקן אז ביי די באנוצער סטאטיסטיקס קען מען נישט זוכן מיט יידישע אותיות, נאר מען דארף זוכן מיט די HTML encoded כאראקטערס. פאר "גרשוני" וועט דאס זיין %D7%92%D7%A8%D7%A9%D7%95%D7%A0%D7%99. (דאס קען מען זען אין דעם אדרעס פון באנוצער בלאט.)

אויך קענסטו ניצן א דירעקטער לינק פאר א ספעציעלע באנוצער: דא איז פאר גרשוני --קאצקער 21:44, 6 בספטמבר 2006 (UTC)


[בעאַרבעטן] "איד" אדער "ייד"

א געוויסע נייע באנוצער האט געטוישט א גאנצע ריי ארטיקלען פון "איד" אויף "ייד", "אידישער" אויף "יידישער", וכדו'. מיין מיינונג איז אז דאס איז נישט ריכטיג. עס זעהט אויס צו זיין אנגענומען אלץ א סטאנדארד צו נוצען "איד", "אידישקייט" ווען מען רעדט פון "אידישע זאכן", און "יידיש", "יידישע" ווען מ'רעדט פון דעם יידישן שפראך. איך האלט מען זאל זיך דא האלטן צו דעם כלל.

פאר איך טויש צוריק וויל איך מען זאל עס דא דורכשמועסן און קומען צו אן החלטה. ביטע שטעלן א מיינונג. --קאצקער 07:16, 8 סעפטעמבער 2006 (UTC)

פון וואנט נעמסטו דער כלל אז ייד געהערט צום שפראך און איד צו מענטשן? לדעתי איז ריכטיגער איד אדער יוד, אבער וויבאלד היינט זאגט מען מער נישט יוד איז ריכטיגער שרייבן איד. אבער וואס זאל מען טון אז די ייווא האבן מחליט געווען אז מען זאגט ייד, וועגן דעם קען מען לכאורה שרייבן ביידע ווערסיעס ביז מיר וועלן דא ארגאניזירן א "ראבאט" זאל טוישן אלע צוזאמען צו איין פארמאט. ►רוני◄ 08:08, 8 סעפטעמבער 2006 (UTC)

מען האלט זיך דא צו די ייווא סטאנדארטן אדער נישט? מען קען נישט טאנצן אויף אלע חתונות. --Beneberaq 08:20, 8 סעפטעמבער 2006 (UTC)

נארמאל האלט מען זיך. אבער עס איז אינטרעסאנט צו הערן וואס ייווא זאגן וועגן איד און ייד. ווייל קאצקער טענה'עט אז ס'ווענדט זיך צו מען רעדט וועגן די שפראך אדער וועגן יידישקייט. ווייס איינער זיכער? ►רוני◄ 08:25, 8 סעפטעמבער 2006 (UTC)

איך מיין אז עס איז אבי גערעדט. --Beneberaq 08:27, 8 סעפטעמבער 2006 (UTC)

