Web - Amazon

We provide Linux to the World


We support WINRAR [What is this] - [Download .exe file(s) for Windows]

CLASSICISTRANIERI HOME PAGE - YOUTUBE CHANNEL
SITEMAP
Audiobooks by Valerio Di Stefano: Single Download - Complete Download [TAR] [WIM] [ZIP] [RAR] - Alphabetical Download  [TAR] [WIM] [ZIP] [RAR] - Download Instructions

Make a donation: IBAN: IT36M0708677020000000008016 - BIC/SWIFT:  ICRAITRRU60 - VALERIO DI STEFANO or
Privacy Policy Cookie Policy Terms and Conditions
אביגדור מילער – װיקיפּעדיע

אביגדור מילער

פֿון װיקיפּעדיע

הרה"ג ר' אביגדור הכהן מילער זצוק"ל
הרה"ג ר' אביגדור הכהן מילער זצוק"ל
אויף די עלטערע יארן
אויף די עלטערע יארן

ר' אביגדור מילער זצ"ל, מגדולי בעל המוסר בדורינו. געוואונט אין אמעריקע פאר די מלחמה, און געלערנט אין ישיבת רבינו יצחק אלחנן, היינט באקאנט אלס ישיבה יוניווערסעטי, דארטן האט ער זיך אויסגעצייכענט אלס מתמיד און פלייסיגער ענערזשעטישער אינגער מענטש וואס וועט וואקסן צו גדלות, ער איז געווען דער סטודענט פרעזידעט, און געדינט אלס בעל קורא, אונטער די השפעה פון ר' יעקב יוסף הערמאן זצ"ל, וואס האט פארגעלערנט א מוסר שמועס פאר 5 סעלעקטירטע מבקשים, איז ער צוזאמן מיט די גאנצע חבורה, געפארן לערנען אין סאלאבאדקע אין אייראָפּע. (הרב דעיוויס זצ"ל, פון פיקסוויל, און ר' מרדכי גיפטער זצ"ל, פון טעלז קליבלאנד, און נאך וואס איך געדענט ניטש זענען געווען די פינעף.)

געווען משגיח אין "ישיבת חיים בערלין", געפירט א קהילה פון בעלי תשובה. און איז באקאנט געווען מיט זיינע דרשות פון מוסר וואס די טעיפס און ספרים ווערן געהערט און געלערנט ביי טויזענטע. אפילו ער איז געווען א מוסר'ניק און קאלטע ליטוואק האבן זיך ביי זיינע מוסר רייד געווייקט מייסטענס חסידישע אידן.

זיין שארפע פעדער און אריטארישן קראפט האט ער גענוצט צו שטארקן די אמונה און ליבשאפט צו גאט און צו די מסורה ביי די מאסן.

פילע ספרים געשריבן פינעף על התורה דריי אויף אידישע היסטאריע און דריי אויף השקפה, איין'ס אויף תפילה, איינס אויף שלום בית, און איינס אויף נפלאות הבורא, עס קומן נאך היינט ארויס כסדר נייע ספרים וואס תלמידים דרוקן אפ זייערע רשימות פון ווען ער האט געלעבט.

זיין שול איז סוף ימיו געוען אין אוישען פארקעוועי. קעגן איבער מיר ישיבה

ער איז געווען א געוואלדיגער רעטאריקער און פארמאגט א קונסט צו מאכן אינטערסאנט זיין שפראך.

די אלגעמיינע חרדישע גאס האט אויף אים געקוקט אלס מאדנער בעל השקפה וואס איז געווען צו עקסטרעם קעגן גואישע פירצות און אויך זיין נאכאנאנדיגע זיך קאכן אין נפלאות הבורא. אבער ווען ער איז פארשטארבן האבן אלע קרייזן אים אנערקענט אלס ריז אין השקפה און מוסר.



אינהאַלט

[בעאַרבעטן] יראת שמים

ווען ער איז געווען אין שפיטאל האט ער נישט אריינגעלאזט קיין פרויען נוירס.

ר' ישראל מילער אן אייניקל פארציילט אז איינמאל פארט ער דורך אוישן פארקוועי זיין שול און הויז, האט ער געזעהן די טירן ברייט אפען, אזוי ווי ער האט געוויסט די סדר פון ר' אבידור זיין זיידע איז צו זיין מוראדיג געווארענט אין יעדע זאך, איבערהויפט שמירה אויף דעם שול, האט ער זיך אפגעשטעלט און אריין געגאנגען אין שול זעהן וואס איז געשען, ער קומט אריין זעהט ער א פרוי זיצן דארטן, ער פרעגט איר צו ער קען איר העלפן? הערט ער זיין זיידע זיך אנרופען ווער איז דארטן? גייט ער צו צום זיידן און זאגט אז איך בין דאס פארוואס איז דער טיר אפען? זאגט אים די זיידע זעהסטו נישט קיין אשה דא?


