ישראל פון רוזין
פֿון װיקיפּעדיע
רבי ישראל פון רוזין פרידמאן איז גיבױרען גיװארען צו זיינע טאטע ר' שלום שכנא פון פראהבישט אין דער קליינער אוקראינישע שטעטעל פזשעדערבאָז,לעבען קיעװ, אין יאהר 1797.
זיין פאטער ר' שלום שכנא איז געווען א זוהן פון ר' אברהם המלאך, דער זוהן פון ר' דוב בער, דער מגיד פון מעזריטש.
אין 1838 ער איז אנקלאגען גיװארען װי א אױפריהרער קעגען דער צאר, און איז ארעסטיטרט גיװארען אין קיעװ און, שפעטער, אין קאַמענעץ־פּאָדאָלסקי פארן צװיי יאהרען. אין יאהר 1840 האט ער אנטלױפען פון דער תפיסה, און האט אַריבערגיצױגען קיין סדיגורא, אין יענער צייט אַוסטריאַ.
רבי ישראל האט גיהאט זעקס זיהן, יעדער פון זיי האט גיגרינדעט א חסידישע הויף. פון זיי זענען ארויסגעקומען די חסיד'ישע הויפן סדיגורא, טשארטקאוו, הוסיאטין, באיאן, בוהוש, און וואסלוי.