אלנפאלס, ביטע נישט סתם טוישן יעדן ארטיקל פאר מען טרעפט א קאנצענזוס. --קאצקער 15:31, 8 סעפטעמבער 2006 (UTC)
עס גייט מיך נישט די חילוק, אבער רוב אידיש שרייבער שרייבן איד נישט ייד. אויך אז דער באנוצער וואס האט דאס ארויפגעברענגט שרייבט זיך נישט אונטער ביי זייער אסאך פון זיינע הודעות אויף די רעדן בלעטער ווייזט דאס אז זיינע מאטיווען אין דעם נישט קיין גרויסן נפקא מינה'דיגער חילוק איז סתם צו מוטשען. דעריבער זאל מען זאל זיך נישט לאזן פון אים פארדרייען א קאפ. און צוריקדרייען אלעס אויף איד און אידיש.--חיים ליבערמאן 15:40, 8 סעפטעמבער 2006 (UTC)
חיים איז גערעכט דער קאצקער איז דער זעלבער ווי BENEERAK און ווארשיינלך איז דאס א פרישע נאמען נאכדעם וואס ער קען שוין נישט נוצן אלזוז פאר דעם .... רוני. נעכטן ביי די נייעס האט ער קודם געמעקט מיט איין נאמען פארוואס עדה החרדית קנאים האבן בויקאטירט די חתונה פון תולדות אברהם יצחק ווייל די סיבה איז נישט געווען אנגעגעבן גענוג קלאר אין מקור. און דערנאך האט מען צוגעשריבן סתם אזוי איבער דעם פראבלעם וואס קנאים האבן מיט ביתר. איז ער געגאאנגען מיט זיין נאמען קאצקער און צוגעשריבן איין ווארט ווייל און תיכף דערנאך שוין געקענט נאכאמאל מעקן דאס גאנצער ענין פון די בויקאטירונג טעם אלס ביתר מיט זיין אנדערע נאמן ווייל די מקור געבט דאך נישט אן. איי שטעל צוריק וויאזוי סאיז געווען פאר דיין ניק קאצקער האט צוגעלייגט די ווארט ווייל. ניין ער האט געוואלט אויסמעקן די שאנדע פון ביתר. דאס איז זייער א גוטער שפיל אויף דעם רוני. וועגן דעם האט ער דא אויפגעברענגט דעם גאנצן אומאינטערסאנטן דיון פון א מחלוקת וואס קיינעם איז נישט קיין נפקא מינה ייד אדער איד, אלעס צו ווייזן פאר רוני אז ער איז נישט קאצקער און ער זאל מאכן נאכמאל צום דריטן מאל מנהל דא. דאס הייסט די וועלט ליידט פון א תמים...--ברך משה 16:39, 8 סעפטעמבער 2006 (UTC)
חיים, דו מאכסט מיך לאכן. דו האלטסט דא אונטער דעם עולם מיט דיינע טעאריעס, עס איז א נחת. --קאצקער 17:18, 8 סעפטעמבער 2006 (UTC)
משה, איז די מצב געווען אזוי שמאל אז מען האט שוין געמוז צולייגן א נאמען "ברך"?--אלזוז 18:03, 8 סעפטעמבער 2006 (UTC)
מאכסט מיר אויך לאכן. ביסט געוואלדיג. גיי ווייטער אן, און האלט אונז אונטער, עס דערפרייט מיר דיינע טעאריעס, עס איז פשוט א געלעכטער. Beneberaq


[בעאַרבעטן] וואס איז די פראצעדור צו בלאקירן איינעם?

איך וויל וויסן וויאזוי מען בלאקירט איינעם, איך רעד פון א באנוצער וועלכע לדעתי איז א געהעריגע וואנדאל, און איך וויל וויסן צו וועם איך דארף זיך ווענדן אים צו בלאקירן, אדער צו איך קען עס אליינס טוהן. עס איז נישט נוגע יעצט פון וועם איך רעד, איך פרעג באופן כללי אויך אויפן צוקונפט, וואס איז די פראצעדור צו בלאקירן א וואנדאל?--אלזוז 15:23, 10 סעפטעמבער 2006 (UTC)

נאר סיסאפס קענען דאס טאן, און מען טוט דאס בדרך כלל נאך זיך אדורכשמועסן מיטן וואנדאל. ►רוני◄ 15:37, 10 סעפטעמבער 2006 (UTC)
איך בין חושד באנוצער משה אז ער איז א וואנדאל, וואס איז די פראצעדור וואס עס דארף אדורכגיין אז ער זאל ווערן בלאקירט? איך זאל אראפברענגען אלע בלעטער וואס ער האט שוין וואנדאליזירט? אדער וואס? לויט ווי איך פארשטיי האט מען אים נישט בלאקירט טראץ זיין וואנדאליזם צוליב זיינע שרייבונגען פאר וויקעפעדיע אינעם פארגאנגענהייט, איז דאס א בארעכטיגטע סיבה נישט צו בלאקירן א וואנדאל?--אלזוז 15:40, 10 סעפטעמבער 2006 (UTC)

געווענליך ווי לאנג איינער שמועסט מיט דיר - אפילו דורך שרייען און מעקן - אבער ער רעדט אויך וועגן דעם איז ער נישט א וואנדאל, די ענגלישע וויקיפעדיע האט א RRR RULE, דאס מיינט אז 3 מאל צוריקדרייען הייסט א וואנדאל. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 15:49, 10 סעפטעמבער 2006 (UTC)

