Web - Amazon

We provide Linux to the World


We support WINRAR [What is this] - [Download .exe file(s) for Windows]

CLASSICISTRANIERI HOME PAGE - YOUTUBE CHANNEL
SITEMAP
Audiobooks by Valerio Di Stefano: Single Download - Complete Download [TAR] [WIM] [ZIP] [RAR] - Alphabetical Download  [TAR] [WIM] [ZIP] [RAR] - Download Instructions

Make a donation: IBAN: IT36M0708677020000000008016 - BIC/SWIFT:  ICRAITRRU60 - VALERIO DI STEFANO or
Privacy Policy Cookie Policy Terms and Conditions
צווייטער וועלט קריג – װיקיפּעדיע

צווייטער וועלט קריג

פֿון װיקיפּעדיע

העלפט אויך פארברייטערן די האלאקאוסט ארטיקל.



צווייטער וועלט קריג

אויספלאצונג אין נארמעדי



דאטום 1939-1945
ארט צפון אפריקע, אייראפע, מזרח אזיע, דער שטילע אקיאנוס, מיטעל ים, מיטעל מזרח
רעזולטאט די אליערטע
די זייטן וואס קעמפפן
ערשטע זייט צווייטע זייט

USA,
בריטאניע,
USSR,
פרייע פראנקרייך,
קאנאדע,
כינע,
אינדיע,
אויסטראליע,
פוילן,
ניי זיילאנד ,
דרום אפריקה,
מצריים
דייטשלאנד,

איטאליע ,
יאפאן ,
בולגאריע,
פינלאנד,

פארלוירינע פון די ערשטע זייט
קעמפפערס: 17 מיליאן
בירגער: 33 מיליאן
טאטאל: 50 מיליאן


פארלוירינע פון די צווייטע זייט
קעמפפערס: 8 מיליאן
בירגער: 4 מיליאן
טאטאל: 12 מיליאן


דער צווייטע וועלט קריג איז געווען דער גרעסטע קריג אין די מענטשליכער היסטאריע. זי איז אויך די איינציגסטע קריג אין וועלכער דער אטאם באמבע איז גענוצט געווארן. די מלחמה האט אריינגענומען די גארער וועלט.

אלעס האט זיך אנגעהויבן י"ז אלול ה'תרצ"ט - (סעפטעמבער 1, 1939), ווען די דייטשע ארמיי האט פלוצלונג אינוואדירט פוילן. צוויי טעג שפעטער האבן ענגלאנד און פראנקרייך דעקלערט קריג קעגן דייטשלאנד, און מיט דעם האט זיך אנגעהויבן די צווייטע וועלט קריג.

די צווייטע וועלט קריג האט אנגעברענגט דעם גרעסטן חורבן אויף דער וועלט אין דער מענטשליכער היסטאריע. עס האט זיך געצויגן פון 1939 ביז 1945, און האט מיט דער צייט אריינגעשלעפט אלע וועלטמאכטן און רוב קלענערע לענדער פון דער וועלט.

די קאסטן פון דער קריג -- אין געשטארבענע, געליטענע, און אייגנטום פארניכטונג -- איז געווען אומגעהויער גרויס. די צאל געשטארבענע דורכאויס דער קריג איז געווען 62,000,000, אדער צוויי מיט א האלב פראצענט פון דער וועלט באפעלקערונג. מיליאנען זענען פארבליבן היימלאז. פילע שטעט אין אייראפע און אזיע זענען טיילווייז אדער גענצליך חרוב געווארן דורך די לופט באמבאדירונגען, און ריזיגע שטרעקעס לאנד זענען פארוויסט געווארן.


אינהאַלט

[בעאַרבעטן] איבערבליק

[בעאַרבעטן] צדדים אין דער מלחמה

הערשאפט איבער שטחים בעפאר דער צווייטער וועלט קריג. איליאירטע מאכטן - גרין (די וואס זענען אריין אין קריג נאך פערל הארבאר - גלענצענד גרין), אַקסיס מאכטן - אראנדז, נייטראלע לענדער - גרוי
הערשאפט איבער שטחים בעפאר דער צווייטער וועלט קריג. איליאירטע מאכטן - גרין (די וואס זענען אריין אין קריג נאך פערל הארבאר - גלענצענד גרין), אַקסיס מאכטן - אראנדז, נייטראלע לענדער - גרוי
שטחים און זייערע הערשאפטן דורכאויס דער צווייטער וועלט קריגאַקסיס - שווארץ, סאוויעטישער פארבאנד - רויט, אנדערע אליאירטע מאכטן - בלוי, נייטראלע לענדער - גרוי
שטחים און זייערע הערשאפטן דורכאויס דער צווייטער וועלט קריג
אַקסיס - שווארץ, סאוויעטישער פארבאנד - רויט, אנדערע אליאירטע מאכטן - בלוי, נייטראלע לענדער - גרוי

אַקסיס מאכטן

אליאירטע מאכטן

אלעס צוזאמען זענען במשך פון דער מלחמה געווען פארמישט 50 לענדער. די שלאכט פעלדער האבן זיך געצויגן פון אייראפע ביז צפון אפריקע; פון די אינזלען אין דעם פאציפישן ים ביז מזרח און צפון-מזרח אזיע.

