Web - Amazon

We provide Linux to the World


We support WINRAR [What is this] - [Download .exe file(s) for Windows]

CLASSICISTRANIERI HOME PAGE - YOUTUBE CHANNEL
SITEMAP
Audiobooks by Valerio Di Stefano: Single Download - Complete Download [TAR] [WIM] [ZIP] [RAR] - Alphabetical Download  [TAR] [WIM] [ZIP] [RAR] - Download Instructions

Make a donation: IBAN: IT36M0708677020000000008016 - BIC/SWIFT:  ICRAITRRU60 - VALERIO DI STEFANO or
Privacy Policy Cookie Policy Terms and Conditions
טאהש – װיקיפּעדיע

טאהש

פֿון װיקיפּעדיע

צוליב לעצטיגע וואַנדאַליזם איז דער אַרטיקל אַצינד צייטווייליג פֿאַרשלאָסן פֿאַר נישט אײַנגעשריבענע, אָדער נײַע באַנוצערס. איר קענט דערווײַל אויסאַרבעטן דעם אַרטיקל אין זיין רעדן-בלאַט, און אַנדערע איינגעשריבענע באַנוצער וועלן דאָס אַקטואַליזירן. אדער טוט אייך שוין איינשרייבן און ווארט 4 טאג.
 א טיש אין טאהש
א טיש אין טאהש

געגרינדעט דורך הגה"ק ר' משולם פייש לאָווי שליט"א, דער טאָהש'ער רבי, ער איז אנגענומען אלץ דער היילגסטער איד היינט צוטאגס אין די חסידישע וועלט פון אדמורי"ם.

דער טאהשער רבי האט זיך קיינמאל נישט געמישט אין קיין שום מחלוקת, און איז שטארק באוויסט מיט זיין גרויסע אהבת ישראל און פארטיילן גרויסע געלטער פאר צדקה.


אינהאַלט

טאהש דינאסטיע

די דינאסטיע פון טאהש ציעט זיך צוריק ביז'ן ערשט'ן רבי'ן פון טאהש, הרב הקדוש רבי משולם פייש זי"ע וועלכער איז באטיטלט געווארן דורך צדיקים אלץ דער "שרף" פון טאהש, צוליב זיין פלאם פייערדיגער עבודה.

רבי משולם פייש איז געווען א תלמיד פון דעם צדיק רבי דוד'לע דינוב'ער זי"ע און רבי אייזיק'ל קאמארנער, ער איז אויך געפארן צו אלע אנדערע צדיקים פון זיין דור און זיי האבן איהם אלע זייער מחשיב געווען, צווישן אנדערע איז ער געווען אין צאנז ביים דברי חיים און ביים ישמח משה, צאנזער רב האט איהם אנגעכאפט די הענט און געפרעגט "פון ווי קומען די הייליגע הענטאלעך?".

רבי משולם פייש איז געווען א איש קדוש און מפורסם אלץ א אפענער בעל מופת ביי וועם מען האט געזעהן וואונדערליכע זאכן און מופתים.

דער טאהשער רבי שליט"א טראגט זיין נאמען, און ווי עס לויטעט די חסידי'שע לעגענדע, ענדלט ער אין איהם גאר שטארק.

זיין זוהן האט געהייסן רבי אלימלך מטאהש, וועם די טאהשער חסידים רופן מיט'ן טיטל דער "סבא קדישא" פון טאהש. ער איז געווען א תלמיד פון רבי אייזיק'ל קאמארנער זי"ע, און פון רבי צבי אלימלך בלאזשוב'ער זי"ע.

אזוי ווי זיין טאטע איז ער אויך געווען אן איש קדוש ובעל מופת מפורסם צו וומען מען איז געקומען צו פארן פון גאנצן לאנד זיך פראווען נאך ישועות.

רבי אלימלך טאהש'ער איז שטארק באוואוסט מיט זיין גרויסע עבודה אין יום טוב פורים.

רבי אלימלך איז נסתלק געווארן אום כ"ג כסלו תש"ג.

דער טאטע פון טאהשער רבי'ן שליט"א איז געווען הרה"ק רבי מרדכי זצ"ל רב פון דעמעטשער אין גלילות פון טאהש. וועלכער איז געווען דער עלטסטער זוהן ביי רבי אלימלך.