לאמיר עס מאכן קלאר: אפילו יענער מעקט מער ווי דריי מאל, כל זמן ער געבט אן א תירוץ דערויף, אדער אפילו "ער רעדט נאר פון דעם", אפילו עס איז ממש אומפארשטענדליך, האט ער נישט קיין דין פון א וואנדאל. א וואנדאל הייסט נאר איינער וואס מעקט און ער שרייבט גארנישט צו צו זיין מעקן. בין איך ריכטיג צו נישט?--אלזוז 15:53, 10 סעפטעמבער 2006 (UTC)

[בעאַרבעטן] איז געזעצליך צו האבן דא צוויי ניקס?

און וואס פאסירט אויב איך איבערצייג אז איינער האט דא צוויי ניקס? ווערט יענער באלקירט?--אלזוז 15:42, 10 סעפטעמבער 2006 (UTC)

מען מעג האבן מיליאן און איין ניקס. אבער אויב נוצט מען דאס צו וואלן אדער צו פארדייטיקן זיך אן אנגעבן קלאר אז מען איז דער זעלבער מענטש איז מען א פארברעכער און מען ווערט בלאקירט מיט דעם געדאפלטן נאמען נאך אן אינוועסטיגאציע פון די סיסאפס וואס יעדער באשטייט אז זיי זענען יושר--דירעקטאר 15:50, 10 סעפטעמבער 2006 (UTC).
אין אלגעמיין אויב נישט אויף צו שטימען מער ווי איינמאל איז עס געזעצליך, אויך א סיסאפ מעג נישט זיין מער ווי איינמאל, קוק דא. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 15:53, 10 סעפטעמבער 2006 (UTC)
יישר כח!--אלזוז 15:59, 10 סעפטעמבער 2006 (UTC)
בי אזעלכע וואס האבן עטליכע נעמען איז דאס זיי גורם צו שפעטער חושד זיין אז אלע האבן דא עטליכע נעמען. ►רוני◄ 16:05, 10 סעפטעמבער 2006 (UTC)

דו רעדסט פסיכלאגיש? אויב יא ביסטו גערעכט, ווייל קוק אין מיין רעדן בלאט ווי איך ווער אטאקירט דורך איינעם וואס איך בין 100 פראצענט זיכער אז ער האט עטליסט 10 נעמען, (כאטש עס וועט מיר נעמען אסאך צייט דאס גענוי אויפצואווייזן), אז איך בין גאר דער מיט אסאך ניקס. ער מאכט זיך באקאנט מיט אזאלכע געלעכטער טעאריעס אז עס קומט פשוט צו וויינען פאר געלעכטער--אלזוז 16:09, 10 סעפטעמבער 2006 (UTC)

רוני, איך האב אנגעהויבן צו מאכן עקסטערע נעמען, ביז איך בין געווארן איבערצייגט אז קאצקער און שמאלץ זענען די זעלבע. דער סיבה איז טאקע דייקא דאס אז איך געזען אז די חברה פלאנען דא צו פארוואנדען ווי א הייד פארק קינדערגארטען וואס אלע הודעות דארטן זענען פון דעם זעלבן שרייבער מיט מילינע ניקס. האב איך מיך אפגעלאזט פון מיין תמימותדיגע מנהג צו שרייבן אלעס מיט יודל. פאר דיר מיך צו באשולדיגן אין דעם איז פרעך ווייל איך האב מיך מיט דיר דורכגעשמועסט גאנץ אין אנפאנג און געזאגט אז איך גיי דאס טאן. איך האב דאס נאך קיינמאל נישט געלייקענט. איך האלט אז פאר די הייד פארק שרייבער מוז מען גיין זייער וועג ענטפערן א צאן אוף א צאן. מאויבי תחכמינו. די נידערטרעכטיגע טעראריסטן וועלן זיך פאר קיין זאך נישט אפשטעלן אונז אונטערצוברענגן מיר מוזן צוריקענטפערן לויט זייער געווער כדי צו זיך צו באשיצן.--דירעקטאר 16:14, 10 סעפטעמבער 2006 (UTC)