[בעאַרבעטן] סיבות צו דער מלחמה

ווי די ווייטערדיגע קאפיטלען גיבן צו ערקלערן זענען די דירעקטע סבות פון דעם קריג געווען דאס שטרעבונג פון דייטשלאנד, יאפאן, און איטאליע צו פארברייטערן זייערע שטחים און ספערע פון השפעה, געטריבן דורך נאציאנאליסטישע אידיאלאגיעס -- אין פארם פון פאשיזם אין איטאליע און דייטשלאנד, און אימפעריאליזם אין יאפאן.

אויך זענען געווען איבערגעבליבן פראבלעמען פון אומגעשליכטעטע טעריטאריעס-רעכטן, און אלגעמיין פארביטערטקייט פון דעם דייטשן פאלק אויף די שרעקליכע אומשטענדן וואס זענען אויף זיי געווארן ארויפגעצוואונגען נאכ'ן אפמאך פון ווערסיי ביים ענדע פון דער ערשטער וועלט קריג.

[בעאַרבעטן] צווישן די צוויי מלחמות

דער ערשטער וועלט קריג האט זיך געענדיגט אין 1918-תרע"ח מיט מיליאנען ציווילע און מיליטערישע געפאלענע. עס האט זיך געענדיגט א ביטערע פעריאדע פאר די אייראפעישע לענדער. דער גאנצער וועלט האט איצט ארויסגעקוקט אויף די קאנפערענצן וואס זענען פארגעקומען צווישן די וועלטמאכטן אויף אריינצורישן א נייעם פעריאדע פון שלום אויף דער וועלט. דער אפטימיסטישקייט איז געגאנגען אזוי ווייט אז מען האט אנגעהויבן צו רופן דעם איצט-פארענדיגטן קריג אלץ דער קריג צו ענדיגן קריגעריי.

[בעאַרבעטן] דער שלום אפמאך נאך דער ערשטער וועלט קריג

די פירער פון די זיגרייכע אליאירטע כחות זענען זיך צוזאמגעקומען אין פאריז אין 1919-תרע"ט אויך צו באשליסן די טערמינען פון דעם שלום אפמאך. די פירער פון די גרויסמאכטן, פרעזידענט וואודרוי ווילסאן פון אמעריקע, פרעמיער מיניסטער דעיוויד לאויד דשארדז פון ענגלאנד, און פרעמיער זשארדזעס קלעמענטשוי פון פראנקרייך האבן אנגעפירט מיט די דיסקוציעס.

פרעזידענט ווילסאן איז געקומען צום קאנפערענץ טראץ די קעגנערשאפט פון זיינע יועצים מיט גאר אידיאליסטישע פלענער אויף איינצופירן א נייעם סדר פון שלום און קאאפעראציע צווישן לענדער און פעלקער. זיינע צילן זענען געווען אויסגעדרוקט אין זיינע פערצן פונקטן. דער הויפט פון די פערצן פונקטן איז געווען צו עטאביליזירן דער ליגע פון פעלקער, וואס וועט צוזאם ברענגען אלע לענדער אין א געמיינזאמע ארגאניזאציע.

די אנדערע פירער פון די אליאירטע כחות האבן געהאט אנדערע פלענער. פראנקרייך האט איבערהויפט געהאט שטארק געליטן דורכויס דעם קריג, זייענדיג א בלוטיגע שלאכטפעלד במשך פון פיר יאר. קלעמענטשוי האט זיך דערפאר געשטעלט אויף שטרענגע באשטראפונגען אויף די בייגעקומענען פעלקער, ספעציעל אויף דייטשלאנד.

נאָך שטרייפונגען האבן זיך אנטוויקלט ווען איטאליע האט פערלאנגט געוויסע שטחים וועלכע די איליאירטע כחות, אן וועלכן אמת'ע רעכטן צו דעם, האבן זיי צוגעזאגט כדי זיי זאלן זיך אנשליסן מיט די אליאירטע כחות. ווילסאן האט זיך אויף דעם שטארק געבייזערט ווען ער איז דערפון געוואויר געווארן, און די איטאליענער האבן זיך אוועקגעטראגן פון דעם קאנפערענץ אלץ פראטעסט.

אין סוף האט ווילסאן איינגעגעבן צו פילע פון די אייראפעישע פארלאנגען, מיט'ן האפענונג אז דאס וועט צושטאנד ברענגן זיין פלאן אויפ צו פארמירן דער ליגע פון פעלקער.

[בעאַרבעטן] שטרענגע באשטראפונגען אויף די בייגעקומענע

דער פאריזער קאנפערענץ האט זיך געצויגן אויף זעקס מאנאטן. די בייגעקומענע לענדער -- דייטשלאנד, עסטרייך, אונגערן, בולגאריע, און טערקיי -- האט מען נישט געלאזט אנטייל נעמען דורכאויס די געשפרעכן. צום ענדע זענען גערופן געווארן די דייטשע דעלעגאטן פון דעם וויימאר רעפאבליק אויף צו הערן די באשלוסן פון די זיגער, און אן קיין ברירה האבן זיי פראטעסטירנדיג געמוזט אננעמען דעם אפמאך פון ווערסיי.