ער איז אומגעקומען אין די קריג צוזאמען מיט די רביצין און עטליכע קינדער, אום חודש אלול תש"ד הי"ד.

נאך די קריג האט דער טאהש'ער רבי געפליכטעט קיין קאנאדא, וואו ער האט פריער געוואינט אין מאנטריאל, און דארט צוריק איינגעפלאצט דעם טאהשער הויף, ווען זיין בית המדרש'ל אויף די דזשין מענס גאס איז באלד געווארן א צוצאיונגס פונקט פאר הונדערטער חסידישע אידן.


שטעטל טאהש אין קאנאדאע

נאך עטליכע יארן, האט דער טאהשער רבי צוגעטרעטן צו א געוואגטן פלאן - פון וואס יעדער האט איהם פרובירט אפצורעדן - און ער האט געגרינדעט אן אייגן שטעטל אינדרויסן פון די שטאט, מיט'ן ציהל צוריק צוברענגן דאס אינגארטיגער שטעטל לעבן פון דער אלטער היים.

אין דעם שטעטל וואס געפינט זיך 30 קילאמעטער נארט פון מאנטריאל, האט ער מייסד געווען אלע נויטיגע מוסדות פאר בתי חינוך פאר אינגלעך און מיידלעך, א קהלה מיט אלע קהל'ישע צוגעהער, ישיבה גדולה און ישיבה קטנה, בית השחיטה, מקוה טהרה, און אלעס וואס א אידישע קהלה קען נאר פארמאגן.

היינט אין קרית טאהש ציילן זיך פיר הונדערט משפחות פון חסידים אין קאנאדע.

דאס שטעטל וואס פארנעמט קוים א פינטל אויף א מאפע, איז אבער א צוציאונגס פונקט פאר טויזענטער חסידים פון דער גארער וועלט, וואס קומען צו פארן טעגליך, און בפרט אויף שבתים און ימים טובים, צו וויילן מיט'ן טאהש'ער רבי'ן שליט"א, איהם זעהן, און באקומען פון איהם א ברכה.

אומצאליגע חסידים פון אנדערע רבי'שע הויפן קומען אן אהער בקביעות כאטש אויף איין שבת אין יאהר, און נישט נאר חסידים קומען אהער, נאר אפילו ליטוואקעס, און מאדערנע, ספרדים, אשכנזים, און אפילו סקווירא חסידים וואס טארען נישט פראווען א שבת אין די פרעמד האט שוין די פריערדיגע סקווירער געלאזט פארען, פון אלע מינים און אלע שיכטן און קרייזן קומען אן קיין טאהש, ווי יעדער ווערט אויפגענומען מיט'ן זעלבן ווארעמקייט און קירבות, און יעדער שעפט חיות און חיזוק פון דעם טאהש'ער רבי'ן שליט"א.

טאהש היינט צו טאג

כאטש וואס דער טאהשער רבי שליט"א האט זיך היבש פארעלטערט אין די לעצטטע פאר יאר, גייט ער דאך אן מיט זיין טעגליכע עבודת הקדוש מיט מסירת נפש, זיין טעגליכן אויסזאגען תהילים חק בלי יעבור און ווען ער פארענדיגט דאס טעגליכע דאווענען פון שחרית מנחה מעריב אין איין ציה הערשט ביינאכט, און איז נישט טועם גארנישט ביז דאן, ווען ער עסט איין קליינע נאכטמאל.

כלל ישראל איז מתפלל פאר זיין געזונט, זייענדיג כמעט פון די לעצטע פארציטישע רבי'ס, בפרט איז ער דער איינציגסטע רבי וואס איז פארהייליגט ביי אלעמען.

מיט צען יאר צוריק איז נפטר געווארן די טאהשער רביצין הצדיקת חוה ע"ה וועלכע איז געווען א טאכטער פון הרב הצדיק רבי יודעלע וויינגארטן זצ"ל אן אייניקל פון רבי ר אלימלך פון ליזענסק זי"ע.