[בעאַרבעטן] א באנוצער וועלכע האט דא זייער אסאך ניקס

אין לויף פון מיין אנוועזנהייט דא אין וויקעפעדיע האט זיך איין באנוצער פארלייגט אויף מיר, לאמיר נישט אריינגיין אינעם נושא צו ער איז גערעכט צו נישט, אבער עס איז ביי קיינעם נישט קיין ספק אז דער האט דא אסאך ניקס. און אלע וויילע טוישט ער זיין ניק זיך צו טענהן מיט מיר, ער וויל עס מאכן אויסזען כאילו גאנץ וויקעפעדיע האלט ווי אים, און אזוי ארום איבערנעמען קאנטראל אויף וויקעפעדיע השם ישמרנו. אויך איז קאמיש אז ער באנוצט זיך אסאך מיט גאר באקאנטע הייד פארק נעמען כדי צו מאכן אויסזען כאילו די גרויסע באקאנטע אידישע שרייבערס זענען אלע ביי איין דעה מיט אים דא אויף וויקעפעדיע.

די גרעסטע באווייז איז אז אלעמאל קומט ער מיט כמעט די זעלבע טענות, און ווען ער קומט אן מיט א צווייטע ניק הערט מען שוין נישט פון די פארגאנגענע ניק. דאס הייסט אז פלוצים ווערן פארשוואונדען ניקס אינעם וואסער אריין, און עס קומען אויף נייע מיט די זעלבע מהלך המחשבה. סארא געלעכטער. למעשה איז די חשד אויף אסאך מער ניקס וואס עס זענען דא אויסגערעכנט, נאר היות וויקעפעדיע -אפילו אין געמיינדע- איז נישט קיין פלאץ פאר זאכן וואס מען קען נישט איבערצייגן שווארץ אויף ווייס, ווערט דא בלויז אויסגערעכנט די ניקס וועלכע יעדער קען נאכקוקען די באנוצערס טיילונגען און זען אפען ווי אין די ספעציפישע טיילונגען ווערט זיינע דעות פאבליצירט דורך איין ניק און עס שמוגעלט זיך אומפראפעסיאנאל אריין אינטער זיינס א צווייטע ניק, וועלכע איז ממשיך דעם טעמע מיטן זעלבע ברייטקייט און פראקטיצירט זיך אלס דער זעלבער ווי דער ערשטן ניק.

א גאר טרעפליכע משל קענט איר זען אטא דא אליין, ווי מיטן באנוצער נאמען וואסה דיף סטראשעט ער אז ער גייט מפרסם אלע מיינע -כלומרשטע- ניקס (21 ספטמבר), און די נעקסטע טאג (22 ספטמבר) (ווען ער האט שוין ארויסגעסיינט מיט די ניקס וואסה דיף) ווערט די וויכוח נמשך דורך זיין ניק יאנוש אויפן זעלבן סטיל, און ער פירט אויס וואס ער האט נעכטן געסטראשעט!!.

כדי עס זאל נישט אויסגעטייטשט ווערן אז עס האנדלט זיך כביכול מיט צענדליגע ניקס מיט די זעלבע דעה, וועל איך דא אנהייבן צוביסלעך אראפצוברענגען אלע זיינע ניקס, נישט אז עס איז קעגן די געזעצן צו האבן אפאר ניקס. ווייל ווילאנג מען נוצט עס נישט צו אפגעבן באזונערע שטימען איז דאס אפשר לעגאל. נאר צו קלאר מאכן פארנעפלטע זאכן.

א כלל גדול וואס רוני האט ארויסגעברענגט קורץ און זיס: ביי אזעלכע וואס האבן עטליכע נעמען איז דאס זיי גורם צו שפעטער חושד זיין אז אלע האבן דא עטליכע נעמען. און זאל דאס נאכגעקוקט ווערן ביי די אויסגערעכנטע באנוצערס טיילונגען און איר וועט פארגאפט ווערן ווי גענוי און פאסיג עס שטימט -כאטש ער צייכנט נישט אן אויף קיין שום מקור אויף וואס זיינע סברות אויף די חשד זענען געבויט--אלזוז 12:54, 21 סעפטעמבער 2006 (UTC)