לויט דעם אפמאך פון ווערסיי האט דייטשלאנד געמוזט אננעמען די פולע אחריות פאר דעם קריג. זיי האבן זיך געמוזט אנטזאגן פון אלע זייערע קאלאניעס, פארלוירן אן אכטל פון אירע שטחים אין אייראפע; די דייטשע רעגירונג האט געמוזט באצאלן אומגעהויערע סכומים אין געלט פארגיטונגען פאר לענדער וואס זענען געשעדיקט געווארן דורכ'ן קריג; און די דייטשע מיליטער האט מען פערבאטן פון האלטן ים אדער לופט כחות, ערלויבנדיג נאר אן ארמיי פון 100,000 אויף צו באשיצן דאס לאנד. די דייטשע עקאנאמיע, פריער געווען דאס מערסטע פראדוקטיוו אין אייראפע, איז דערביי פארקריפלט געווארן.

די שווערע שטראפן אויף די דייטשן האבן אנגעברענגט א טיפע פארביטערטקייט ביים דייטשן פאלק.זיי האבן אנגעהויבן צו באשולדיגן אלע פראבלעמען אין זייער לאנד אויף די ברוטאלישע אומשטענדן וואס זענען אויף זיי געווארן ארויפגעצוואונגען. דאס האט שטארק צוגעגעבן צו דייטשלאנד'ס שפעטערדיגע מיליטאנטישע ריכטונג.

אויך די אנדערע בייגעקומענע לענדער זענען ענליך באהאנדלט געווארן. טערקיי האט פארלוירן דאס רוב פון אירע שטחים צו גריכנלאנד. ענגלאנד און פראנקרייך האבן איבערגענומען די טערקישע שטחים אין דעם מיטל מזרח -- אריינגערעכנט סיריע, פאלעסטינע (ארץ ישראל), מעסאפאטאמיע (איראק), און לבנון -- מיט א מאנדאט דאס צו האלטן ביז די ארטיגע איינוואוינער וועלן זיין גרייט אנצונעמען זעלבסטשטענדיגקייט.

[בעאַרבעטן] דער מאפע ווערט איבערגעשריבן

אלץ שטרעבונג צו ווילסאנ'ס אידעע פון זעלבסט-דעטערמינאציע פאר אלע לענדער האבן די שלום אפמאכער בפועל איבער געשריבן דעם מאפע פון אייראפע און דער מיטל מזרח. פון דעם פריערדיגן עסטרייך-אונגערישער אימפעריע זענען פארמירט געווארן די זעלבסטשטענדיגע לענדער פון עסטרייך, אונגערן, יוגאסלאוויע, און טשעכיי. פינלאנד, עסטאניע, לאטוויע, און ליטע האבן זיך דערקלערט זעלבסטשטענדיג פון רוסלאנד. פוילן איז צוזאמגעשטעלט געווארן פון שטחים וואס דייטשלאנד, רוסלאנד, און עסטרייך האבן געמוזט פארטיילן.

די מענטשן פון צענטראל און מזרח אייראפע זענען דערביי צוטיילט גאווארן אין גרעניצן וואס האבן נישט אלץ גענומען אין באטראכט די טראדיציאנאלע ליניעס פון נאציאנאליטעט און שפראך. דאס האט געפירט דערביי אז פילע פון די ביז-איצטיגע פראבלעמען זענען בהכרח נאכאמאל ארויפגעשווימען, און ווי די היסטאריע האט געוויזן האט דאס שפעטער פיל צוגעגעבן צו די קריגס אנטוויקלונגען.

[בעאַרבעטן] דאס אויפשטיין פון די דיקטאטורן

[בעאַרבעטן] מוסאליני און פאשיזם

אין 1919-תרע"ט האט בעניטא מוסאליני, א געוועזענער סאלדאט און פראפעסיאנעלע פאליטישע העצער, געגרינדעט דער פאשיסטישער פארטיי אין איטאליע. דער פארטיי איז געווען עקסטרעם נאציאנאליסטיש און אנטי-קאמוניסטיש. זיי האבן דורכגעפירט געוואלדטאטן אויף צו ערמעגליכן זייערע צילן, און אין 1922 דורכגעפירט דער מארטש אויף רוים, און דערביי איבערגענומען קאנטראל פון דער איטאליענער רעגירונג. באלד דערנאך איז מאסאליני'ס מאכט געווארן אבסאלוט.

[בעאַרבעטן] היטלער און נאציזם

אין די זעלבע צייט האט אדאלף היטלער, א געוועזענער עסטרייכישער סאלדאט וואס האט זיך אויסגעצייכנט אין דער ערשטע וועלט קריג מיט זיין קוראזש און דרייסטקייט, געגרינדער דער נאציאנאליסטישע סאציאליסטישע דייטשע ארבייטער פארטיי אין דייטשלאנד, מער באקאנט אלץ דער נאצי פארטיי, מיט'ן ציל אויף צו איבערדרייען די א.ג. אומרעכטן וועלכע זענען אויף זיי ארויפגעטון געווארן.