[בעאַרבעטן] קנאות

ער פלעגט הייסן גיין מוחה זיין קעגן די דעמאקראטישע פאליטיקער וואס האבן געשטיצט תועבה, געיז און אבוארטען. אויף די בימה אין זיין שול פלעגט אייביג זיין אנגעפילט מיט פעטישענס פאר כל מיני מוחאות אפצושיקן וועכענטליך צו די געזעץ געבער קיין וואשינגטאן אדער אלבאני אדער סיטיהאל. זיין עקסטרעימקייט האט אים באליבט אויף די סאטמאר'ע מאסן און ביי סתם אידישע קנאים. זיינע ספרים און טעיפס זענען פיל מיט לאזונגען און שארפע ווערטער וואס ווערן פארנוצט ביי די אויבענדערמאנטע לטובת זייערע מערכות אין אידישקייט.


[בעאַרבעטן] אהבת ה'

ער פלעגט זיך ארום דרייען אין טאש שטענדיג מיט עפעל קערנדליך, ווען ער איז געשטארבן האט מען געשטראפן איבער זעקס פילע פאטעיטא זעק אנגעפילט מיט עפל קערנדליך; דאס פלעגט ער זיך קאכן טאג אין נאכט אין די וואונדער פון באשעפערס וועלט. אין פארענט פון זיין שטענדער אין שול איז אייביג געלעגן א באטל ניו יארק סיטי סינק וואסער, אלס א שוויתי ה' לנגדי תמיד, זיך צו דערמאנען דעם טובת ה'.


[בעאַרבעטן] פרישות

ער האט נישט געגעסן קיין מזונות, געשלאפן אויף א ברעט אונטערן ריקן. און געגעסן נאר פרוכט און פלייש אויב די ווייב האט דאס ספעציעל געקאכט.


[בעאַרבעטן] התמדה

פארגעלערנט זעקס און דרייסיג שיעורים א וואך. נישט קיינמאל געגאנגען אין ערגעץ נישט זיך נישט צו שטערן פון זיינע שיעורים, אפילו צו די אייגענע אייניקלעך'ס חתונה, פלעגט ער קומן, אפטאנצען מיט די מאנטל אין די הענט, און זיך אוועק גיין צוריק צו זיין גמרא.


[בעאַרבעטן] צנוע

געווען יארן לאנג משגיח אין ר' חיים בערלין ישיבה, קיין איין תלמיד פון דארטן האט נישט געוויסט אז ער איז עפעס א זאך. זיינע אייגענע טעכעטער און זינען האבן קיינמאל נישט גערעדט פון אים עפעס גדלות בשעתן לעבן. ערשט ווען ער איז געשטארבן האבן זיי אנגעהויבן צו כאפן ווי גרויס ער איז געווען.


[בעאַרבעטן] געלערנטער

זיינע ספרים זענען פיל מיט חכמות חיצונית, און איז באקאנט מיט יעדעס ווארט פון כפירה און מינות זיי אפציווענדען, זיין בית הכסא איז געווען א לייבערי פון אלע ביאלאגיע, פיזיקע, און וויסענשאטפט ביכער, זאגענדיג אז מען טאר נישט אין זיי אריינקוקען נאר ער ווייל ער טוט זיי אפווענדען און אויך נאר אין בית הכסא ווייל עס איז טמא.

על אף וואס זיינע ביכער זיינע געווידמעט גאנצעטע פרקים אפציווענדן כל מיני אפיקורסות, זענען רוב פון זיינע טעיפס און שיעורים נישט עוסק נאר אין אהבת ה' און חסד ה'. אחוץ ניטול נאכט וואס ער האט אויסגענוצט אפצושפעטן פון קריסטיענטום און אוואלאציע.

אבער בעיקר זעהט מען אז ער איז באקאנט געווען אין די אלע וויסענשאפטן אויסצינוצען דאס אנציווארימען הערצער פון זיינע צוהערער און זיך אליינס צו זיך פארוואונדערן און אויפלעבן צו די גוטע טיפע גוטס און גענדאדע און נפלאות הבורא פאר די וועלט.