אויב וועסטו שרייבן ווער איך בין וועל איך שרייבן ווער דו ביסט. און דיינע אלע צענדליגע ניקס.--וואסה דיף 12:44, 21 סעפטעמבער 2006 (UTC)
וואו קומסטו דא אריין? די נער זאל ארויסגיין פון מקוה. האסטו מיר געגעבן נאך א ניק וואס איך ווייס זיכער אז עס איז דער זעלבער. יישר כח. וועגן מיינע צענדליגע ניקס שרעק איך זיך נישט, ווייל איך האב דא נאר איין ניק, גייט מיר נישט אן וואס דו טענהסט, אבער דו האסט זיך שוין דרייסיג מאל מודה געווען אז דו באזיצט צענדליגע ניקס. און מען דארף זיין א טיפוש נישט צו זען וועלכע ניק איז דיינס, ווייל ווען דו ענדיגסט מיט איינס קומסטו אויף מיט א צווייטע מיט די זעלבע נארישע אידעאלאגיע. קענסט שרייבן אויף מיר וואס דו ווילסט, אויב איינער וועט דיר גלייבן איז פאנאטיש נישט דאס ווארט.--אלזוז 12:48, 21 סעפטעמבער 2006 (UTC)
פארשטייט זיך אז דער באנוצער וואס וועט דיר גלייבן אז דו האסט נישט נאר איין ניק דא און אויף הייד פארק, איז נישט ווייניגער פאנאטיש.--וואסה דיף 12:51, 21 סעפטעמבער 2006 (UTC)
אה, יא?--אלזוז 12:54, 21 סעפטעמבער 2006 (UTC)
יא.--וואסה דיף 13:05, 21 סעפטעמבער 2006 (UTC)

ואלו הם, און דאס זענען זיי:


געשריבן דורך:--אלזוז 13:17, 21 סעפטעמבער 2006 (UTC)

זייט וויסן אז איך האב דא מפרסם געווען אפאר מאל ווער אלזוז איז און אלע זיינע נעמען דא אויף וויקיפעדיע. אבער דערווייל בין איך געווארן מיעד צוריקדרייען זיינע מעקונגען. מיט וועלן מוזן ליידן און פון דעם גבר אלים דא ביז ווילאנג אונזער מנהל רוני וועט זיך אויפוועקן פון זיין טיפן שלאף.--יאנוש 18:53, 22 סעפטעמבער 2006 (UTC)
איך האב נישט קיין שום פראבלעם אז דו ביסט מפרסם דיינע טעאריעס, אבער נאר אויב עס איז געבויט אויף עפעס. דו קענסט נישט קומען זאגן פאר א פאקט אז איך בין דער און דער ווען דו האסט ממש נישט קיין שום גרונד אויף דיינע ווערטער. אז עס וועט זיין א גרונד - כאטש עס איז הונדערט פראצענט ליגענט - האסטו רעכט צו זאגן אזאלכע טעאריעס.

די ניקס וואס איך האב דערמאנט זענען קלאר ווי דער טאג אז עס איז איינס. איך שרייב קלאר אויף וואס איך בוי. איך פארשטיי אז עס שמעקט דיר נישט אז מען זעט דיינע אלע ניקס. אבער געדענק דא איז א פריי פלאץ, אויב האסטו מגלה געווען אז דו האסט אסאך ניקס, בלייבט אונז נישט מער איבער ווי קלארצושטעלן וועלכע ניקס עס זענען דיינס, און דאס איבריגע איז שוין אליין פארשטענדליך.--אלזוז 20:45, 22 סעפטעמבער 2006 (UTC)

דו האטס נישט אנגעגעבן קיין שום טעאריע, נאר בלויז וויבאלד די אלע שרייבן עפעס זענען איינס. דאס איז פונקט אזוי א טעאריע ווי איך האב אז עטס זענטס אלע ביזי דא צו וואנדאליזירן. אבער ווילאנג דא איז נישטא קיין געהעריגע מנהלים דיך צו איינצוימען ביסטו מער ווי גערעכט דא אנצוגיין מיט דיין טעראר.--יאנוש 20:49, 22 סעפטעמבער 2006 (UTC)