אין די 20'ער יארן איז דער נאצי פארטיי אלץ געוואקסן אין מאכט, פארשטערקערט דורך די עקאנאמישע ייאוש און פארביטערטקייט אנטקעגן די זיגער פון דער ערשטע וועלט קריג. אין 1923-תרע"ג האט היטלער געפרואווט איבערנעמען די מאכט אין דייטשלאנד דורך די א.ג. מינכען ביר זאל פוטש. דער פוטש איז אדורכגעפאלן, און היטלער איז פאראורטיילט געווארן אויף פינף יאר טורמע, פון וועלכע ער איז סך הכל געזעצן אכט מאנאטן. אין די מאנאטן האט ער אפגעשריבן דעם בוך "מיין קאמפף", אין וועלכע ער האט אויסגעלייגט זיין חזיון פאר'ן עתיד פונ'ם דייטשן פאלק און דער פלאן דאס אדורכצופירן. אין דעם בוך, אלץ טייל פון זיינע טעאריעס וועלכע זענען געווען אין גרונד פון זיין ראסיסטישע אידעאלאגיע, טייטלט ער אן אויף דאס אידישע פאלק אלץ דאס גרעסטע סכנה פאר'ן דייטשן פאלק און איר לעבנסגאנג און קולטור.

כאטש דער פוטש איז דורכגעפאלן, איז דאס געווען א פראפאגאנדישער זיג, דורך וועלכע פיל מער דייטשן זענען געקומען אין באקאנטשאפט מיט היטלער און זיינע שטרעבונגען, און דער נאצישער פארטיי איז דערפון נאר שטערקער געווארן.

היטלער מיט מוסאליני.
היטלער מיט מוסאליני.

[בעאַרבעטן] היטלער נעמט איבער די מאכט

אין 1932-תרצ"ב איז דער דייטשער פרעזידענט, פאול וואָן הינדענבערג, איבערגערעדט געווארן צו באשטימען היטלער אלץ דייטשער קאנצעלאר (פרעמיער מיניסטער). היטלער האט דערביי אויסגענוצט זיין מאכט צו דערדריקן יעדעס אפאזיציע צו דער נאצי פארטיי. אין 1933-תרצ"ג האט ער מבטל געווען דעם קאנסטיטוציע און דעקלערירט מיליטעריש געזעצליכקייט. ער האט דערביי געפירט דורך אייגענע באפעלן. מיט'ן טויט פון הינדענבורג האט היטלער פאראייניגט זיין מאכט אלץ דיקטאטור, און אגרעסיוו זיך ארויסגעלאזט איבערבויען די דייטשע ים און לופט מאכטן.

[בעאַרבעטן] מיליטערישע מאכט אין יאפאן

אין די זעלבע צייטן האט די יאפאנעזישער מיליטער פארברייטערט איר השפעה אויף אלע רעגירונגס אנגעלעגנהייטן, און ביז 1931-תרצ"א האבן די פאליטישע מיינונגען פון די מיליטערישע פירער איבערגענומען דאס מערהייט פון דער יאפאנעזישער פאלק.

[בעאַרבעטן] אגרעסיווע שריטן און אפמאכן

אנגעהויבן אין 1931-תרצ"א האט יאפאן, און דערנאך דייטשלאנד און איטאליע, אנגענומען א בולט'דיגער אגרעסיווע שטעלונג. זייערע שריטן זענען פארדאמט געווארן דורך דער ליגע פון פעלקער, אבער עס איז גארנישט געטאן געווארן זיי אפצושטעלן. אין 1935-תרצ"ה האבן דייטשלאנד און יאפאן זיך ארויסגעצויגן פון דער ליגע פון פעלקער און איטאליע האט זיי נאכגעטון צוויי יאר דערנאך. אין 1936-תרצ"ו האבן דייטשלאנד און איטאליע געשלאסן אן אליאנץ, וועלכע האט זיך גערופן דער רוים-בערלינער אַקס. אין 1940-ת"ש האט יאפאן זיך צו זיי צוגעשטעלט, און עס איז פארמירט געווארן דער רוים-בערלין-טאָקיאָער אַקס.


די שלאכטן אויף די גאסן אין שאנכיי.
די שלאכטן אויף די גאסן אין שאנכיי.

[בעאַרבעטן] יאפאן אינוואדירט כינע

אין 1931-תרצ"א האט יאפאן אינוואדירט און אקופירט דער כינעזישער פראווינץ מאנכוריע, וועלכע איז געווען רייך מיט עקאנאמישע מיטלען. דער יאפאנעזישער ארמיי האט צוביסלעך אוואנסירט טיפער און טיפער אריין אין כינע, און ביז 1938-תרצ"ח האבן זיי קאנטראלירט דאס רוב פון מזרח כינע. ווען דער ליגע פון פעלקער האט נישט באוויזן אפצושטעלן דעם דרייסטן און גרונדלאזן אנגרייף האבן די דיקטאטורן אין אייראפע דאס אין אכט גענומען.

[בעאַרבעטן] איטאליע אטאקירט עטיאפיע

אין אייראפע האט מוסאליני גענומען דעם ערשטן בולט'דיגן אגרעסיוון שריט. אין 1935-תרצ"ה האט ער געשיקט זיין מיליטער אויף איינצונעמען עטיאפיע אין מזרח אפריקע. דער ליגע פון פעלקער האט באשטימט אז איטאליע איז דער אנגרייפער, און זיי האבן באשטימט ארויפצולייגן אויף איטאליע עקאנאמישע סאנקציעס. ענגלאנד און פראנקרייך זענען אבער נישט וויליג געווען זיך צו פארפרעמדן פון איטאליע, און נישט ערצווינגען די סאנקציעס.