דער טאהשער רבי האט אויך ליידער פארלוירן א זוהן בחייו, דער אלעמען באליבטער הרב הצדיק ר' מרדכי טאהשער זצ"ל וועלכער איז נפטר געווארן פלוצלינג מיט אכט-ניין יאר צוריק נאך א מאסיע הארץ-אטאקע, ר' מרדכי איז געווען זייער געטריי פאר'ן רבי'ן און זיין רעכטע האנט, ווי אויך האט ער פערזענליך ענטפאנגן אלע הונדערטער געסט וואס קומען יעדן וואך צו פארן קיין טאהש, מיט א ליבליכן שמייכל, און האט נישט איינמאל אליין זיך געשטעלט קאכן פאר די געסט ס'זאל זיין גענוג פאר אלעמען.

צווישן די איידימער פון רבי'ן זענען דא עטליכע בארימטע ראשי ישיבות און גרויסע רבנים וואס פירן זייערע אייגענע קהלות, הרה"צ ר' אביגדור פיש שליט"א האדאסער רבי אין וויליאמסבארג, הרה"צ ר' יוסף מאיר מאיר שליט"א ליזענסקער רבי אין מאנסי, און הרה"צ ר' אברהם כ"ץ שליט"א משכנות יעקב רבי אין מאנסי, דער ליזענסקער און דער משכנות יעקב רבי פירן אויך אייגענע גרויסע ישיבות און מוסדות.

לעצטיגע מחלוקת

לעצטענס זענען דא געציילטע יחידים וואס האבן זיך קעגןגעשטעלט די החלטה אויף דעם רבינ'ס זון ר' מיילעך איבערצונעמען די חסידות. לגבי דעם דעת פון רבין שליט"א, איז די שטעטל איינשטימיג אז דער רבי האט געשטעלט זין זוהן דעם רב ער זאל איבער נעמען דאס חסידות, ד.ה. ר' מיילעך דער זון, אבער די חולקים זאגן אז צוליב זיין עלטער איז שווער צו וויסן דעם רבינ'ס אמת'ער רצון.

ביי מערערע טאהשע חסידים איז קלאר אז דער רבי וויל דעם זוהן הרה"צ ר' אלימלך, און אפילו די אלטע מנהלים ווייסן דאס זייער גוט, און איגענטליך האבן זיי איינגעארדענט זיין הכתרה ווען דער רבי האט איהם ממנה געווען אלץ רב.

דער מצב איצט

די מוסדות און שטעטל און די פרעפערטיס פון די בנינים זענען געווארן אוועק גענומען דורך די אלטע מנהלים און איבערגעשריבן מיט ליענס אויף פריוואטע נעמען אין ווילאנג א קארט וועט נישט פסק'ענען וועט מען נישט וויסן ווער עס האט געוואנען בעלות.

לעצטע צוויי דעוועלעפמענטס געבן א שטיקל אויבערהאנט פאר ר' מיילעך אבער ווייזט אז די אלטע מנהלים האבן גאר א שטארקע האנט צו מאכן קאפ וויי, איינער פון זיי האט ארגאנאזירט א סטרייק פון אלע טיטשערס ווייל זיי האבן נישט באקומען געהאלט, און ר' מיילעך מיט זיין סטעף האבן תיכף געהאט פארטיק א גאנצען שטאב מיט הונדערטע טיטשערס איבערצונעמן, סאיז געווען זייער דראמאטיש, אבער צום סוף זענען אלע אלטע טיטשערס געפלויגן, און די סקול האט איינגענומען ר' מיילעך.

אויך האט זיך איין ברודער פון זיי, דער מער היציגער אוועק געצויגן פון טאהש קיין ניו יארק, דאס ווערט אויסגעטיישט ווי ער האט איינגעזעהן אז ער פארלירט די מערכה.

דערווייל ווערט דער מצב ערגער און ערגער און קיין געלט איז נישטא, און מערערע איינגעשטעלטע זענען אפגעזאגט געווארן,די מוסדות גייען אן אויף א קריטישער מצב, די מלמדים זענען שוין נישט באצאלט געווארן עטליכע חדשים.

איינער א טוען רבני און עסקן פון מאנסי הרב גליק, נעפיו פון איצא התאחדות האט זיך אריבער געצויגן קיין טאש אנציפירן מיט ר' מיילעך'ס שטאב פון סטראטעגיסטן וויאזוי איבער צונעמען קאנטראל פון לאען מיט די ניימאן'ס.