איך האב נישט אנגעגעבן קיין שום טעאריע? "ליגנט זאגן ליגנט זאגן טאר מען נישט, ווייל סאיז אן עבירה" - איבערהויפט ערב ראש השנה! פאק איין פאר בושה! אוי לנו שכך עלתה בימינו!--אלזוז 20:51, 22 סעפטעמבער 2006 (UTC)

אז דו האלטס עס איז ליגענט שרייב אן, נישט מעק. ווייל איך בין אויך א מענטש וואס האלט אז עס איז נישט אז איז אמת. געמיינדע איז יעדן'ס רעדן בלאט דו האסט נישט קיין רעכטן צו מעקן אן אנדערן'ס רעדן אפילו דו האלטסט עס איז ליגענט!--יאנוש 20:57, 22 סעפטעמבער 2006 (UTC)
דו קענסט "נישט" דא שרייבן קיין פאקטן וואס איז נישט געבויט אויף גארנישט, און דערמיט אוועקנעמען די אפעטיט פון יעדעם דא צו שרייבן, און הרגנען גאנץ וויקעפעדיע. יעצט זאגסטו אליינס אז דו האלטסט עס איז נישט אמת, דאן פארוואס האסטו עס געשריבן? מען זעט קלאר אז דו ווילסט חרוב מאכן די וויקעפעדיע, אויף דעם איז אונזער ענטפער מיט א ברייטן שמייכל: או נאו! נישט דא!!!--אלזוז 21:05, 22 סעפטעמבער 2006 (UTC)
אז דיך עקלט וואס איך שרייב פארמאך דיין קאמפיוטער. נישט זיי א וואנדאל אין מעק!--יאנוש 21:08, 22 סעפטעמבער 2006 (UTC)

עקל? מאן דכר שמיה? איך מיט יעדער דא קוילערן זיך פאר געלעכטער יעדעס מאל ווען איך זעה דיינע טעאריעס ווי דו שטעלסט צאם הודו מיט כוש פוט וכנען. נאר דא איז נישט קיין קינדערגארטן צוצולאזן אזאלכע דזשאוקס און וויצן. ניין ניין!, שרייב נישט קיין ליגנט און ווער נישט אנטוישט ווען מען מעקט עס.--אלזוז 21:10, 22 סעפטעמבער 2006 (UTC)

סארי קינדערגארטן אין דיינע אויגן איז אויך נישט קיין רעכט צו מעקן.--יאנוש 21:13, 22 סעפטעמבער 2006 (UTC)

אז עס איז געבויט אויף קידערגארטענישע טעראריס, איז א מצוה עס צו מעקן, ווייל דו הרגסט וויקעפעדיע דערמיט--אלזוז 21:15, 22 סעפטעמבער 2006 (UTC)

Our "Network":

Project Gutenberg
https://gutenberg.classicistranieri.com

Encyclopaedia Britannica 1911
https://encyclopaediabritannica.classicistranieri.com

Librivox Audiobooks
https://librivox.classicistranieri.com

Linux Distributions
https://old.classicistranieri.com

Magnatune (MP3 Music)
https://magnatune.classicistranieri.com

Static Wikipedia (June 2008)
https://wikipedia.classicistranieri.com

Static Wikipedia (March 2008)
https://wikipedia2007.classicistranieri.com/mar2008/

Static Wikipedia (2007)
https://wikipedia2007.classicistranieri.com

Static Wikipedia (2006)
https://wikipedia2006.classicistranieri.com

Liber Liber
https://liberliber.classicistranieri.com

ZIM Files for Kiwix
https://zim.classicistranieri.com


Other Websites:

Bach - Goldberg Variations
https://www.goldbergvariations.org

Lazarillo de Tormes
https://www.lazarillodetormes.org

Madame Bovary
https://www.madamebovary.org

Il Fu Mattia Pascal
https://www.mattiapascal.it

The Voice in the Desert
https://www.thevoiceinthedesert.org

Confessione d'un amore fascista
https://www.amorefascista.it

Malinverno
https://www.malinverno.org

Debito formativo
https://www.debitoformativo.it

Adina Spire
https://www.adinaspire.com