תלמוד תורה
פֿון װיקיפּעדיע
תּלמוד תּורה אָדער חדר, איז אַ מוסד פאַר קינדער פון 3 ביז 13 יאָר אַלט, וואָס מען לערנט דאָרט כמעט אַ גאַנצן טאָג נאָר לימודי קודש, חומש משניות און גמרא - עיון און בקיאות.
די קינדער לערנען אין חדר טאָג טעגליך, פון אַרום 7 אַזייגער אינדערפרי, ביז אַרום 6 אַזייגר אָוונט.
די עלטערן ברויכן צו צאָלן שולע געלט. אַזעלכע עלטערן וואָס האָבן נישט צו צאָלן, צום מערסטנס, גיט מען זיי נאך, און מען לערנט זייערע קינדער אומזיסט.
[בעאַרבעטן] אין מדינת ישראל
אין מדינת ישראל איז דא א געזעץ אז די רעגירונג דארף שטיצן שולעס פאר קינדער (זעט מער: חינוך), אבער בתנאי די אינסטיטוציעס שטייען אונטער די משרד החינוךס קאנטראלע וואס צווינגען זיי צו לערנען ספרי חול. דערפאר האבן די פרומע אין אנפאנג פון די מדינה נישט געוואלט נעמען געלט פון די רעגירונג צו שטיצן זייערע תלמודי תורה. אבער אין יארן ארום האבן רוב פרומע מחליט געווען צו יא נעמען געלט פון זיי ווען מיט כל מיני שפיצלאך דרייען זיי זיך ארויס פון פאלגן משרד החינוךס פאדעריי (וואס פאדערט פון זיי לערנען מער ספרי חול). אבער פון דעסוועגן פאלגן זיי עטליכע געזעצן פון משרד החינוך, ווי צ.ב.ש. זיי לערנען מער ספרי חול ווי די קנאישע קרייזן, זיי פירן איין א לענגערן בין הזמנים, זיי מאכן אין יום העצמאות א פריי טאג.
פון צווייטן זייט די קנאים און אנטי ציוניסטן ווערן נישט געשטיצט פון משרד החינוך, און פירן זייער תלמוד תורה נאר לויט זייער אייגן ווילן. די תלמוד תורה'ס פאדערן פון די עלטערן פון די קינדער מער באשטייער, און דראפען זיך אויף די ווענט כדי צו אויסהאלטן זייערע איסטיטוציעס.