מיכל
פֿון װיקיפּעדיע
מיכל די טאכטער פון שאול המלך ביי די מלחמה מיט גלית הפלשתי, האט שאול צוגעזאגט, ווער עס וועט אים באזיגן, וועט באקומען מיין טאכטער מיכל פאר א פרוי.
קיינער האט זיך אבער נישט געטרויעט אנצוהייבן מיט די מעכטיגן גיבור חיל ואיש מלחמה ווי גלית נאר דער קליין געוויקסיגער דוד'ל, וועמען זיין פאטער ישי האט געשיקט צו זיינע ברידערלעך.
ווען דוד איז אנגעקומען אהין אויפן פראנט, און געהערט ווי דער גלית לעסטערט גאט, האט ער באשלאסן אז ער וועט פירן מלחמה, און וועט אים אומברענגען.
ווען דוד האט געווארפן דאס שטיינדל וואס האט אומגעברענגט גלית'ן, האבן אלע מיידלאך געזונגען פאר דוד'ן, און דאס האט אויסגערופן דעם צארן פון שאול.
דעמאלט האט זיך אנגעהויבן דער ביטערער שטרייט צווישן דוד און שאול המלך. און שאול האט אנשטאט געבן מיכל פאר דוד'ן, האט ער זי געגעבן צו אן אנדערן.
ערשט שפעטער האט דוד חתונה געהאט מיט מיכל..