יהודה הלוי
פֿון װיקיפּעדיע
רבי יהודה הלוי (ריה"ל) (געבוירן פאר ד'תתי"ז ; (1057) אין טודעלא וואס ליגט אין צפון שפאניע) בעל מחבר ספר הכוזרי. א תלמיד חכם, פילאזאף, א דאקטער, פון די גרויסע דיכטערס און פון די יידישע דענקערס אין דער מיטל אלטער. ער איז געווען א תלמיד פון ר' יצחק אלפסי.
[בעאַרבעטן] זיין רייזע צו ארץ ישראל
ריה"ל האט געשריבן א דיכטונג מיטן נאמען "ליבי במזרח" איבער זיין שטרעבונג צו פארן קיין ארץ ישראל. אין יאר ד'תת"ק ; (1140) איז ער ארויף אויף א שיף צו פארן קיין ארץ ישראל. עס איז דא חילוקי דעות צו אין סוף איז ער אנגעקומען קיין ארץ-ישראל, אדער איז ער אוועק אין עגיפטן.
זיין פאעטיקע "ליבי במזרח":
- לִבִּי בְמִזְרָח וְאָנכִי בְּסוף מַעֲרָב - מיין הארץ איז אין ארץ-ישראל כאטש וואס איך בין אין שפאניע.
- אֵיךְ אֶטְעֲמָה אֵת אֲשֶׁר אכַל וְאֵיךְ יֶעֱרָב - ווי אזוי קען איך עסן מיט פארגעניגן.
- אֵיכָה אֲשַׁלֵּם נְדָרַי וָאֱסָרַי, בְּעוד - ווי אזוי קען איך אויסלייזן מיינע נדרים צו פארן נאך ארץ-ישראל, אין די צייט וואס.
- צִיּון בְּחֶבֶל אֱדום וַאֲנִי בְּכֶבֶל עֲרָב - ארץ ישראל איז אונטער מלכות אדום, און איך בין איינגעבונדן צו די אראבער אין שפאניע.
- יֵקַל בְּעֵינַי עֲזב כָּל טוּב סְפָרַד, כְּמו - ס'איז מיר לייכטער נאכגעבן מיינע אלע גוטס אין שפאניע, אזוי ווי.
- יֵקַר בְּעֵינַי רְאות עַפְרות דְּבִיר נֶחֱרָב. - ס'מיר טייער צו זעהן די געבליבענע ערד פון דער דביר.