[בעאַרבעטן] דייטשלאנד פארגרעסערט איר הערשאפט

אין די זעלבע צייט וואס מוסאליני האט אנגעגרייפט עטיאפיע, האט היטלער געשיקט זיין ארמיי אריין אינ'ם רהיינלאנד, א שטח וואס האט געזאלט פארבלייבן דע-מיליטעריזירט לויט'ן ווערסיי אפמאך. ענגלאנד און פראנקרייך האבן געהאט די מעגליכקייט אפצושטעלן די שריטן. זיי האבן זיך אבער געפארכט אז מיט דעם וועלן זיי ריזיקירן א נייעם קריג, און זיך פון דעם צוריקגעהאלטן. זייער מיינונג איז געווען אז אויב מען וועט היטלער'ן נאכגעבן וועט ער זיין צופרידנגעשטעלט.

[בעאַרבעטן] עסטרייך

נאכפאלגער פון די נאצי פארטיי אין דייטשלאנד האבן דערווייל אנגעהויבן צו העצן אויף אנשלאס, זיך צו פאראייניגן מיט דייטשלאנד. ערמוטיגט פון זיין דערפאלג אינעם רהיינלאנד, האט היטלער אריינגעשיקט זיין ארמיי אין עסטרייך און איבערגענומען דעם רעגירונג.

[בעאַרבעטן] טשעכיי

דער נעקסטער ציל פון היטלער איז געווען דער סודעטענלאנד אין טשעכיי. דער סודעטענלאנד איז געווען מערסטנס באוואוינט מיט דייטשע אפשטאמיגע. ענגלאנד און פראנקרייך האבן זיך געזען דערביי אין א פארלעגנהייט. לויט פריערדיגע אפמאכן זענען זיי געווען פארפליכטעט אויף צו באהיטן קעגן אנגרייפענישן אויף טשעכיי. אבער זיי האבן דאך געזוכט צו פארמיידן א קריג.

[בעאַרבעטן] דער מינכען אפמאך
שאמבערלעין פאכעט מיט דעם אפמאך צעטעלע...
שאמבערלעין פאכעט מיט דעם אפמאך צעטעלע...

אין סעפטעמבער 1938, האבן זיך געטראפן אין מינכען נעווילע שאמבערלעין, דער ענגלישער פרעמיער מיניסטער, און עדווארד דאלאדיער, דער פראנצויזישער פרעמיער אינאיינעם מיט היטלער און מוסאליני. שאמבערלעין און דאלאדיער האבן איינגעגעבן אז טשעכיי וועט זיך מוזן אנטזאגן פון דעם סודעטענלאנד כדי צופרידנצושטעלן היטלער. טשעכיי איז נישט ערלויבט געווארן זיך צו באטייליגן אין די געשפרעכן.

שאמבערלעין איז צוריק געפלויגן קיין ענגלאנד און מיט פרייד דעקלערירט אז דער מינכען אפמאך וועט פארזיכען "שלום פאר אונזער צייט". אין מארץ 1939-תרצ"ט האט אבער די דייטשע ארמיי אריינמארשירט אין פּראַג, דער הויפט שטאט פון טשעכיי, און איבערגענומען דאס רעשט פון דעם לאנד. דריי וואכן דערנאך האט איטאליע אינוואדירט און איינגענומען דעם מזרח אייראפעאישן לאנד אלבאניע.

[בעאַרבעטן] פארלאנגען אויף פוילן

אין מארץ 1939-תרצ"ט האט היטלער געוואנדן זיינע בליקן צום מזרח זייט אויף פוילן, און פארלאנגט אז די שטאט דאנציג, אויך באוואוינט דורך פיל דייטשן, זאל ווערן צוריקגעקערט צו דייטשלאנד. אויך האט ער פארלאנגט א קארידאר, אדער א שטריך פון שטח, דורך פוילן, אויף צו באהעפטן דייטשלאנד מיט דער דייטשע שטאַט מזרח פרוסיע, וועלכע איז געווען פון איר אפגעטיילט לויטן אפמאך פון ווערסיי. פוילן האט אים אפגעזאגט.

[בעאַרבעטן] דער רוסיש-דייטש אפמאך

אין סוף אוגוסט איז געקומען די איבעראשענדע נייעס אז דייטשלאנד און דער סאוויעטישער פארבאנד, מכלומר'שטע געשוואוירענע פיינד, האבן געשלאסן אן אפמאך נישט אנצוגרייפן איינע אויף די אנדערע. דאס האט איבערגעלאזט פוילן אן קיין באשיצער. נאך איין וואך פון שלום איז פארבליבן, אין וועלכע היטלער מיט זיינע גענעראלן האבן געמאכט די לעצטע גרייטונגען אויף צו אינוואדירן פוילן.

