דריידל
פֿון װיקיפּעדיע
א דריידל איז א טראדישענעל שפיל פון חנוכה וואס לויט די יידישע טראדיציע האבן זיך די קינדער געשפילט אין די צייטן פון די יונים ווען זיי האבן נישט געלאזט לערנען תורה און מען האט געמוזט לערנען באהאלטענערהייט און ווען די יונים זענען געקומען האבן זיי זיך געמאכט ווי זיי שפילען דריידל.
א דריידל איז א קעסטעל פון פיר זייטן אין עס ווערט שיעף פון אונטען און עס האט אנכאפער פון אויבן און אויף די פיר זייטן שטיט די פיר אויתיות - נ - ג - ה - ש - די אפטייטש איז נישטס (גארנישט) - גוט - האלב - שלעכט (און שפעטער האט מען אויך געזאגט אז דאס איז מרמז: נס גדול הי' שם דאס מיינט א גרויסע נס איז דארט געשען דאס גיי ארויף אויף די נס פון די מנורה און די צייטן פון די חשמונאים).
די שפיל גייט אז יעדער לייגט אריין געלט אין די באנק און מען דרייט די דריידל פון אויבן און מען לאזט עס דרייען ביז עס פאלט אראפ אויף איינע פון די אויתיות אדער קען מען דאס אפשטעלן אינמיטן דרייען. און די פיר אותיות פרעזענטירן די שפיל. ביי נאך א גירסה נון מיינט נעם אז דו קענסט נעמן די גאנצע באנק, גימל מיינט געב אז דו דארפסט אריישטעלן אין באנק, היי מיינט האלב אז דו קענסט נעמן א האלבע באנק, שין מיינט שטעלן אז יעדער מוז אריינשטעלן אין באנק איז דו קענסט איבערגיין מיטן דריידל ביז דריי מאל.