עת לחשות ועת לדבר

די שקצים שיקן ארום א שונד בלעטל מיט'ן נאמען דער דורכפאל ווי זיי רייסן אראפ מיט לגיונות מוציא שם רע'ס און בלבולים אלעס פון טאהש אנגעהויבן ביים רעבין, רב און די נייע פירערשאפט פון די קהלה.

די הנהלה מיט'ן רב האבן א לאנגע צייט געשוויגן און מקיים דעם הנעלבים ואינם עולבים שומעים חרפתם ואינם משיבים, און נישט געענטפערט פאר די מחרחרי ריב און עזות פני'מער.

אין די לעצטע אנטוויקלונגען, נאך וואס די קהלה האט א לאנגע צייט געשוויגן, זענען די רבנים און דיינים פון טאהש ארוסיגעקומען מיט א שארפן קול קורא קעגן די וואס ווילן אונטערברעכן די קהלה, מיט א פסק הלכה אז ווער עס האט א חלק לחזק להדפיס לכתוב או לפרסם הכתבי פלסתר הנ"ל גדול עוונו מנשוא, והוא עון בל יכופר.

דא איז דער קול קורא http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1830552

דאס האט געהאט א מעכטיגן אפקלאנג, און האט געשטיפט די אנדערע צד צו זיכן שלום, און די געציילטע מהרסים זענען אויסגעשפיגן געווארן אינגאנצן פון די מחנה.


זעה אויך

משולם פייש לאווי

דערויסענדיגע לינקס

דא האט איר עטליכע לינקס ווי איר קענט זעהן און לערנען איבער טאהש

  • אט איז א וועב-זייטל איבער טאהש, ווי עס זענען דא בילדער פון דאס טאהשער שטעטל און פון טאהשער רבי'ן שליט"א.

(1)

  • דער איינטראגע פון טאהש אין דער ענגלישער וויקעפידיע, ענטהאלט די שלשלת הקבלה פון די טאהשער דינסאטיע ביזן בעל שם טוב הקדוש

(2)

  • דא איז נאך א וועב-זייטל וואס איז געמאכט צו פאנדרעיזן פאר די "הצלה" פון קרית טאהש, און ענטהאלט אויך בילדער פון טאהש און פונקטן

(3)

  • דער וועב-זייטל איי-לאוו-תורה גיט איבער זיינע טיפע הרגשים פון א באזוך אין טאהש ביים טאהש'ער רבי'ן און ער רעקאמאנדירט יעדער וואס געפונט זיך נישט מער ווי 15 שעה ווייט פון טאהש זאל פארן באזוכן דעם רבי'ן, אבער נישט אום ווינטער, ווען ס'איז געפערליך קאלט

(4)

Our "Network":

Project Gutenberg
https://gutenberg.classicistranieri.com

Encyclopaedia Britannica 1911
https://encyclopaediabritannica.classicistranieri.com

Librivox Audiobooks
https://librivox.classicistranieri.com

Linux Distributions
https://old.classicistranieri.com

Magnatune (MP3 Music)
https://magnatune.classicistranieri.com

Static Wikipedia (June 2008)
https://wikipedia.classicistranieri.com

Static Wikipedia (March 2008)
https://wikipedia2007.classicistranieri.com/mar2008/

Static Wikipedia (2007)
https://wikipedia2007.classicistranieri.com

Static Wikipedia (2006)
https://wikipedia2006.classicistranieri.com

Liber Liber
https://liberliber.classicistranieri.com

ZIM Files for Kiwix
https://zim.classicistranieri.com


Other Websites:

Bach - Goldberg Variations
https://www.goldbergvariations.org

Lazarillo de Tormes
https://www.lazarillodetormes.org

Madame Bovary
https://www.madamebovary.org

Il Fu Mattia Pascal
https://www.mattiapascal.it

The Voice in the Desert
https://www.thevoiceinthedesert.org

Confessione d'un amore fascista
https://www.amorefascista.it

Malinverno
https://www.malinverno.org

Debito formativo
https://www.debitoformativo.it

Adina Spire
https://www.adinaspire.com