[בעאַרבעטן] קריג ברעכט אויס: 1939

[בעאַרבעטן] די אינוואדירונג פון פוילן

פוילישע אינפאלטרי ביים סעמטעמבער קאמפיין
פוילישע אינפאלטרי ביים סעמטעמבער קאמפיין

סעפטעמבער 1: אין די פרימארגן שעה'ן האבן דייטשע לאנד און לופט כחות אנגעגרייפט פוילן, אנגעגעבנדיג אן אויסרייד אז פוילן האט פריער באפאלן א דייטשע מיליטערישע פאזיציע אויף דער גרעניץ. די לופטוואפע האט בליץ שנעל פארניכטעט דעם קליינעם פוילישן לופט-קראפט, נאך איידער די עראפלאנען האבן זיך געקענט הייבן. דייטשע קריגס עראפלאנען האבן דערנאך באמבאדירט פוילישע שטעט, באן שינעס, בריקן, און קאמוניקאציע ליניעס. אין דער זעלבער צייט האבן די דייטשע ארמייען, אין שפיץ פון די פאנצער טאנקן אפטיילונג, אוואנסירט אריין אין פוילן.

אויף סעפטעמבער 3 האבן בריטאניע און פראנקרייך דערקלערט קריג קעגן דייטשלאנד. פראנקרייך האט דורכגעפירט א באגרעניצטע אפענסיווע, וואס איז גרינג איינגעשטילט געווארן דורך דייטשלאנד. ענגלאנד האט נישט געהאט גענוג צייט זיך צו מאביליזירן אויף דירעקט צו פארטיידיגן פוילן.

ביז 17 טעג האבן די דייטשן גרינג און שנעל געהאט דורכגעשניטן אלע פוילישע דעפענסיעס. אויף דעם 17'טען סעפטעמבער האט רוסלאנד אינוואדירט פוילן פון דער מזרח זייט לויט'ן פריערדיגן אפמאך מיט די דייטשן, זייענדיג פארזיכערט קעגן יעדן ווידערשטאנד, אריינווארפענדיג די פוילישע כוחות אין נאך א גרעסרן כאאס צושטאנד דורך דאס עפענונג פון א צווייטן פראנט. דער איבערגענומענער פוילן איז דאן צוטיילט געווארן צווישן די צוויי אייננעמער. די רוסן האבן באלד דערנאך געצווינגען די באַלטישע לענדער -- לאטוויע, ליטע, און עסטאניע -- צו שליסן מיט זיי אפמאכן צו דערלויבן רוסישע מיליטער באַזעס אין זייערע לענדער.

א טאג שפעטער, סעפטעמבער 18, זענען דער פוילישער פרעזידענט מיט זיין הויפט קאמאנדיר אנטלאפן קיין רומעניע.

ווארשע, דער הויפט שטאט פון פוילן האט נאך אפגעהאלטן די דייטשן ביז סעפטעמבער 27, ווען נאך דער חודש-לאנגער באלאגערונג, און שוידערליכע באמבאדירונגען, האבן די דייטשן אריינמארשירט אין שטאט.

אקטאבער 6 האבן זיך די לעצטע פוילישע קעמפער אונטער געגעבן פארן שונא.

טראץ די הערויאישע העלדישע ווידערשאטאנד וואס די פאלאקן האבן באוויזן, האבן זיי דאך נישט געהאט קיין שאנס מיט זייערע פערד און וואגן קעגן די סאפסטיקירסטע מאדערנסטע דייטשע ארמיי און לופט באמבארדירונגן. די פאלאקן זענען געפאלן ווי די פליגן פון די באמבעס וואס האט אראפגערעגענט אויף זיי.

פוילן האט זיך אפיציעל נישט אונטערגעגעבן. אסאך זעלנער זענען אנטלאפן און זיך באהאלטן נאכן סעפטעמבער קאמפיין, און זיך דערנאך אנגעשלאסן אין די פארטיזאנער אונטערוועלט קעמפער צו העלפן די אליאירטע כוחות. שפעטער האט זיך געגרינדעט א פוילישער ארמיי אונטער'ן קאמאנד פון דעם פוילישן פרעזידענט אין גלות. שפעט אריין אין קריג ווידער האט זיך געגרינדעט א קעגנזייטיגע פוילישע ארמיי אונטער די רוסן, וועלכע זענען געווען די וואס האבן געקעמפפט און שפעטער אריינמארשירט אין פוילן אונטער דער רוסישע קאמאנד.


[בעאַרבעטן] דער קריג גייט קיין מערב אייראפע

נאכן פאלן פון פוילן, האט זיך דער דייטשע ארמיי צוזאמגענומען די כוחות און זיך רעארגענאזירט דורכאויס דעם ווינטער-סעזאן פון 1939 - 1940 ביז אפריל. דערווייל האבן זיך די בריטישע און פראנצויזישע ארמייען געפינען אויף דער דעפענסיווע. דעם טערמין זיץ קריג האבן זשורנאליסטןגעגעבן דעם-דאזיגן פעריאד ווייל ווייניג אקטיווע קאנפליקט איז דאן פארגעקומען.


