נתן סליפקין
פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט |
[בעאַרבעטן] זיין איגענט
נתן סליפקין איז א חרדשיער ישיבה מאן, וואס קומט ארגינעל פון מאנטשעסטער ענגלאנד, און האט זיך באזעצט אין מדינת ישראל, ער איז פון קינדווייז אן געווען אנטציקט ביי די לעבן פון בעלי חיים צו זעהן דערין גאט'ס ווינדער.
[בעאַרבעטן] זיין שרייבן
זיינע ספרים אלס טאלאנטפולע זואליגיסט, האט נישט ארויסגערופן קיינמאל קיין קאנטראווערסיע, אדרבה דאס איז געווען פארעכענט אלס קינדער ביכער צו ליינען איבער גאט'ס וואונדער.
[בעאַרבעטן] קאנטראווערסיע
ביז איין טאג זענען 2 עסקנים ארום געגאנגען צו די פרומע רבנים אין מדינת ישראל און זיי געוויזן ארויסגעשניטענע שטיקלעך ווי דער מחבר ר' נתן נעמט אן די קאנווינציאנאלע מיינונג פון אלע פארשער אז די וועלט איז שוין מיליאנען יארן אלט. דאס האט ארויסגעברענגט א שארפער רעאקציע פון אלע ליטווישע רבנים צו מחרים זיין זיינע ספרים.
ער ווידעראום האט זיך נישט געלאזט און געטענה'ט אז ער איז א פרומער איד וואס גלייבט אין די תורה און אין גאט, און אז דאס אז די וועלט איז עלטער פון די חרדישע גלויבן איז נישט קיין סתירה צו די תורה. ס'האט אים אבער גארנישט געהאלפן ווייל די פרומע האבן מורא געהאט אז טאמער מ'וועט דאס צולאזן אזוינס צו שרייבן וועט דאס האבן השלכות אויף אנדערע צו אנעמען אז עס איז נישטא קיין גאט בכלל, און וועט זיי לאזן טאן עבירות רח"ל.
[בעאַרבעטן] זיינע ספרים
זיינע ביכער זענען געווארן מער באקאנט דורך דעם.