[בעאַרבעטן] יידיש

די קינדער און אייניקלעך פארציילן אז פאר ער איז געשטארבן, האט ער געלאזט צוואה און געבעטן אז מען זאל נאר רעדן אידיש, אפילו זיינע טויזענטע טעיפס זענען בעיקר אויף ענגליש, האט ער אבער אייביג מוסר מודעה געווען אז דאס איז דער סיבה ווייל זיינע שיעורים איז בעיקר געצילט פאר ספרדים בעלי תשובות וואס רעדן נישט, און קענען נישט קיין אידיש. אינדערהיים פלעגט ער טאקע נאר רעדן בלויז א ריינעם אלטמאדישן אידיש. ווארשיינליך אנצוהאלטן דעם דרך ישראל סבה פון אמאל מיט איר ארגינעלן פארעם.



[בעאַרבעטן] קבלה

זייענדיג א ליטוואק, און אויך א פיליזאף, על דרך ושיטת הרמב"ם און בעל חובת הלבבות, איז ער געווען א גרויסער חסיד פון שכל. ער פלעגט נאר רעדן זאכן וואס האט געהאט מיטן שכל, מען האט קיינמאל נישט געהערט פון אים קיין קבלה'דיגע באגריפן פון זוהר, אבער זיינע זאכן דורכן שכל, האבן כמעט אלע געשטימט מיטן זוהר, די חסידים וואס פלעגן קומן צו זיינע שיעורים פלעגן אים אייביג פרעגן איבער העכערע מיסטישע באגריפן פון חז"ל, פלעגט ער רוב מאל ענפערן אז די זאכן זענען משלים און רעיונות נישט פאקטן.



[בעאַרבעטן] שמחה

זיין גרונט צו אידישקייט איז געווען שמחת החיים, איינצוזעהן אז דאס לעבן איז באשאפען גווארן מיטן איין איינציגן ציל להטיב עם בריותיו, ווי עס שטייט "עולם חסד יבנה", ער האט דאס טאקע אפגעשפיגעלט אין פערזענליכען לעבן, ווען ער פלעגט שרייען און וויינען פאר שמחה ביי די נייציג יאר ווי א קליין בעיבי פרייענדיג זיך איבער די בריאה, עס איז געווען א מחזה הוד, ווען ער פלעגט אויפהייבן דעם עפל ביי זיינע שיעורים און זיך קאכן בפרטי פרטים ווי גוט טיעף און געשמאק דאס איז צו זעהן שמעקן און עסן. זיין בארד איז קיינמאל ווייס געווארן. און ביזן לעצטן טאג האט ער אויסגערעכנט אלע נסים פון זיין לעבן. אנגעהויבן פון די ניין יאר ווען ער איז אראפגעפלאן אויף א שטעקן און דאס האט פארפעלט מיט א סענטימיטער אים בלינד צו מאכן דעם אויג. אדער ווען ער פלעגט גיין שפאצירן יעדן טאג און זיך אפשטעלן פאר מיר ישיבה ווייזן און מסביר זיין פאר די בחורים ווי אינטערסאנט דער דענדערליין ארבייט. איבער און איבער, פלעגט ער הייסט פאר יעדן בחור, נאכן פרעגן צו ער האט פארשטאנען ער זאל דאס איבעזאגן פאר זיין חבר...[[ ]]קאטעגאריע:שרייבערס

Our "Network":

Project Gutenberg
https://gutenberg.classicistranieri.com

Encyclopaedia Britannica 1911
https://encyclopaediabritannica.classicistranieri.com

Librivox Audiobooks
https://librivox.classicistranieri.com

Linux Distributions
https://old.classicistranieri.com

Magnatune (MP3 Music)
https://magnatune.classicistranieri.com

Static Wikipedia (June 2008)
https://wikipedia.classicistranieri.com

Static Wikipedia (March 2008)
https://wikipedia2007.classicistranieri.com/mar2008/

Static Wikipedia (2007)
https://wikipedia2007.classicistranieri.com

Static Wikipedia (2006)
https://wikipedia2006.classicistranieri.com

Liber Liber
https://liberliber.classicistranieri.com

ZIM Files for Kiwix
https://zim.classicistranieri.com


Other Websites:

Bach - Goldberg Variations
https://www.goldbergvariations.org

Lazarillo de Tormes
https://www.lazarillodetormes.org

Madame Bovary
https://www.madamebovary.org

Il Fu Mattia Pascal
https://www.mattiapascal.it

The Voice in the Desert
https://www.thevoiceinthedesert.org

Confessione d'un amore fascista
https://www.amorefascista.it

Malinverno
https://www.malinverno.org

Debito formativo
https://www.debitoformativo.it

Adina Spire
https://www.adinaspire.com