[בעאַרבעטן] אינוואדירונג פון נארוועגיע און דענמארק

די שטילקייט איז געבראכן געווארן אפריל 9 ווען די דייטשן האבן געלאנדעט אן איבעראשענדער קראפט אויף די הויפט פּאָרטן פון דענמארק און נארוועגיע. דענמארק, אן קיין ערנסטע דעפענסיע מיטלען, איז איינגענומען געווארן אין איין טאג. אין נארוועגיע האבן די דייטש איינגענומען דער הויפט שטאט אַסלאָו ביז צוויי טעג, ארויסגעהאלפן דורך נארוועגישע נאצי סימפאטיקער אין שפיץ פון ווידקון קוויסלינג, וועלכער האט שפעטער אנגעפירט דעם דייטש-קאנטראלירטער רעגירונג פון אקופירטער נארוועגיע.

די רעגירונג האט זיך אוועקגעצויגן אריין אין צענטראל נארוועגיע ווי די נארוועגישע מיליטער האט נאך אנגעהאלטן צו קעמפפן. ענגלישע און פראנצויזישע כחות זענען געשיקט געווארן זיי ארויסצוהעלפן, אבער זיי האבן זיך שנעל געמוזט צוריקציען. אפריל 30 איז דער נארוועגישער קעניג האַאקאָן דער פינפטער אנטלאפן מיט זיינע מיניסטארן קיין לאנדאן און אוועקגעשטעלט דעם נארוועגישן רעגירונג אין גלות.

[בעאַרבעטן] בעלגיע, האלאנד, און לוקסעמבורג

[בעאַרבעטן] די אינוואזיע פון פראנקרייך

[בעאַרבעטן] דונקירק

[בעאַרבעטן] די שלאכטן אויף ענגלאנד

[בעאַרבעטן] דער קריג פארברייטערט זיך

[בעאַרבעטן] ראממעל אין אפריקע

[בעאַרבעטן] דער מיטל מזרח

[בעאַרבעטן] די דייטשן אינוואדירן רוסלאנד

[בעאַרבעטן] די קריג אויפ'ן אטלאנטישער אקעאן

[בעאַרבעטן] אמעריקע קומט אריין אין דער קריג

[בעאַרבעטן] דער אנגרייף אויף פוירל הארבאר

[בעאַרבעטן] די קריג אויפ'ן פאציפישער אקעאן

[בעאַרבעטן] די יאפאנעזער אינוואדירן די פיליפינען

[בעאַרבעטן] מאלאיא, האנג קאנג, און סינגעפאר

[בעאַרבעטן] דאס אייננעמונג פון בורמא

[בעאַרבעטן] דער רעדל הייבט זיך אן צו דרייען

[בעאַרבעטן] אנטוויקלונגען אין צפון אפריקע און אייראפע

[בעאַרבעטן] דער שלאכט אין על אלאמעין

[בעאַרבעטן] דער רוסישער פראנט

[בעאַרבעטן] דער שלאכט אין סטאלינגראד

פעלדמארשל וואן פאלאוס געט זיך אונטער צוזאמן מיט די גאנצע זעקסטע ארמיי צו מאשל זאקאב נאך די סטאלינגראד שלאכטן.
פעלדמארשל וואן פאלאוס געט זיך אונטער צוזאמן מיט די גאנצע זעקסטע ארמיי צו מאשל זאקאב נאך די סטאלינגראד שלאכטן.

נאוועמבער: נאך 2 חדשים ביטערע שלאכטן אויף די גאסן אין סטאלינגראד נעמען די דייטשן איין 90% פון שטאט. די רוסן האבן אבער זיך צוגעגרייט מיט מאסיווע כוחות אין די זייטן פון סטאלינגראד, זיי האבן אנגעהויבן אפערעישאן יוראנוס' אום נאוועבמער 19, און מיט צוויי פראנטאן האבן זיי ארומגענומען די זעקסטע ארמיי אין א טרעפ אין שטאט קאלאך אינגאנצן 4 טאג שפעטער.

יאנובאר: די דייטש האט זיך געבעטן ביי היטלער מיט מיואש'דיגע טעלעגראפעס ער זאל זיי לאזן אנטלויפן פון שלאכט, אבער היטלער האט בשום אופן נישט מסכים געווען, צוזאגענדיג, לופט שטיצע,

יאנובאר 30 היטלער דערהייבט גענעראל וואן פאלאוס צום ראנג פון גענעראלפעלדמארשל, וואס דאס איז די העכסטע כבוד, כדי ער זאל פייטן ווייטער פארן רייך אין סטאלינגראד ביזן לעצטן מענטש.

בילד:Ww2 Stalingrad GermanSoldiers.jpg
דייטשע סאלדאטן אין סטאלינגראד שלאכטן.

צו די זעלבע צייט האבן די סאוויעטן אראפגעבינדען די דייטש אינדערויסן פון מאסקעווע, כדי ער זאל נישט קענען קומן צו הילף צו די זעקסטע ארמיי אין סטאלינגראד.

דעצעמבער: דייטשע הילף כוחות קומען אן אין 30 מייל נאנט צו די געטרעפטע זעקסטע ארמיי כוחות אין סטאנליגראד, בעפאר זיי ווערן צוריקגעוויזן פון די סאוויעטן. ביים ענדער פון יאר, זענען די זעקסטע ארמיי כוחו דערשטיקט און ערשעפט האבנדיג נאר באקומן א זעקסטל הילף סופלייען פון די צוגעזאגטע לופט כוחות.

פאבוראר 2 1943: ענדליך די זעקסטער ארמיי איז גענצליך ארום גענומען פון די סאוויעטען, נייער געקרוינטער גענעראלפעלדמארשל' וואן פאלאוס געבט זיך אונטער צום רויטן ארמיי. נאר 91,000 ארעסטאנטן זענען גענומען געווארן אין געפעגעניש, אריינגערעכט 22 גענעראלן.

דאס האט געדארפט זיין די טייערסטע שלאכט אין מענטשליכע היסטאריע': איבער 2 מיליאן קרבנות זענען געפאלן פון ביידע צדדים, פון די דייטשן ווערט געשאצט בערך 850,000 טויטע.

די סטאלינגראד שלאכטן ווערן פארעכענט לויט די היסטאריקער אלס די דריי-פונקט וואס האט אנגעהויבן צו גיין מיטן פיטם אראפ פאר די דיישטן פון דארט און ווייטער.

[בעאַרבעטן] 1943: דער קריג דרייט זיך

[בעאַרבעטן] דייטשע און רוסישע פרילינג אפענסיעס

נאך די מפלה וואס די דייטשן האבן געכאפט אין סטאלינגראד, האבן די רוסן רייך פון מארלישע טריאומפ זיג אנגעפירט 8 אפענסיעס דורכאויס די ווינטער, רוב פון די זענען געווען קאנצעטרירט אין געגענטער נעבן סטאלינגראד, ביז די דייטשן האבן זיך יא געשטארקט און צוריק באקומען די כוחות.

[בעאַרבעטן] זומער דייטשע אפענסיעס

[בעאַרבעטן] ענדגילטיגע זיג אין צפון אפריקע

[בעאַרבעטן] דער אינוואזיע פון סיציליע

[בעאַרבעטן] מוסאליני פאלט

[בעאַרבעטן] דער אינוואזיע פון איטאליע

[בעאַרבעטן] זיגן אויפ'ן פאסיפיק

[בעאַרבעטן] אליאירטע קאנפערענצן

[בעאַרבעטן] קאסאבלאנקא

[בעאַרבעטן] קוויבעק

[בעאַרבעטן] מאסקווע

[בעאַרבעטן] טעהראן

[בעאַרבעטן] דער "אווערלארד" פלאן

[בעאַרבעטן] דער רוסישער פראנט, 1944

[בעאַרבעטן] דער אינוואזיע אויף נארמאנדיע

[בעאַרבעטן] נארמאנדיע איינגענומען

[בעאַרבעטן] אליאירטע פארשריטן

[בעאַרבעטן] דער פארזוך אויף היטלער'ס לעבן

[בעאַרבעטן] אומערפאלג אין די נעדערלענדער

[בעאַרבעטן] אטאקע אויף דייטשלאנד

[בעאַרבעטן] דער שלאכט פון ארדענעס

[בעאַרבעטן] די רוסן אנטקעגן דייטשלאנד

[בעאַרבעטן] דייטשלאנד איבערגעווארפן

[בעאַרבעטן] דער קריג אין דער פאסיפיק גייט אן ווייטער

[בעאַרבעטן] איווא דזימא

די באקאנטע בילד ווי די אמעריקאנע מארינען הייבען די אמעריקאנע פאן אויפן אינזעל איווא דישמא
די באקאנטע בילד ווי די אמעריקאנע מארינען הייבען די אמעריקאנע פאן אויפן אינזעל איווא דישמא

[בעאַרבעטן] אוקינאווא

[בעאַרבעטן] די שלאכטן אין פאסיפיק ענדיגן זיך

[בעאַרבעטן] די יאפאנעזער גיבן זיך נישט אונטער

[בעאַרבעטן] סטראטעגישע באמבאדירונג פון יאפאן

[בעאַרבעטן] דער קריג איז געענדיגט

Our "Network":

Project Gutenberg
https://gutenberg.classicistranieri.com

Encyclopaedia Britannica 1911
https://encyclopaediabritannica.classicistranieri.com

Librivox Audiobooks
https://librivox.classicistranieri.com

Linux Distributions
https://old.classicistranieri.com

Magnatune (MP3 Music)
https://magnatune.classicistranieri.com

Static Wikipedia (June 2008)
https://wikipedia.classicistranieri.com

Static Wikipedia (March 2008)
https://wikipedia2007.classicistranieri.com/mar2008/

Static Wikipedia (2007)
https://wikipedia2007.classicistranieri.com

Static Wikipedia (2006)
https://wikipedia2006.classicistranieri.com

Liber Liber
https://liberliber.classicistranieri.com

ZIM Files for Kiwix
https://zim.classicistranieri.com


Other Websites:

Bach - Goldberg Variations
https://www.goldbergvariations.org

Lazarillo de Tormes
https://www.lazarillodetormes.org

Madame Bovary
https://www.madamebovary.org

Il Fu Mattia Pascal
https://www.mattiapascal.it

The Voice in the Desert
https://www.thevoiceinthedesert.org

Confessione d'un amore fascista
https://www.amorefascista.it

Malinverno
https://www.malinverno.org

Debito formativo
https://www.debitoformativo.it

Adina Spire
https://www.adinaspire.com